[justify]אט איז א גאר גאר באקאנטער געשיכטע איבער חנוכה אין די בראשית יארן פון די פאראייניגטע שטאטן אין אמעריקע, איך זוך נאר די מקור זייער לאנג אין אידישע מקומות, אט איז די מעשה, אויב איינער האט די מקור, ביטע ספאנסערן, וייש"כ למפרע.
דער דאטום איז ערגעץ אין די יארן 1740 למספרם, ס'איז א ספעציעל פראסטיגן ווינטער נאכט, שטייט אן אויסגעדארט בחור'ל אין זיין פראוואזאריש אויפגעשטעלטן געצעלטל, ער זינקט איין אין זיינע חלומות, ער זעט זיך אין זיין קינדערישע עפאכע, ער דערמאנט זיך די שרעקעדיגע בילדער פון די שטענדיגע קאשמארן אז די טאטע וועט אפשר נישט באווייזן צו שאפן די נויטיגע סכומים פאר די קרעטשמע און דאן וועט זיין צרות, דער גרויזאמער פריץ וועט אויספירן זיינע אכזריות'דיגע סטראשונקעס.
א סקרוך גייט אדורך אין די ביינער נאר טראכטענדיג דאס, און ווייטער שפינט ער די שנירל געדאנקען די שוידערהאפטיגע זכרונות פון די מה יפית טענץ וואס ער האט געמוזט אהערשטעלן פארן דיקטאטור, ער ווידערהוילט אין געדאנק זיין פעסטע אומבויגזאמע החלטה זיך איינצושליסן אין דזשארדזש וואשינגטאנ'ס ארמיי, און דינען אלס טרייער סאלדאט פארן גענעראל וואס וועט פירן אז ער זאל זיך ענדגילטיג באפרייען פון דעם פריצישן יאך און איינמאל פאר אלעמאל, מיטן גרינדן א זעלבסטשטענדיגער דעמאקראטישער קאלאניע אן קיין יחידישן דעספאט און פירער, נאר געבויט מיט א געמיינזאמע קאאליציע וועלכע וועט באשטימען קאנסטוטוציע און געזעצן.
ער כאפט זיך אויף און שפאנט מיט פולע טריט צום פענסטערל, שלעפט ארויס עטליכע פארבארגענע מציאות, אביסעלע אויל, א שטיקל וואטע און א האלב צובראכענעם גלעזל, און גרייט זיך אפצורעכטן א חנוכה ליכט צינדן.
ס'איז דאך דער ערשטער נאכט חנוכה ,א תורה טרייער איד איז ער, קיין צוויטער אפציע איז אצינד נישט פארהאן, באטש וואס פיל פיל געשמאקער וואלט געווען זיך איינצוהילן אינעם דעקע און זיך לאזן פירן פונעם שר החלומות, נישט זוכן צו מאכן קאנטערווערסיעס, כ'מיין, מ'קען דאך נישט וויסן ווער פונקטליך שפיאנירט דא אויף דיר, און וועט פארשטיין אז מ'שיקט דא סיגנאלן צום שונא, אבער א איד בין איך, און דאס איז וואס כ'האב צו טאן.
מיטן מערסט - קאנטראלירטן התלהבות וואס שייך, פרובירנדיג נישט צו ציען אויפמערקזאמקייט פון מעגליכע וואכענדע זעלנער, זאגט ער די ברכות ווען טאנען טרערן פליסן פון זיינע אויסגעמאגערטע אויגן, שהחיינו וקיימנו שעפשעט ער ווען ער – והגיענו לזמן הזה האט אינזין א הארציגע געבעט אז מ'זאל זיגן אינעם קריג, און די לעצטערע צובראכענקייט און יאוש געפילן ביי די אויסגעמאגערטע זעלנער זאל נישט האבן קיין אפעקט אויפן אויסגאנג פונעם קאנפליקט נאר מ'זאל אין ענדע געווינען, און עספיען צו פארענדיגן די זיסע חלומות מיט וועלכע ער האט זיך אנגעשלאסן אינעם אפאזיציע מיליטער.
ווען די טרערן פארפלייצן זיין געזיכט און ס'גאנצע קערפער צוגלייך, שפירט ער מיטאמאל א שלאנקער שאטן הויערן אויפן וואנט, אן אומבאהערשנדן פחד האט געגעבן א טרייסל אין אלע זיינע גלידער, פארכטנדיג זיך אויפן ערגסטן, פארשטייענדיג אז זאס דארפן זיך פארענטפערן אויף די העלישע פלעמעלעך וואס נעסטן דא, וועט זיין א היפש שווערע אויפגאבע און איז פון די סאמע לעצטע זאכן וואס א סאלדאט וואונטשט זיך אין מלחמה-זאנע.
זיך אויסדרייענדיג האט ער געמיינט אז ער פאלט אנידער אויפן קאלטן פאדלאגע, דערזענדיג נישט קיין צווייטן ווי דעם הויכגעשעצטן גענעראל דזשארדזש וואשינגטאן אליין, וועלכער איז טאקע געווען באקאנט מיט זיין ליבליכקייט און פאטערליכקייט, געטריישאפט פאר יעדן אליאירטער אויף זיין פראקציע, אבער אויך באקאנט אלס היפש שטייפער מלחמה פירער, אומטאלערירנדיג מיסברויכן און קארופציע.
זיך זעצנדיג אויפן נאנטסטן בענקעל מיטן לעצטן מאס כח, הערט ער וואשינגטאן'ס שטימע צוגעלאזן און רחמנותדיג: וואס איז די באדייט פון די דאזיגע ליכטל שיין?! ווען א פארוואונדערונגס מינע שפרייט זיך אויס אויף זיין געזיכט, און טוט גלייכצייטיג אביסל בארואיגן דעם צום טויט אנגעשראקענעם בחור'ל...
דער בחור'ל זעענדיג אז די מצב איז רעלאטיוו רואיג ,פרובירט ער ארויפצוציען א בלאסן שמייכל אויף זיינע לעפצן און הויבט אן צו פארציילן די מעשה פון נס חנוכה ,שילדערנדיג די אכזריות און רשעות פון די יוונים און זייערע פרואוון צונישט צו מאכן דאס אידישע פאלק, די מתיוונים מיט זייער כיטרישקייט און העצע, און די קליין שפאר ביסל הייפעלע חשמונאים וועלכע האבן דעקלערירט "מי לה' אלי " און אויסגערופן פייער אנטקעגן די שונאים, געקעמפט מיט אומגעהויערע מסירות נפש, געאמפערט על קוצו של יוד, און מקנא געווען קנאת ה' צבקות, ביז זייער שטוינענדע נצחון ווען די אויפגעריסטעטע מאדערנע אהערגעשטעלטע יוונים זענען געפאלן ווי די פליגן פאר די שוואכע ארימע פרימיטיווע חשמונאים, און דערמיט אפגעראטעוועט דעם עתיד פונעם אייביגן אידישן פאלק.
אזוי האט ער גערעדט און געדרשנט האלטענדיג געשפאנט דעם גענעראל ווען א פונק פון פארשטענדעניש פינקלט אין זיינע אויגן, ענדענדיג מיט קוראזש זיין אויספירליכע ערציילונג האט ער ערקלערט דערפאר צינדן מיר די דאזיגע ליכט אפצוצייכענען דעם גלאררייכן זיג און איבער דעם איין איינציגן געבליבענעם ריינעם שמן זית פעסל וואס האט געקלעקט פאר די מנורה אויף אכט טאג.
וואשינגטאן האט זיך אויפגעהויבן ווען זיינע אויגן גלאנצן פון סימפאטיע און מיטגעפיהל, געשאנקן א דאנקבארן בליק פארן אידישן בחור און ארויס פונעם קווארטיר, איבערלאזענדיג אים מיט צומישטע געפיהלן.
פון יענעם טאג האט די ארמיי אנגעהויבן אפצוהאלטן א ריי גורלדיגע נצחונות ביז צום ענדגילטיגן סוף ווען ער האט געוואונען די מלחמה און געגרינדעט די פאראייניגטע שטאטן און געדינט אלס פרעזידענט פונעם שפעטערדיגן וועלטס-מאכט אמעריקע וועמענס בירגער האבן אים לעגאל ערוועלט אלס פארזיצער און פירער, און ווען ער האט געשריבן די אמעריקאנער קאנסטוטוציע האט ער געשטעלט אלס איינע פון די סאמע פרינציפן פרייהייט פון רעליגיע, וואס דאס באדייט אז אידישקייט קען פראקטיצירט ווערן אין אלע אירע פארמען אן קיין מינדעסטע שטער ווי מ'זעט ב"ה בימינו אלה אז טראץ אלע פרואוון פון צרי עין, שונא הדת, זעלבסטהאסער, צו אסר'ן מילה, שחיטה, כפרות, אדער סיי וואספארא אידישע מנהגים, האט עס גאנץ קנאפ ערפאלג צוליב די פעסטע אמענדמענטס וואס ער האט אראפגעשטעלט.
צענדליגע יארן נאך די געשעניש ווען דער דעמאלטדיג יונג בחור'ל איז שוין געווען א ראש הבית פון א שיינער משפחה, האלטנדיג אינמיטן א חנוכה פארברענג און פייערונג הערט ער א קלאפ אין טיר, צוגייענדיג ווערט ער ערשטוינט ביז גאר זעענדיג דעם רעספעקטפולן פרעזידענט וואשינגטאן שטיין דארט ארומגענומען מיט זיין סוויטע משרתים...
איבערראשט און אומצוגעגרייט איז ער מכבד דעם פרעזידענט זיך צו זעצן אין סאלאן און גרייט שנעל צו עפעס פאסיג צובייס פאר'ן רעספעקטירטן פרעזידענט, אויף זיין פראגע וואס ער האט דעם געשעצטן גאסט ביי זיך אינדערהיים, הייבט דער פרעזידענט אן פונאדערוויקלען זיין חלק פון די געשיכטע, ער פארציילט אלע קריוודעס וואס ער האט מיטגעהאלטן און מיטגעלעבט אין די אמאליגע צייט איבער זיין באשלוס צו ערקלערן מלחמה.
איבער די מאסיווע שטרויכלונגען און ביטער שווערע פארלוסטן וואס ער האט געליטן, די שטורמישע נידערלאגעס וואס ער האט אריינגעכאפט, - און אזוי שילדערט ער ווייטער ווען די ארומיגע שטייען געשפאנט - ס'איז געקומען צו א מצב וואס איך האב אפגעמאכט אז דאס איז עס, די דורכפעלער נעמען נישט קיין עק, די הילכיגע פרעסק האבן נישט קיין שיעור, גענוג סובל געווען, כ'קען מער נישט, די פרעסטיזש ביי די קעמפער האלט ביי זערא, די סאלדאטן זענען פארמאטערט, מוטלאז, אנע כח, די מיליטער זאפאסן גייען אויס פון מאטריעאל, די אוצרות פון קאנאנען ביקסן און עסנווארג גייען אויס, און קיין צופיל פארשריט זעט מען נישט, און כ'מיין כ'וועל מוזן זיך אונטערגעבן און א גאנץ לעבן חרטה האבן אויפן נארישן געדאנק פון גיין אין מלחמה...
בלילה ההוא, אין די נאכט ווען די מחשבות האבן מיר דערקוטשעט, איינשלאפן האב איך נישט געקענט, האב איך אפגעמאכט כ'וועל כאפן א שפאציר זיך אביסל אומקוקן אויף די אמאליגע בראווע סאלדאטן - היינט צוזאמגעבראכנע סקעלעטן וועלכע חלומ'ן נאכנישט וואס זייער צוקונפט וועט זיין - און ווייסן נאכנישט וואס זייער גענעראל האלט אינמיטן באשלוסן... זיי ווייסן נישט אז זייער עתיד וועט אצינד דעצידירט ווערן און איז אויפן וואגשאל...
אזוי זיך אומקוקענדיג אויף די געצעלטן, ווער איך דערשראקן און דערשטוינט באמערקענדיג א פלאמעדיג שיין ארויסשפארען פון א ביידל, זיך לאזענדיג אין יענעם ריכטונג ווען מיינע אויגן זענען קאנצעטרירט אין דעם מאדנעם ספעקטאקל...
ווער איז דער קוריאזער פארשוין?! טראכט איך צו מיר... אריינקומענדיג האב איך באגעגענט דעם אידישן יונג און ווען ער האט מיר דערזען איז ער מורא'דיג דערציטערט געווארן, ערוועקענדיג מיינע רחמנות געפילען, און אויף מיין הארבע קשיא וואס דא קומט פאר, האט ער פארציילט א גאר לעגענדארע לערנבארע שטיק היסטאריע, טיפזיניג און ווערד אריינצוטראכטן דערין, ווי זיינע עלטערן האבן געקעמפט פאר זייער עתיד און מיט הימלישע כוחות געפייערט זיג.
דאס האט מיר שטארק אויפגעשטורעמט און אריינגעפאמפט פרישע כוחות, ארויס פון דארט בין איך קוראזשפול און מיט א ניי דערהויבן גייסט, מיט א העלדנסמוט און א פעלזן פעסטע החלטה נישט נאכצולאזן, און יעבור עלי מה איך וועל דא ארויסגיין א געווינער, איך האב אנגעהויבן שטארקן די רייען פון זעלנער, איך האב געמוטיגט און דערפרישט דעם גאנצן באטאליאן, זיך ניי אראפגעזעצט מיט די קריג'ס-סטראטעגיסטן ,אויסגעארבעט פרישע ציהלן, געמאכט צום-פינטל'דיגע דיאגראמען און פראגרעסירט מיט העפטיגע מאנאוורערעס.
מיט נייע געדאנקען און לעבעדיגע כוחות זענען מיר פריש אריינגעשפרונגען אינעם קאנפליקט, און אנגעהויבן קעמפן ווי בערן נישט לאזנדיג קיין מאיאריטעט פון מכשולות אונז אפהאלטן, נאר געמאכט פראגרעס, געשפאנט פראנאויס, מיר האבן געבליהט און געשפרודלט, געלעבט און געפרייט, אפגעהאלטן זיגן, ערקלערט נצחונות, און זאגאר געוואונען דעם לאנג פארצויגענעם מלחמה, ערמעגליכנדיג דעם ניי זעלבסשטענדיגן לאנד וואס גארט צו צופרידענהייט ביי אלע בירגער, און מיטארבעט פונעם גאנצן באפעלקערונג...
דו קוקסט דיך ארום! דו זעסט א ווירטשאפט! א לאנד! א רעגירונג! אלעס אלעס דיר צו פארדאנקען! דיינע ליכטעלעך האבן געמאכט די זאך מיט מיר! און ענדגילטיג דערלאנגט א נצחון!!!
בארירט ביז די טיפסטע סטרונעס, אויפגעשאקלט ביז די סאמע אינעווייניגסטע גלידער, זענען די אנוועזענדע זיך צוגאנגען,זיך לערנענדיג א לעקציע ווי קיינמאל בעפאר, א גוטע שטופ אין די ריכטיגסטע מאמענט איז א הצלת הדורות!!!!!!!
עד כאן המעשה...
וועל איך מסיים זיין מעין הפתיחה: ווייסט איינער א אידישער מקור דערפון???[/justify]
וואשינגטאנ'ס חנוכה געשיכטע: האט עס א אידישער מקור???
- שמעלקא'לע
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
- האט שוין געלייקט: 196 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
וואשינגטאנ'ס חנוכה געשיכטע: האט עס א אידישער מקור???
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: וואשינגטאנ'ס חנוכה געשיכטע: האט עס א אידישער מקור???
האט נישט קיין גוי'אישער מקור אויך נישט. כאטש ס'איז בלי ספק א שיינע מעשה
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמעלקא'לע: די מעשה האב איך געהערט אין פארשידענע פארמען. איינס מער דראמאטיש. און דאס אנדער א ביסל ווייניגער. אבער דער תמצית פון די מעשה, אז דזשארדזש וואשינגטאן איז געשטאנען פאר א שווערע החלטה. אריבערצוגיין עפעס א טייך און קעמפן ווייטער אקעיגן די בריטישע מיליטערישע כוחות. אדער אויפגעבן דעם קאמף. און שפאצירנדיג אין מיליטערישן לאגער האט ער באגעגנט די סצענע מיט דעם אידישן בחור וועלכער האט געצינדן די חנוכה ליכט. און דער הסבר און ערציילונג פון דעם בחור האט אין איהם אריינגעבלאזן א נייעם קוראזש און מוט. און ער האט מיט א שוואונג געגעבן דעם באפעל אריבערצוגיין דעם טייך און קעמפן ביז דעם עדגילטיגן ניצחון. דער חלק איז זיכער אמת. נאר אויב איך וועל אנגעבן דעם ..."פארלעסליכן"...מקור וואו איך האב דאס ערשטע מאל געליינט די געשיכטע וועט דער עולם קוילערן פאר געלעכטער...דער גרעסטער, פראמינענטסטער און חשוב'סטער זשורנאל וואס דאס אידישע פאלק פארמאגט. כמעט אזוי פראמינענט ווי דער נ.י. טיימס. ה"ה ...די דזשואיש פרעס.... ![לאכט :lol:](./images/smilies/icon_lol.gif)
![לאכט :lol:](./images/smilies/icon_lol.gif)
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
שמעלקא'לע האט געשריבן:[justify]דער דאטום איז ערגעץ אין די יארן 1740 למספרם, ס'איז א ספעציעל פראסטיגן ווינטער נאכט, שטייט אן אויסגעדארט בחור'ל אין זיין פראוואזאריש אויפגעשטעלטן געצעלטל, ער זינקט איין אין זיינע חלומות, ער זעט זיך אין זיין קינדערישע עפאכע, ער דערמאנט זיך די שרעקעדיגע בילדער פון די שטענדיגע קאשמארן אז די טאטע וועט אפשר נישט באווייזן צו שאפן די נויטיגע סכומים פאר די קרעטשמע און דאן וועט זיין צרות, דער גרויזאמער פריץ וועט אויספירן זיינע אכזריות'דיגע סטראשונקעס.
א סקרוך גייט אדורך אין די ביינער נאר טראכטענדיג דאס, און ווייטער שפינט ער די שנירל געדאנקען די שוידערהאפטיגע זכרונות פון די מה יפית טענץ וואס ער האט געמוזט אהערשטעלן פארן דיקטאטור, ער ווידערהוילט אין געדאנק זיין פעסטע אומבויגזאמע החלטה זיך איינצושליסן אין דזשארדזש וואשינגטאנ'ס ארמיי, און דינען אלס טרייער סאלדאט פארן גענעראל וואס וועט פירן אז ער זאל זיך ענדגילטיג באפרייען פון דעם פריצישן יאך און איינמאל פאר אלעמאל, מיטן גרינדן א זעלבסטשטענדיגער דעמאקראטישער קאלאניע אן קיין יחידישן דעספאט און פירער, נאר געבויט מיט א געמיינזאמע קאאליציע וועלכע וועט באשטימען קאנסטוטוציע און געזעצן.[/justify]
נישט געוואוסט אז אין 1740 האט וואשינגטאן זיך געשלאגען מיט די פריצים...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?