בלאט 1 פון 2

סנאודען האט מורא פון טראמפ פרעזידענטשאפט

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 11:01 am
דורך שמעלקא'לע
היינט באקומען דעם פאלגענדעם באריכט פון "דער איד טעגליך", וואלט געווען אינטערעסאנט צט ציטירן און הערן דעם דעת הקהל.

וואשינגטאן – דער ען-עס-עי סודות ארויסגעבער, עדווארד סנאודען, וועלכער באהאלט זיך אויס אין רוסלאנד זינט ער האט ארויסגעגעבן הונדערטער טויזנטער קלאסיפייד דאקומענטן פאר'ן פובליק, זאגט אז ער איז ערנסט באזארגט איבער'ן טראמפ פרעזידענטשאפט, ווייל ער האלט אז אונטער טראמפ וועט אים רוסלאנד אויסליפערן קיין אמעריקע.

סנאודען זאגט אז זיין זארג שטאמט פון דעם וואס ער האט לעצטנס זיך אויסגעדרוקט עטליכע מאל קעגן רוסלאנד'ס דיקטאטורישע געזעצן, און ער האט מורא, אז אויב וועט ער טאקע אויסשטיין א פראצעס אונטער א טראמפ אדמיניסטראציע, וועט ער מעגליך באקומען טויט שטראף, וויבאלד טראמפ'ס נייער סי-איי-עי דירעקטאר, מייק פאמפעיא, האט ביי א געלעגנהייט געזאגט אז ער האלט אז מען דארף הינריכטן סנאודען.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 11:40 am
דורך berlbalaguleh
שמעלקא'לע: לפענ"ד איז ער א טיפש. ולא חכם...! ער איז ארויסגעגאנגען אקעיגן אמעריקע, און אמעריקע האט געוואלט לייגן א יד אויף איהם. איז ער אנטלאפן קיין רוסלאנד. און רוסלאנד האט איהם געגעבן א מקום מקלט. נישט ווייל זיי זענען אזעלכע גרויסע צדיקים. נאר ווייל זיי האבן געוואלט אפטון פאר אמעריקע. יעצט גייט ער ארויס אקעיגן זיי. מיט רוסלאנד וועט ער (ח"ו) אפשניידן א סאך ערגער ווי מיט די יו. עס. מ'דארף קיינעם נישט דערציילן וואס די רוסישע געהיים פאליציי קענען...זיי קענען איהם מאכן מיט א קאפ קערצער. שנעלער ווי אונז קענמיר מאכן א האפטשו...!

להבדיל: איך קען א רב/אדמו"ר/ר"מ וואס ארבעט אויפ'ן זעלבן (אומפראקטישן) נוסח. ווען ער איז צווישן חסיד'יש/קנאי'שע אידן האקט ער אויף זייער דרך און זייערע מעשים. און ווען ער גייט צו די מאדערנע. דארט ווערט ער א קנאי און האקט אויף מדינת ישראל און די ציונים... :lol: וועגן דעם האט ער טאקע נעבעך אזא פנים. ער איז די היפוך פון פאליטקלי קארעקט...!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 12:16 pm
דורך שמעקעדיג
יאהו האט נעכטן פובליצירט א לאנגע אינטערוויו מיט זייערס א א מענטש (אזוי מיין איך) וואס האט געכאפט א שמועס מיט סנאודען אין מאסקווע. צווישן אנדערע ברענגט ער טאקע ארויס ווי ער האט מורא, אבער ער האט קיין איין מינוט נישט חרטה אויף וואס ער האט געטון, און ער וואלט עס גערן געטון נאכאמאל היינט אויב וואלט ער געדארפט. די רעפארטערין פרעגט אים אויס אויף עטליכע זאכן וועלכע ער האט געטון וואס איז לכאורה געווען איבריג, ד"ה עס האט נישט אויסגעפעלט מפרסם צו זיין די אינפארמאציע כדי צו היטן די פרייוועסי פונעם אמעריקאנער פאלק, אבער ער פארענטפערט אלעס מיט בויך סברות פארוואס עס האט יא אויסגעפעלט און אז עס איז יא געווען וויכטיג.

עס זענען פאראן מענטשן וואס טוען אויף גאר גוטע זאכן אויף דער וועלט אינאיינעם מיט גאר שלעכטע (נחום ראזענבערג קומט אויפן געדאנק...). דער סנאודען איז לפענ"ד אזא איינער. ער האט אויפגעשטורעמט דעם דעת הקהל מען זאל וויסן וואס די גאווערמענט טוט מיט אונז במחתרת, עס האט אסאך אויפגעטון פאר די ערליכע בירגער, אבער האט געשטערט נאכצוגיין טעראריסטן, און האט סתם פארפלעקט די דיפלאמאטישע קשר צווישן אנדערע לענדער על לא דבר. אזא בחי' פון אוי לי מיוצרי ואוי לי מיצרי...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 12:54 pm
דורך שמעלקא'לע
פאר דעם אליין אז ער האט זיך אויסגעדרוקט קעגן די רוסישע סיסטעם - אפגעזען ווי גערעכט ער איז - קומט אים שוין קייטן אויף די הענט.
אויב זיי ראטעווען דיר, איז דאס דיין הכרת הטוב? זיי צוריקשפייען אין די קאשע?
טראמפ וואלט לכאורה געשיקט נאך אזא איינער די ספעציעלע כוחות אים צו כאפן, אפילו אין די ווייטע רוסלאנד, אפגעזען די קאנסעקווענסן, ווייל ער טאלערירט נישט דעם צוגאנג.
למעשה איז אים טראמפ לכארוה שולדיג א יישר כח, די אימעיל סקאנדאל איז דאף פון ערגעץ געקומען.
פון וואו אויב נישט פון וויקעליעקס \ רוסלאנד???

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 1:21 pm
דורך פליקער
איך בין נישט קלאר וואס טראמפ זעלבסט האלט פון עד סנאודן, הגם בשעתן קאמפיינען האט ער זיך אויסגעדריקט אז ער איז א טרעיטער, אבער לכאורה ווייל ער האט דאן נישט געזיכט קיין איבריגע קאפ וויי. עס איז נישט לאנג ציריק ארויסגעקומען די פילם איבער די געשיכטע, וואס האט גאר פארשיינערט זיין געזיכט ביי די המון, איך האב אים היבש געוואטשט אויפן טוב, איך האלט פון אים עולומת, ער וועט זיכער גיין אין געניידעם. זייער א בראווער מאן, און איז גערעכט פארן טון וואס ער האט געטון.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 1:27 pm
דורך שמעלקא'לע
פליקער האט געשריבן:איך בין נישט קלאר וואס טראמפ זעלבסט האלט פון עד סנאודן, הגם בשעתן קאמפיינען האט ער זיך אויסגעדריקט אז ער איז א טרעיטער, אבער לכאורה ווייל ער האט דאן נישט געזיכט קיין איבריגע קאפ וויי.

ווער האט נישט געזוכט קאפוויי? טראמפ?
:lol: :lol: :lol:
וואס ס'האט נאר געברענגט קאפוויי האט ער געטון...
אבער עניוועי, סנאודען האט געטון א מאסיווער ארבעט מיטן ארויסליעקן סודות פון חדר, און אראפרייסן דעם בלעכענעם פרצוף פון די אזוי פארפוילטע און קארופטירטע פאליטיקאנטן, מיט זייער געמיינע שקרים וכזבים.
אבער צו אטאקירן זיין רעטער, איז בכלל נישט שיין, אפילו ער איז גערעכט.
דאס איז ער בכלל נישט גערעכט מיטן טון.
פינטל.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 5:05 pm
דורך קאמענטירער
מיין מיינונג איז אז דאס איז הוילע פאפרעגאנדע מצד סנאודען סגייט גארנישט געשען.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 5:10 pm
דורך שמעלקא'לע
פארוואס זאל ער זיך זוכן יעצט פראפעגאנדע?
הילערי האט נישט דעם בענקל, און פוטין איז ברוגז אויף סנאודען פארן אטאקירן זיין ווירטשאפט
אלזא פארוואס זאל ער סתם אזוי מאכן א שטורעם ין א גלעזל וואסער???

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 5:18 pm
דורך קאמענטירער
אפשר ווייל ער האט א האבי צו זיין אין די ניוספעפער?
אדער עפעס אנדערש עכ''פ איך זעה נישט אז זיינע חששות זאל זיין אזוי באגרידענט און פון די צווייטע זייט וואס דערלייגט ער אז מרעדט פון אים? אגב ווען האט ער בארעדט מאמע רוסלאנד?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 5:37 pm
דורך כלבאשבוע
סנאודען איז א העלד אין מיינע אויגן, פערזענליך וואלט איך אים געגעבן א מעדאל ווייל כבין איבערצייגט אז ער מיינט אמתדיג די וואוילזיין פון אונז בירגער.

נאר וואס דען? לויטן געזעץ איז ער א פאררעטער, און לויטן געזעץ קומט זיך אים גוטע פעטש.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 5:41 pm
דורך שמעלקא'לע
איך האלט אויך אז ער איז א העלד, ווייל ער האט געטון א גוטע זאך, אפגעשראקן די פאליטיקאנטן פון טון מה שלבם חפץ.
איי, ער האט חוטא געווען צום געזעץ? נו, וואס איז ער ערגער ווי אלע קארופטירטע פאליטישאנס וואס פארלעצן די געזעץ?
אבער דאס וואס ער האט געטשעפעט רוסלאנד, איז א גרויסער עוולה.
און פאר דעם קומט אים גוטע פעטש...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 6:28 pm
דורך mevakesh
עס איז אפשר נישט קלוג צו ארויסגיין קעגן רוסלאנד אבער פון די אנדערע זייט איז עס גאר היפאקריטיש צו אטאקירן אמעריקעס מענטשן-רעכט פארלעצונגען און נאכדעם הנאה האבענדיג פון רוסלאנד זיך נישט צו טוהן מאכן פון זייער ערגערע מענטשן-רעכט פארלעצונגען.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 8:22 pm
דורך berlbalaguleh
פליקער האט געשריבן:איך בין נישט קלאר וואס טראמפ זעלבסט האלט פון עד סנאודן, הגם בשעת'ן קאמפיינען האט ער זיך אויסגעדריקט אז ער איז א טרעיטער, אבער לכאורה ווייל ער האט דאן נישט געזיכט קיין איבריגע קאפ וויי. עס איז נישט לאנג ציריק ארויסגעקומען די פילם איבער די געשיכטע, וואס האט גאר פארשיינערט זיין געזיכט ביי די המון, איך האב אים היבש געוואטשט אויפן טוב, איך האלט פון אים עולומת, ער וועט זיכער גיין אין געניידעם. זייער א בראווער מאן, און איז גערעכט פארן טון וואס ער האט געטון.

פליקער: זיי נישט אזוי שטארק איבערגענומען פון דעם ישרות און צדקות פון סנאודען. איך זאג נישט אז ער האט עס דווקא געטון וועגן געלט, אבער געלט איז נישט אלעס ביי געוויסע מענטשן. אמאל האבן זיי אין זיך א מין באג פון אומפארגינערישקייט צו יענעם'ס הצלחה. זאל דאס זיין א יחיד אדער א רעגירונג. ס'איז א מין "על אפם ועל חמתם"... מענטאליטי.

אין ארץ ישראל איז דא דער גרויסער אדוואקאט און מידיא פערסאנאליטי יהורם שעפטל. דער וועלכער האט באפרייט דעם אוקריינישן נאצי מערדער איוואן דעמיאניוק, ימ"ש. ווען מ'האט איהם געפרעגט פארוואס ער האט בכלל אנגענומען דעם קעיס. האט ער געזאגט "רציתי לקלקל להם את המסיבה"... ס'איז נישט אינגאנצן אזוי. ווייל די נאציס ימ"ש האבן אים באגאסן מיט געלט. און ער איז א גרויסער לויער. לעצטנס האט ער באפרייט איינעם וועלכער איז געווען ארעסטירט פאר פיהר יאר, און ער האט באוויזן איהם צו באפרייען. דארט האט ער טאקע נישט געמאכט קיין סאך געלט, ווייל יענע זענען ארימע ספרד'ישע. אבער ער טענה'ט אז ער האט א ספעציעלע הנאה צו דערלאנגען פאר די רעגירונגס אנגעשטעלטע א פראסק אין פנים.

די זעלבע איז מיט סנאודען. דאס איז מסתמא וואס מאטיווירט איהם... ער איז א קנאפער חכם, ווייל קיין גרויסע געלטער מאכט ער נישט פון די אלע זאכן, און אין רוסלאנד קען ער ווערן מיט א קאפ קורצער...!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 8:28 pm
דורך פליקער
הער אויס זיינע דרשות וועסטו זען צוויי זאכן איין'ס ער איז גריידע זעלטען קלוג, און נומער טו, ער איז אן ערנסטער מאן, מיט א זעלטענע בראווקייט וואס האט געטרויעט צו טון וואס יעדער האט מורא. היסטארי וועט אים זיכער לייגן אויף די זייט פון גערעכטיקייט און ישרות.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 8:54 pm
דורך berlbalaguleh
אבער זיין יעצטיגע ארויסטריט אקעיגן רוסלאנד איז זיכער נישט קיין קלוגער שריט. ווייל סוכ"ס רוסלאנד איז נישט אמעריקע. אפילו נאכ'ן קאמוניזם. מפי השמועה האט פוטין שוין אוועקגעלייגט אזא 7-8 מענטשן וועלכע זענען צו שארף ארויסגעטראטן אקעיגן איהם. ער האט געהאט גרויסע רעבעס. די קאמוניסטן...!

איך דערמאן מיך אז איך האב געזעהן א קליפ וואו פוטין האט אפגעהאלטן א ניוס קאנפערענס נאך אן אומגליק מיט א רוסישע סובמארין וואו עטליכע נעווי פערסאנעל זענען אומגעקומען. ער האט געענטפערט אויף פארשידענע פראגעס פון די מידיא . דארט איז אויכעט געווען א פרוי וואס איהר זוהן איז געווען איינער פון די אומגעקומענע אויפ'ן שיף. זי האט גענומען שרייען אויף פוטין. ביז 2 מינוט זענען צוגעקומען צו איהר עטליכע סעקיוריטי מענטשן. מ'האט זי אנגעכאפט און א נוירס האט איהר געגעבן א טרענקווילייזער נידל. און מ'האט זי ארויסגעפיהרט פון זאל...!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 10:08 pm
דורך שבת אחים
רעד זיך נישט איין אז אמעריקא האט קיינמאל נישט אוועקגעלייגט קיין מענטשן סתם אזוי, איין קליינע דוגמא צווישן צענדליגער טויזנטער אמעריקאנע קרבנות איז עטיל ראזענבערג ע"ה וואס מ'האט מען גע'הרג'עט פאר גארנישט, אפילו זי האט געהאט צוויי קליינע קינדערלעך האט אמעריקא גע'הרג'עט די טאטע און די מאמע איבערלאזענדיג צוויי עלענדע יתומים.

מ'קען אפגעבן נאך צענדליגער טויזנעטער דוגמאות פון אמעריקאנע אומ'יושר'דיגע רשעות און אכזריות. אמעריקא איז נישט אזעלכע צדיקים, און היינטיגע רוסלאנד זענען נישט אזעלכע רשעים ווי אמעריקא מאלט זיי אפ. לדעתי איז אמעריקא די גרעסטע שטער פאר וועלטס שלום און די גרעסטע פארלעצער פון מענטשליכע רעכטן, אמעריקא קאמאנדעוועט אויף די גאנצע וועלט און זענען מלא חשבונות מיט פערזענליכע אגענדעס, אמעריקא האט קיין פראבלעם צו הרג'נען מענטשען וואס שטייען זיי אין וועג ספעציעל אויב זיי זענען ברוין אדער געל, זיי טוען דעס יעדע צעהן יאר אויפצובויען זייער עקאנאמיע, זיי נעמען די ארימע יונגען און שיקן זיי אויף די אנדערע זייט וועלט חרוב מאכן גאנצע שטעט ווייל דיק טשעני מיט זיינע מענטשען מאכן פרנסה דערפון. עני וועי איין טאג וועסטוך כאפן אז אמעריקא איז גארנישט אזא גרויסע צדיק ווי דו מיינסט, נאר פארקערט, זיי זענען די גרעסטע רוצחים אין די לעצטע הונדערט יאהר וואס האבן איינגעזייעט חורבנות אין די גאנצע וועלט פאר זייער איגאו און ווייל זיי ווילן דאמינירן און באלבאטעווען אויף די וועלט. נאכדעם וואונדערן זיי זיך פארוואס אייסיס עקזעסטירט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 11:06 pm
דורך [NAMELESS]
איז שבת אחים אנטלאפן קיין רוסלאנד?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 12:18 am
דורך berlbalaguleh
אויב ס'איז אמת. האט סנאודען שוין א חבר דארט. ער האט שוין מיט וועם איבערצורעדן א ווארט... :lol:

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 1:15 am
דורך וואלווי
כ'האף אז שבת האט נישט אראפ גענומען זיין בערני באמפער סטיקערס

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 4:13 am
דורך שבת אחים
בן אדם האט געשריבן:איז שבת אחים אנטלאפן קיין רוסלאנד?

איך פארשטיי נישט די וויץ, האלטס טאקע אז אויב איך לויף פון אמעריקא איז רוסלאנד מיין ערשטע אפציע?

גראדע האב איך געהערט אז אונגארן טיילט יעצט בירגערשאפט פאר א יעדעם וואס שטאמט פון די מאדיארן, אויב די עלטערן אדער אור עלטערן זענען געבוירן אין אונגארן און מ'קען עס אויפווייזן באקומט מען אויטמאטיש שריפטן. היות מיין שורש נשמה איז דאך רומעניא /אונגארן/אוקריינא וואס איז בעסיקעלי א איסטערן אייראפישע מיקסטשור, אלזא זייט אמעריקא איז געווארן משוגע רעכט געשטימט, פלאן איך באמת צו איינהאנדלען א אונגארישע פאספארט און אזוי קען איך דזשוינען גאנץ אייראפע און וואוינען וואו אימער איך וויל אין אייראפע און האבן דואל-סיטיזענשיפ מיט די פאראייניגטע שטאטן אין קעיס פון ארמאגעדאן, אדער אז אפשר וועט מיר שמעקן צו גיין וואוינען יעדע חודש אין אנדערע לאנד אין די אייראפיען יוניאן און מאכן א "ערנסטע עקספערימענט" אין וועלכע לאנד איך וואלט געוואלט עווענטעלי ריטייערן.

לכתחילה האב איך געטראכט צו בעטן ר' בערל זאל מיר געבן לעקציעס זיך צו לערנען אונגאריש, ביז כ'האב געכאפט אז ס'איז נישט אזא גיטע עצה, נאַ ס'דערמאנט מיך פון ליע עוועניא אין די אכציגער יאהרן, נישט מיין גלעזעל פון טיי.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 4:43 am
דורך שבת אחים
וואלווי האט געשריבן:כ'האף אז שבת האט נישט אראפ גענומען זיין בערני באמפער סטיקערס


חס ושלום.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 6:58 am
דורך שמעלקא'לע
שבת אחים האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:איז שבת אחים אנטלאפן קיין רוסלאנד?

איך פארשטיי נישט די וויץ, האלטס טאקע אז אויב איך לויף פון אמעריקא איז רוסלאנד מיין ערשטע אפציע?

גראדע האב איך געהערט אז אונגארן טיילט יעצט בירגערשאפט פאר א יעדעם וואס שטאמט פון די מאדיארן, אויב די עלטערן אדער אור עלטערן זענען געבוירן אין אונגארן און מ'קען עס אויפווייזן באקומט מען אויטמאטיש שריפטן. היות מיין שורש נשמה איז דאך רומעניא /אונגארן/אוקריינא וואס איז בעסיקעלי א איסטערן אייראפישע מיקסטשור, אלזא זייט אמעריקא איז געווארן משוגע רעכט געשטימט, פלאן איך באמת צו איינהאנדלען א אונגארישע פאספארט און אזוי קען איך דזשוינען גאנץ אייראפע און וואוינען וואו אימער איך וויל אין אייראפע און האבן דואל-סיטיזענשיפ מיט די פאראייניגטע שטאטן אין קעיס פון ארמאגעדאן, אדער אז אפשר וועט מיר שמעקן צו גיין וואוינען יעדע חודש אין אנדערע לאנד אין די אייראפיען יוניאן און מאכן א "ערנסטע עקספערימענט" אין וועלכע לאנד איך וואלט געוואלט עווענטעלי ריטייערן.

לכתחילה האב איך געטראכט צו בעטן ר' בערל זאל מיר געבן לעקציעס זיך צו לערנען אונגאריש, ביז כ'האב געכאפט אז ס'איז נישט אזא גיטע עצה, נאַ ס'דערמאנט מיך פון ליע עוועניא אין די אכציגער יאהרן, נישט מיין גלעזעל פון טיי.


די אונגארישע בירגערשאפט קען אנקומען מיט א שיינע פאר יאר שפעטער.
עס נעמט אפאר יאר ביז זיי כאפן אז מ'האט אריינגעשיקט א פארלאנג...
:lol: :lol: :lol:

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 11:56 am
דורך שבת אחים
לץ איינער! :lol: