ויאהב יעקב

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
אמת45
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

ויאהב יעקב

שליחה דורך אמת45 »

ראשית כל שלום וברכה, איך האב זיך דא איינגעשריבן א פאר חדשים צוריק, אבער קיינמאל נישט געטראפן די געלעגנהייט זיך אראפצוזעצן עפעס געהעריג שרייבן. די וואך האט מיר עפעס געכאפט א מינוט און איך האב באשלאסן אראפצושרייבן א געדאנק אויף די וואכעדיגע סדרה. עס איז נישט פונקטליך מן הסתם, און די געדאנק מוז אויך נישט זיין איז עפעס ווער ווייסט וואס, אבער ערגעץ מוז מען דאך אנפאנגען. אלזא ביטע נישט געבן א שנעלן סקראול אראפ און פטר'ן די מעשה, איך וויל וויסן אויב עס איז בכלל איינעם אינטערסאנט. אויב נישט, איז די גרינגסטע און שנעלסטע וועג, מיר דאס מודיע צו זיין, און נישט מיך לאזן אין די טינקל.

אין די וואכעדיגע סדרה:
יעקב דערגרייכט קיין פדן ארם צום פעטער לבן מיטן פלאן צו הייראטן איינע פון זיינע טעכטער. ווי נאר ער דערזעהט רחל, פאלט ער מיט איר אין לאוו. שלעפט פאר איר אראפ דעם שטיין, טרינקט אן די שאף, און פאר וואס ווען וואו, איז ער שוין לבן'ס אן ארבייטער. לבן פארלאנגט פון אים זיבן יאר ארבעט פאר זיין יונגערן טאכטער רחל, און יעקב גייט איין דערפאר. די זיבן יאר ענדיגן זיך און לבן נארט אים אריין מיט זיין עלטערן טאכטער לאה, און יעקב ארבעט נאך א גאנצע שמיטה צו באקומען דאס צווייטע, זיין ליבלינג. ס'הייסט א טאטאלע פערצן יאר.
ענדליך שוין חתונה געהאט, מוטשעט זיך רחל ארום, קינדערלאז, אינדערצייט וואס לאה האט שוין פיר. מיט זיין רחל האט ער נישט קיין קינדער. לאה ווידעראום איז פארביטערט און צוקלאפט, זיך שפירט פארפיינטעוועט ביי יעקב. מיט יעדע קינד וואס זי געבורט האפט זי אז דאס וועט איר געבן חן אין איר מאן'ס אויגן.  רחל ווייטער דרייט זיך ארום דערביטערט אויף איר שיקזאל זיך ווינטשענדיג ליבערשט דאס טויט. דאס ברענגט יעקב זיך צו בייזערן אויך איר. ס'טוט זיך א טומעלעריי מיט וועם יעקב זאל שלאפן. אויף א ביסאלע בלומען גייט רחל איין אז יעקב זאל גיין צו לאה אויף א נאכט. א שטיק צייט דערויף האט יעקב נאך א קינד מיט לאה.
ארבעטען ארבעט ער נאך דערווייל פארן שווער, ביז רחל ווערט ענדליך געהאלפן מיט א יוסף'ל. דאן באשליסט יעקב אז ס'שוין העכסט צייט צו גיין פון דאנעט, אבער נישט פארן זיך צוקריגן מיטן שווער, און ענדליך זעהט ער זיך ארויס פונעם פלאץ, ווי ער איז אנגעקומען עלנד אליין, מיטן פלאן צו טרעפן זיין אבידה, און לאזט זיך ארויס מיט א שטוב פון 11 בנים און פיר ווייבער.
א קורצע צייט שפעטער געבוירט רחל נאך א קינד, יעקב'ס יונגסטע און הויכעט ליידער אויס די נשמה ביים געבורט. יעקב באערדיגט איר דארט אין מיטן וועג. איבערבלייבענדיג בלויז אירע יוסף און בנימין אלס א זכר.
יוסף איז אן אינטערסאנט קינד, אנדערש. פארציילט פאר די ברידער מאדנע חלומות, דמיונות זיינע. די ברידערס אלע קענען אים נישט ליידן, בלויז יעקב. יעקב פארשטייט צו אים, יעקב האט אים איבערהויפט ליב, און ווייזט דאס גאר קלאר ארויס. דאס פארפיינט אים נאך מער ביי די ברידער, און ענדליך באשליסן די קינדער צו פטר'ן דעם יוסף, אינאיינעם מיט זיינע חלומות. מתחילה פלאנען זיי אים צו הרגענען גאר, אבער למעשה פארקויפן זיי אים בלויז פאר א גרופע אראבישע סוחרים, אויפן וועג קיין מצרים.
פארן טאטן ברענגן זיי דאס בלוטיג העמד'ל אלס אן איבערבלייבעניש. 22 יאר איז יעקב זיצט יעקב און קלאגט אויף זיין זוהן, ביזן הערן די גוטע בשורה אז ער לעבט, און איז גאר קעניג אין מצרים. פארעלטערטעהייט פארט ער אראפ קיין מצרים זיך טרעפן מיא זיין ליבלינג און לעבט אויס דאס איבריגע יארן זיינע בשלווה.

וואס האט יעקב'ן פאראורזאכט אזא שווער לעבן, אזויפיל מיטמאכעניש? די איין רחל. די רגע וואס ער האט באשלאסן נאכצולויפן דעם מיידל.
צוואנציג יאר האט ער פאר איר געארבעט, חתונה האבענדיג מיטן שוועסטער אינצווישן. קוים קוים מיט איר געלעבט און נאך א פאר יאר ל"ע באערדיגט. האט ער איר יוסף'ל באגילדעט און זיך געטשעטשקעט מיט, איז ער אויך געגאנגען א גאנג. נאכן פאנגען שמעון האט ער זיין שווארץ אפל בנימין אויך געדארפט אראפשיקן, מיט פחד און שרעק. אפילו גאט האט זיך צו אים נישט באוויזן אין די 22 יאר. אלעס אן עפעקט פון די איינע רחל זיינע. וואס טאקע פשט דערין? איז אזוי.

עס איז דא צוויי וועגן אין לעבן וואס א מענטש קען נעמען. צוויי וועגן וואס פארמירן דעם מענטשנ'ס גאנג. עס איז דא א מענטש וואס ריאליטי פארמירט זיין לעבן, ער אקצעפטירט אלץ ווי אזוי ס'קומט. אלס בחור טוט ער דאס פארלאנגטע, שטעלט זיך צו. א שידוך טוט ער וואס שטימט און פאסט כהוגן. אלס יונגערמאן שטעלט ער זיך צו, צו די נארם, וואס איז אנגענומען און אקצעפטירט. מוסדות ווי יעדער שיקט, א ביהמ"ד ווי דער נארמאלער עולם דאווענט. די זוהן זיינע שיקט ער אינעם זעלבן ישיבה סיסטעם וואס ער איז אדורך און שידוכים מיט די קינדער ווייטער ווי שטימט און פאסט. די קאנטרי, די לבוש, די רבנים, אלעס ווי אזוי ס'איז אנגענומען. אמאל ער בייגט אהין אמאל אהער, אבער בדרך כלל איז ער אויפן גאנג. דאס איז איין מהלך החיים וואס מענטשן נעמען, און מיט רעכט. וואס ברויך מען זיך דען שלאגן און ליידן, מ'שטעלט זיך צו און ס'ארבעט.

עס איז אבער דא נאך א וועג. א שווערערן קו. פארהאן א מענטש וואס האט אן אייגן בליק, אן אייגנארטיגן השקפה. אייגענע רצונות, סיי וואס זאל זיין. אזא מענטש ברויך אבער מאכן ריאליטי בייגן צו זיך. צומאל זענען זאכן מעגליך און צומאל נישט, און צומאל דארף מען די אוממעגליכע, ערמעגליכן. אזא מענטש דארף ברעכן רולס, זיין אנדערש, און ארבעטן שווער פאר זיין גלויבונג. נישט אייביג איז דאס א סוקסעס און אפילו ווען יא, קען נעמען צייט ביז מען זעהט דערפון פירות. נאטירליך וועלן זיין מענטשן וואס וועלן דאס נישט אקצעפטירן, און אבזשעקטירן. נאטירליך וועלן זיינע נאנטע צומאל זיך שפירן געטראפן. עס איז נישט די גרינגע וועג, עס וועלן זיין שוועריגקייטן, אבער אז א מענטש האט א מיסיע וועט ער דאס סוף סוף דערגרייכן.

יעקב האט אויסגעוועלט רחל פאר א ווייב. ער האט געקענט זאגן ניין ווען לבן האט פון אים פארלאנגט זיבן יאר דערפאר. איז דען פאסיג בכלל צו ארבעטען זיבן יאר פאר א בלויזן החלטה? דאס אליין איז גענוג געווען זיך אפצושאקלען פונעם חלום זיינעם. אבער נישט יעקב. ווען ער האט באשלאסן אז איר וויל ער, האט אים קיין שטיין אין וועג נישט אפגעשטעלט. (פארוואס יעקב האט אזוי געוואלט, איז נישט די נושא. אבער חז"ל זאגן אז ער האט אזוי פאראויסגעזעהן מיט רוח הקודש, ובלשוננו: הייליגע אינטואיציע). זיין בטעות'דיגן חתונה צו לאה איז אויך גענוג סיבה געווען צו מאכן א ברוך שפטרני אויף רחל. ס'הייסט דער רבוש"ע אליין צייגט דאך אים פון אויבן, נישט אזוי? און ווי אזוי בכלל קען אזא זאך ארבעטן, צוויי שוועסטערס פאר ווייבער, רחל נאך זייענדיג די שיינע, און לאה די אריינגעצווינגענע. איז דען רחל נאך געווען נוגע? פאר יעקב יא, און פאר אים איז עס ווערט געווען נאך זיבן יאר ארבעט, פאר אים האבן קאמפליקאציעס נישט געהאט קיין ווארט אין זיין באשלוס. צו איז דאס ראצניאעל? ניין. שוין נאכן איר באקומען האט ער קיין קינדער מיט איר קודם נישט געהאט און בלויז געציילטע יאר נאכדעם האט ער איר שוין פארלוירן. פון א ראצניאעלן שטאנדפונקט איז טאקע נישט כדאי נאכצולויפן אזוי עפעס, אבער ווען די דרייוו איז אינטואיציע ברויך עס נישט שטימען. בכל מכיר. און טאקע נישט אייביג זעהט מען די תוצאות, אסאך מאל איז שווער צו שלינגען. און דאסמאל האט יעקב געדארפט שלינגען.

יוסף'ל זיין בן זקונים, א יתום, אן אינטערסאנט קינד. אינטואיטיוו, ווי די פאטער, אינטעליגאנט און אייגענארטיג, א וויזשינערי. די ברידער גלייכן אים אבער נישט. פיינט האבן זיי אים גאר, אינאיינעם מיט זיינע חלומות מיט דמיונות. בלויז יעקב פארשטייט צו אים, און בלויז ער קען אים פארשטיין. ער האט אים יא געגלייבט, און אין די חלומות זיינע. ואביו שמר את הדבר. מיט דעם אלעם האט ער אים פארשריגן, ווייל ער האט אויך פארשטאנען ווי דאס קען א מענטש פירן. יעקב האט אויך פארשטאנען אז דאס קינד, א יתום, דארף ליבשאפט, ער דארף שפירן ספעשיל, און ער האט אים דאס געגעבן. ער האט מיט אים געלערנט. האט פארשטאנען אים צו קויפן א כסונת פסים. נאטירליך האבן דאס די ברידער נישט געגליכן. נאטירליך איז זיי יוסף געשטאנען אין וועג. יוסף, זיינע שגיונות און דעם טאטן'ס קשר מיט אים, איז זיי געשטאנען אין וועג.
סיי יעקב און סיי יוסף האבן באצאלט דערפאר א פרייז. צוויי און צוואנציג יאר האט מען זיי אוועקגענומען איינער פון די אנדערע.
ביקש יעקב לישב בשלווה, דאס נישט. נישט ער און נישט יוסף האבן געהאט א גרינג לעבן. אבער, רחל'ס זוהן יוסף איז למעשה געווארן מלך אין מצרים, זיינע חלומות זענען טאקע פארווירקליכט געווארן, יעקב'ס רצונות זענען פארווירקליכט געווארן, נתגלגל הדבר אז ער האט געראטעוועט די משפחה אינעם הונגער יאר ווי יוסף זאגט פאר די ברידער- כי למחיה שלחני אלוקים.
פאר דאס באשערטע צו פאסירן, דארף מען דערפאר שוויצן.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

הערליך ! גאר א שטארקע געדאנק! נאדיר דעם ערשטען לייק
אמת45
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

Re: ויאהב יעקב

שליחה דורך אמת45 »

קאצקע ציקער האט געשריבן:הערליך ! גאר א שטארקע געדאנק! נאדיר דעם ערשטען לייק

תודה רבה! און עקסטער פארן ערשטן לייק.
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: ויאהב יעקב

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

א לייק האב איך דיר געגעבן וואס דאס אליינס וואלט גענוג געוועהן כשרייב אבער זאלסט וויסן א פיינער התחלה קיפ אפ
דאס מענטשעלע שפילט........
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך אייז קריעם »

געוואלדיגע חיזוק. ישר כח.
דאס האט עפעס א שייכות מיטן ניק וואס די האסט אויסגעקליבן?....
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
  –The Rebbe of Kotzk
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

שיין געדאנק
דיין ניק איז אויך זייער טיעף און טאעטפו"ל
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
אמת45
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

Re: ויאהב יעקב

שליחה דורך אמת45 »

אייז קריעם האט געשריבן:געוואלדיגע חיזוק. ישר כח.
דאס האט עפעס א שייכות מיטן ניק וואס די האסט אויסגעקליבן?....

ישר כח!
שייכות? שטארק מסתבר..
אמת45
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

Re: ויאהב יעקב

שליחה דורך אמת45 »

מיש-נייעס האט געשריבן:שיין געדאנק
דיין ניק איז אויך זייער טיעף און טאעטפו"ל

תודה רבה אויף ביידע תגובות..
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אמת
דיין געדאנק איז גאר שיין, ד.ה. אז יעקב און יוסף האבען געליטען אגאנץ לעבען נאר פאר וועלען די היפוך וואס דער רבים האט פאר זיי אנגעקלערט.

גאר א שטארקע נקודה.

אבער די ברענגסט נישט ארויס וואס יעקב האט געהאט פין דעם חוץ צרות. ווילסטו ארויס ברענגען אז מען דארף גיין נאך די אייגענע שאיפות מיט מסירות נפש? ווייל דאס זעה איך לדבריך פין יעקב, קיין האניג האט ער אין די ענדע קיינמאל נישט געלעקט פין רחל. די לעצטע פאר יאר אין מצרים האבען זיך דען געלוינט פאר א לעבען פין פיין?

בדרך אגב, לאה איז אויך א משל פין דעם, נישט איינגעגעבען חתונה האבען מיט עשיו, וועמען די שדכנים האבען אויף איר גוזר געוועהן וכו'.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: ויאהב יעקב

שליחה דורך קל וחומר »

וואס הייסט?

זיין 'יוסף' איז געווארן מלך.
ער האט משקיע געווען אינעם עתיד.
די לעקציע איז אז ס'גייט טאקע נישט געשמירט, אבער ענדע קומט מען אהן און מ'טוישט היסטאריע.
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

יעקב סימבאלאזירט דער גלות איד אזוי ווי איהר ברענגט ארויס אזוי שיין. ער האט זיך געהאלטען און געמאכט א הכנה לדורות כידוע. ויפגע במקום איז געווען אין הר המוריה אבער נישט אויפען פלאץ. דאס קומט מרמז צו זיין אז אין גלות קען מען זיין אין ביהמ"ק דארט ווי מען געפונט זיך כל זמן אז מען איז מכוון ליבו כנגד ירושלים.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
אמת45
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

Re: ויאהב יעקב

שליחה דורך אמת45 »

קל וחומר האט געשריבן:וואס הייסט?

זיין 'יוסף' איז געווארן מלך.
ער האט משקיע געווען אינעם עתיד.
די לעקציע איז אז ס'גייט טאקע נישט געשמירט, אבער ענדע קומט מען אהן און מ'טוישט היסטאריע.

אט אזוי, צום פינטל.
פארשפארט