בלאט 1 פון 1
פאליגעמי ביי אידן שותו"מ
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 9:49 am
דורך כלבאשבוע
אין כיכר השבת איז דא היינט א באריכט וועגן א polygamy מאוומענט אין א"י, זיי רופן זיך "הבית היהודי השלם" מיטן אגענדע אז מ'זאל חתונה האבען מיט עטליכע פרויען כדת וכדין.
דא איז זייער אפיציעלע וועבסייט:
http://www.jewishome.netזיי זענען אין די נייעס נאכדעם וואס א יונג מיידל איז מקודש געווארן צו א עלטערער פארהייראטע מאן מיט די הסכמה פון יענעמ'ס ווייב און אונטער די הדרכה פון א מקובל, נאר זי האט חרטה געהאט און פארלאנגט א גט.
המקובל שכנע והצעירה נישאה באישון לילה לגבר נשויצעירה בת 20 שוכנעה בידי מקובל להתחתן עם גבר נשוי ואב ל-10 ולשמש כאשתו השנייה. בית הדין התערב - לאחר שהמקרה חשף כת פוליגמית דתית דרכה נישאו צעירות רבות והיא קיבלה גט
http://www.kikar.co.il/mobile/app/#news.216095
Re: פאליגעמי ביי חרדישע אידן
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 10:22 am
דורך גראף
א געוואלדיגע זאך. איך געב זיך קוים אן עצה מיט איינס.
אפשר זאל מען מצרף זיין די חברה וואס זענען עולה אויף דער הר הבית כסדר און ווילן שוין בויען דער ביהמ''ק מיט דער גרופע.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 10:34 am
דורך איך אויך
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 10:36 am
דורך איך אויך
פון אפאר הארני מזרחיסטן ווערט נאכנישט ''חרדישע אידן'', ביטע פארעכטן די קעפל.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 1:00 pm
דורך berlbalaguleh
כלבא שבוע: די קי אינגרידיענט אין דייין רעפארט איז די בעל מקובל. ווייל קיין נארמאלער מענטש וואלט זיך ממילא נישט באטייליגט אין אזעלכע זינלאזע און אומלעגאלע צערעמאניעס...!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 1:07 pm
דורך berlbalaguleh
גראף: דאס וועט זיין זייער א שיינע סצענע. די פאררוקטע חברה מיט זייערע פיהל ווייבער און קינדער גייען ארויף אויפ'ן הר הבית, מקריב צו זיין קרבנות. (א קרבן שלמים, למשל. א יעדן טאג 'עללן זיי שעכטן אנ'אנדער אקס. אזוי אז ס'וועט זיין גענוג פלייש פאר דעם בעה"ב מיט זיינע ווייבער, פילגשים און קינדער. עבדים ושפחות. חמורים ואתונות. (וואו זענען די פערד...?!) אין ארץ ישראל, ווייל ס'איז א בארגיגע געגנט, באנוצט מען זיך מער מיט אייזלען און ווייניגער מיט פערד. ווייל די אייזלעך קענען בעסער קריכן אויף די בערג.
און אויב די פאלעסטינער מערדערס אדער די משטרה וועללן זיי נישט פארטרייבן פון דארט. און זיי וועללן ארויסגיין מיט גאנצע ביינער, וועללן זיי פראווען אן עליית רגל צערעצמאניע בהמוניהם 3 מאל א יאר. אויך אין יום העצמאות...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 1:50 pm
דורך [NAMELESS]
ווער גייט זיין די כהן גדול?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 2:28 pm
דורך שבת אחים
און אפשר זענען זיי גערעכט? די תורה האט דאך נישט קיין פראבלעמען מיט פאוליגעמי? סה״כ האבן די רבנים בתוכם ר׳ יהודא החסיד מתקן געוועהן אזוי ווייל די אלגעמיינע גוישע קולטור האט שוין יענע צייטן איינגעזעהן אז פאוליגעמי איז נישט עטיש און נישט קיין גיטע לעבן. איך פרעג נאר.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 3:43 pm
דורך [NAMELESS]
רבינו גרשום, נישט ר' יהודה החסיד, דאס איז בערך טויזענט יאר צוריק. למעשה נעמען פיהל פוסקים אן אז דער חדר"ג איז אנגעגאנגען בלויז ביזן אלף החמישי, נאכדעם איז דאס בלויז בגדר תקנה. ווען האט זיך דאס געטוישט ביי די גוים?
גערעכט פון וועלעכע שטאנדפונקט? א תורה'דיגע? זענען מיר דען גדול בחכמה ובמנין פון די מתקני התקנה?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 4:14 pm
דורך יעקב מענטש
ריכטיג האט געשריבן:רבינו גרשום, נישט ר' יהודה החסיד, דאס איז בערך טויזענט יאר צוריק. למעשה נעמען פיהל פוסקים אן אז דער חדר"ג איז אנגעגאנגען בלויז ביזן אלף החמישי, נאכדעם איז דאס בלויז בגדר תקנה. ווען האט זיך דאס געטוישט ביי די גוים?
גערעכט פון וועלעכע שטאנדפונקט? א תורה'דיגע? זענען מיר דען גדול בחכמה ובמנין פון די מתקני התקנה?
פון א תורהדיגע השקפה שטאנדפונקט.
דא איז ער שיין מלקט די טעמים פונעם חרם דרבינו גרשום, און קיין איינס האט נישט מיט עטיקס, רוב טעמים זענען פראקטישע, (לויט דעם עקאנאמישן טעם דארט, ווייס איך נישט צו מ'מעג זיך מונע זיין פון נעמן בוירט קאנטראל...).
אונז קענען מיר נישט טוישן תקנת וואס ראשונם האבן אוועקגשטעלט (איך ווייס אז עטליכע חכמים דא וועלן פרעגן מהיכי תיתי) אבער ביי אונז אידן ווערט עס נישט אנגעקוקט אלץ 'נידריג' ווי די {רעליגיעזע} גוים קוקן דאס אן.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 4:32 pm
דורך ליפא
און נישט אלע רעליגיעזע גוים. נאר קריסטן מיינעך
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 5:32 pm
דורך [NAMELESS]
דא איז ער שיין מלקט די טעמים פונעם חרם דרבינו גרשום, [/quote]
ס'איז דא נאך א טעם, מחשש אז ער וועט חתונה האבן במדינה אחרת ונמצא אח נושא אחותו.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 11:43 am
דורך ציבעלע-קיגל
אז מען רעדט שוין יא פון חרם דרבינו גרשום... וואס איז טאקע די שטראף פון איינער וואס האט יא חתונה מיט צוויי ווייבער ?
צוויי שוויגער'ס (אוי וויי)
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 12:06 pm
דורך שמעקעדיג
יעקב אבינו האט געהאט 2 ווייבער שוועסטער, ס"ה נאר איין שוויגער... אבער מיט אזא שווער ווי לבן איז אים נישט געווען וואס מקנא צו זיין, נאך א מזל ער איז אנטלאפן פון דעם פאפער..
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 4:54 am
דורך אישתישבי
ווען מען האט געמעגט האבען צוויי ווייבער, פארוואס האט יצחק נישט געהאט צוויי?
משה מילא, אפילו פין איינס האט ער זיך פורש געוועהן.
אבער דער סעקטע אין ישראל איז גערעכט, אויב מען מעג, ספרדים האבען נישט מקבל געוועהן חדר"ג, פארוואס נישט?
ארץ ישראל פאלט נישט אונטער חדר"ג און אזוי אויך אמעריקא, סא פארוואס טאר מען נישט?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 8:17 am
דורך [NAMELESS]
רבינו גרשום איז געווען דער רבי פון די אשכנזים, אלע אשכנזישע ראשונים זענען געווען תלמידיו ותלמידי תלמידיו, די תקנה האבן זיי מקבל געווען אויף אונזערע קהילות, כ'ווייס נישט ווי ווייט ס'האט מיט מדינות (געדענק איך עפעס א תשובה פון הגר"מ פיינשטיין דערויף, כ'דארף אויפזוכן).
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 8:36 am
דורך אישתישבי
מען ווייסט אז עס איז דא הלכות פין חומרי המקום שיצא משם, און מען דארף נישט האלטען אלטע מנהגים אויב מען פלאנט נישט צוריק פארען וואוינען.
ממילא ווען מיין עלטער זיידע איז געקומען נאך די קריג קיין אמעריקא, זענען אלע אלטע מנהגים בטל.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 9:42 am
דורך [NAMELESS]
אישתישבי האט געשריבן:מען ווייסט אז עס איז דא הלכות פין חומרי המקום שיצא משם, און מען דארף נישט האלטען אלטע מנהגים אויב מען פלאנט נישט צוריק פארען וואוינען.
ממילא ווען מיין עלטער זיידע איז געקומען נאך די קריג קיין אמעריקא, זענען אלע אלטע מנהגים בטל.
ביסט אזוי זיכער? ר' משה'לע קראקעווער זצ"ל האט אנגענומען מיט א פשטות אז דאס איז מחייב מדינת פוילן אלץ יוצאי אשכנז.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 11:45 pm
דורך אישתישבי
אז דאך גוט, ווייל זייט די גרויסע כינוס, איז קלאר פעסטגעשטעלט געווארען אז אונז זענען יוצאי אונגארען.
און דאס וואס די זאגסט פין ר' משה'לע קראקעווער עיין בספר