בלאט 1 פון 4

כשרונות פראיעקט אויף קול מבשר

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 8:01 pm
דורך moshav zekeinim
גרויס איז געווען די שמחה און ערווארטונג ביי הונדעטער און אפשר טויזנטער אידן אוהבי נגינה איבער די וועלט ביים הערן איבער דעם נייעם כשרונות פראיעקט אויף קול מבשר.

וועלווי מיט נפתלי משה מיט מושי קרויס האב אין אן איינגענעמער היימישער שמועס געמאלדן איבער דעם פראיעקט. זיי האבן געמוטיגט
דעם עולם צו שיקן ניגונים. עס האט זיך געדאכט פאר די שטילע מוזיק שעפער אז ענדליך וועט יעדער האבן א פלאטפארמע, און א סוף צו די דיסקרימנאציע.

דער אמת איז אז זייער גאנצער איינגענעמער מעלדונג האט זיך עפעס נישט געקלעפט. בו בעת וואס מען האט פארשפראכן יעדנס ניגון צו ארויף לייגן האט מען גערעדט פון א סעלעקציע. מענטשן האבן אויסגעניצט די געלעגנהייט, איך האב מיר גערעכנט אויף פיפצן הונדערט ניגונים, אבער 500 איז אויכעט א גאר גרויסער צאל.


למעשה ווי עס שיינט גייען נישט מער ווי 36 ניגונים ארויף גיין. פארוואס האט מען דאס נישט געקענט זאגן פאר דעם? און פארוואס רופן זיי דאס כשרונות הילף ווען עס איז נישט מער ווי א געקליבענע ניגונים פארמעסט.

נפתלי משה דערציילט אינעם אינטערוויו אז ער איז שטענדיג געווען גרייט צו הערן ניגונים פון מענטשן, במיוחד די לעצטע צוויי יאר. איך בין אבער פערזענליך עדות אז נישט. איך האב אים פאריאר געשיקט א ניגון, ער האט געענטפערט אז ער טשארדזשט 65 דאלער צו הערן א ניגון.

איך פארשטיי מיך נישט מיט אזעלעכע דריי קעפ.

יעצט צום עצם פארמעסט. לדעתי, אויב שוין געקליבן, האט ער גוט געקליבן. ד.ה. גוט פאר א פערטיגער אלבום, לאוו דוקא גוט פאר א פארמעסט ווייל ווי פארמעסט מען א שטייטע קעגן א לעבעדיגער, א פארצייטישער גראמען ניגון צו א ראמאנטישער ולירשלים, א פארלוירענער ביום צרה צו א צילעדיגער השיבנו, א סטודיא רעקארדינג צו א פראוויזארישער טעלעפאן רעקארדינג. אויב שוין יא א מוזיק פארמעסט זאל עס שוין זיין צו דער זאך...

איז עס א מצווה צו זיין אזוי אומאויסגערעכנט וויי טיענדיג מענטשן, אדער איז עס גאר א סודות'פולע מהלך אין ביזנעס אדער קולט פירערשאפט?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 10:46 pm
דורך שמעלקא'לע
יעדעס ווארט איז אמת!
געזאגט איין זאך און געטון א צווייטע...
נו, גיי שלאג דיר מיט די "מבינים"...

Re: כשרונות פראיעקט אויף קול מבשר

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 11:01 pm
דורך קל וחומר
מיר זעהט עס אויס אז די גאנצע זאך דא איז א מארקעטינג סטראטעגיע פון נפתלי משה ודעימיה, זוכענדיג סיי פרישערע קאמפאזירער וואס וועלן עווענטואל ברענגן מער ביזנעס סיי מצד וואס די זינגער וועלן נעמען פון זיי סיי ווייל זיי זעלבסט וועלן האבן א רייץ צו מאכן זייערע סחורה אין סטודיו.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 12:19 am
דורך כלבאשבוע
קל וחומר האט געשריבן:מיר זעהט עס אויס אז די גאנצע זאך דא איז א מארקעטינג סטראטעגיע פון נפתלי משה ודעימיה, זוכענדיג סיי פרישערע קאמפאזירער וואס וועלן עווענטואל ברענגן מער ביזנעס סיי מצד וואס די זינגער וועלן נעמען פון זיי סיי ווייל זיי זעלבסט וועלן האבן א רייץ צו מאכן זייערע סחורה אין סטודיו.

יא, און די געדאנק אליין קוקט אויס נאכגעמאכט פון ליפא:

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=g3IGzvb5y0A[/youtube]

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 12:21 am
דורך סאשי פיש
moshav zekeinim האט געשריבן:נפתלי משה דערציילט אינעם אינטערוויו אז ער איז שטענדיג געווען גרייט צו הערן ניגונים פון מענטשן, במיוחד די לעצטע צוויי יאר. איך בין אבער פערזענליך עדות אז נישט. איך האב אים פאריאר געשיקט א ניגון, ער האט געענטפערט אז ער טשארדזשט 65 דאלער צו הערן א ניגון.

איך פארשטיי מיך נישט מיט אזעלעכע דריי קעפ.


ער איז ווערט אדער אפשר גאר נישט ווערט אן אשכול פאר זיך...

...יש דורשין אותו לשבח אבל רוב דורשין אותו לגנאי.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 12:41 pm
דורך שמעקעדיג
moshav zekeinim האט געשריבן: איך האב אים פאריאר געשיקט א ניגון, ער האט געענטפערט אז ער טשארדזשט 65 דאלער צו הערן א ניגון.

איך פארשטיי מיך נישט מיט אזעלעכע דריי קעפ.

ער מוז עפעס אויסהערן יעדנ'ס ניגון פאר FREE? ער איז בכלל עפעס מחוייב?

בנוגע דיין עיקר פראגע פונעם אשכול, דער כשרונות פראיעקט איז זיכער א שטופ אין די ריכטיגע דירעקציע, פארשטייסט מסתמא אליינס אז נישט יעדנ'ס ניגון איז ראוי צו ווערן געלופטערט ברבים, אודאי מוז מען קלויבן, און טאמער וועט ער נישט קלויבן און ארויסשטעלן 1500 ניגונים וועלן נישט זיין קיין 3 מענטשן דאס צוצוהערן... מענטשן האבן טאקע צייט אבער נישט אזויפיל צייט.. וא"כ אין לדבר סוף ומאי הועילו חכמים בתקנתם.
עס איז די ערשטע מאל מען פרובירט צו מחדש זיין אזא גוטע זאך ביים היימישן ציבור, כל התחלות קשות, די אויסקום קען צומאל זיין אנדערש ווי ערווארטעט, מען קען נאך נישט בויען א מסקנא פון אזא קורצע תקופה פון ווען עס איז נתחדש געווארן ביז מען זעהט פירות דערפון. כן נראה לענ"ד.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 3:43 pm
דורך moshav zekeinim
מסתם פארמאגסטו אן אנדערער מיינד סעט ווי מיר. איך פארטראג נישט ווען מען פארענטפערט היפאקריפסיע. איז דען וויכטיג פאר אזא פראגראם אנצוהייבן מיט ליגנט, און מיט בזיון הבריות. פארוואס קענען זיי נישט זאגן לכתחילה אז בלויז כך וכך ניגונים גייען ארויף.

טאמער פארשטייסטו נישט דעם קאנסעפט פון כבוד הבריות בעט איך דיר ברחמים, ענטפער מיר ניטאמאל.

און וועגן מיין ניגון ענטפערסטו אויך פארפירעריש, פשוט נישט צולייגנדיג קאפ וואס מיין פוינט איז דארטן. דער עולה איז אז דו קאפי פעיסטס בלויז דער צווייטער האלב פון מיין פאראגראף.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 4:04 pm
דורך קאצקע ציקער
דו ביסט צו נעגעטיוו סארי

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 4:28 pm
דורך אייז קריעם
אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו. דער מאמר חז"ל איז שוין אביוזד און קלישעי, סא פליז זאג עס איבער און יודיש. מען קען נישט פארשטיין יענעם ביז די וועסט נישט אנקומען צו זיין פלאץ.

בנוגע כבוד הבריות, אפשר ביסטו גרייט אויסצוהערן 250 ניגונים וואס איך האב געמאכט? אויכעט ביטע קאמענטירן אויף יעדן ניגון כאטש צוויי סענטענסעס?

בנוגע פארוואס שטעלט ער זיך ארויס אלס אזא גוטהארציגע מענטש , אנדערע מבינים וואלטן נישט אויסגעהערט א עמעטורס ניגון אפילו פאר געלט. חוץ מזה, אויב וועט ער בעטן אביסל געלט וועסטו זיך אנשטרענגען און מאכן א האלב לייטישן פראדוקט, אז נישט וועט ער זיין ביזי טעג און עעכט נאר צו הערן יעדן בחור'לס ניגון.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 4:46 pm
דורך moshav zekeinim
איך בין נעגאטיוו, איך גלויב אין ארונטער רייסן מיט נעגאטיוויטי וועמען איך פיל אז עס קומט אים. וועמען עס געפעלט נישט זאל זיך אפטראגן פון דעם אשכול און בכלל נישט שטיין אין ווארט מיט מיר.

און צו די וואס קייען נאכאמאל איבער אז שניצלער איז נישט מחויב צו הערן יעדן'ס ניגון, זאל מוחל זיין איבערליינען מיין פאוסט מויט תשימת לב, אנדערש איז יעדעס ווארט דא איבעריג.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 4:47 pm
דורך שמעלקא'לע
moshav zekeinim האט געשריבן:איך האב אים פאריאר געשיקט א ניגון, ער האט געענטפערט אז ער טשארדזשט 65 דאלער צו הערן א ניגון.

איך פארשטיי מיך נישט מיט אזעלעכע דריי קעפ.


לייג עס דא ארויף, איך הער עס אויס פאר אומזיסט!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 4:53 pm
דורך moshav zekeinim
און איך בעט די מנהלים צו פארמעקן קאצקע צוקערס פירקל. עס איז אן אקאטע אן א זיך באציען צום עצם ענין.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 4:56 pm
דורך moshav zekeinim
שמעלקא'לע האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:איך האב אים פאריאר געשיקט א ניגון, ער האט געענטפערט אז ער טשארדזשט 65 דאלער צו הערן א ניגון.

איך פארשטיי מיך נישט מיט אזעלעכע דריי קעפ.


לייג עס דא ארויף, איך הער עס אויס פאר אומזיסט!


עס איז נישט קיין שלעכטער איינפאל צו שאפן א כשרונות פראיעקט דא אין שטיבל. די שאלה ווער עס נעמט עס אונטער.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 4:59 pm
דורך גנדי
אפשר מאכט מען "דא" א כשרונות פארמעסט?

מען זאל ארויפלייגן קאמפזירטע ניגונים און די עולם זאל געבן לייקס
(ווער עס וויל נישט מען זאל דערקענען די קול, זאל דאס נאר שפילען מיט א קיבארד וכדומה)

----
ברוך שכוונתי...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 5:04 pm
דורך גנדי
נאכדעם קען מען מאכן אנדערע כשרונות פארמעסטן.

מעלעריי, VIDEO EDITING, גראפיקס, ENGLISH WRITING, ניטיג, לעקטריק סיינס, ANNIMATION, רעסעפיס וכדו'

(פאזיעס איז שוין געווען אסאך מאל דא)

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 5:33 pm
דורך שמעלקא'לע
רעדי

Re: כשרונות פראיעקט אויף קול מבשר

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 5:48 pm
דורך סאשי פיש
איך ווייס פון א קאמפזירער וואס שיקט נישט קיין ניגונים פאר נפתלי משה וויבאלד ער רעכנט געלט.



Sent from my LG-D850 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 5:50 pm
דורך [NAMELESS]
IQ test

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 5:54 pm
דורך moshav zekeinim
סאשי פיש האט געשריבן:איך ווייס פון א קאמפזירער וואס שיקט נישט קיין ניגונים פאר נפתלי משה וויבאלד ער רעכנט געלט.



Sent from my LG-D850 using Tapatalk


מען מעג רעכענען געלט, אבער נישט שפילן יפי נפש ווען מען איז א טריקענער ארבעטער פארן דאלער. און אוודאי און אוודאי נישט ניצן קיין אומשולדיגע טאקטיקן און דרייערייען.

Re: כשרונות פראיעקט אויף קול מבשר

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 5:55 pm
דורך סאשי פיש
וואס מיינט יפי נפש?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 5:59 pm
דורך moshav zekeinim
בא'טעם'ט מאכעריי

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 6:05 pm
דורך [NAMELESS]
בן אדם האט געשריבן:IQ test

פונקט פריער גענומען אן אנליין טעסט, 141. כ'ווייס נישט וואס ס'מיינט, הויך? נידריג? כ'בין א קנאפע חסיד פון מיך דן צו זיין באזירט אויף אפאר נער'ישע שאלות וואס די ענטפערס זענען לאו דוקא מוכרח.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 6:41 pm
דורך קאמענטירער
אין אייוועלט האט מעו אויך געלופטערט ענליכע טטענות אויף נפתלי משה אבער איך מיין אז ער קען זייער פשוט ענטפערן (אויב ער איז אפי' אינטערסירט): קוש מיך!!!

אויב די ווילסט קעמפען פאר יושר און דו האלטסט אזמדאס און דאס איז ריכטיג דאן ביזטו מכובד מיט פתיחה

סדערמאנט מיר ווי א ליבעראלער סטודענט טענה'ט אז מדארף העכרן די שטייערן פאר רייכע און דער אונטערוויער האט אים געטשאלענזשט אויב זי איז גרייט צו אוועקגעבן העלפט פאדינסט וואס ער מאכט...