בלאט 1 פון 1

די מיסטעריע פון הרב עובדיה'ס טויט

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 9:37 pm
דורך mevakesh
ווי באוויסט איז מיט עטליכע יאר צוריק נסתלק געווארען אין ארץ ישראל דער גדול הדור פון אחינו הספרדים מרן הרב עובדיה יוסף אינעם יונגען עלטער פון דריי און ניינציג יאר
כלל ישראל איז דעמאלטס געווען אין שאק וויאזוי אזא טראגעדיע האט געקענט געשען אזוי אומגעראכטן און מען האט אריינגעלייגט גאר שטארקע כוחות צו פרובירן צו דערגיין וויאזוי דאס איז געשען
עס איז געווען א גרופע פון לינקע עלעמענטן וואס האבן געוואלט אנגעבן אז די אורזאך צו די פטירה האט געהאט עפעס צוטוהן מיט זיין עלטער אבער רוב מנין ובנין פון די ערליכע לאגער האבן דאס נישט אהנגענומען
אזוי איז דוירך איבער דריי יאר פון אומקלארקייט
אבער יעצט קומט אהן די נייעס פון ארץ ישראל אז מען איז דערגאנגען וואס האט צוגעברענגט צו די פטירה
זיין זוהן און ממשיך דרכו מרן הראשון לציון האט יעצט ביים וועכענטליכע שיעור מוצאי שבת אנדעקט אז מרן הרב הרב עובדיה איז אומגעקומען פון די גזירת גיוס
עס איז צום האפן אז די שאקירענדע נייעס וועט פירן צום ענדגילטיגע לעזונג פון די פארווייטאגטע מיסטעריע און אז די שולדיגע וועלן געברענגט ווערן צו גערעכטיגקייט
http://m.bhol.co.il/Article.aspx?id=112133

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 10:40 pm
דורך איסר האטלקי
זייענדיג אין ארץ ישראל אין יענע תקופה הארט איידער זיין לויטערע נשמה איז צוריקגעגעבן געווארן צום יוצר האדם, עס איז אמת ויציב. ער האט עס גענומען שרעקליך צום הארצן, מער פון רובו ככולו חסידישע מיטגלידער פון מועצת חכמי חעלעם...

Re: די מיסטעריע פון הרב עובדיה'ס טויט

נשלח: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 2:04 am
דורך גר ותושב
דערמאנסט מיר פון די פייערן וואס זענען פארגעקומען אין ארץ ישראל פאר צוויי וואכן צוריק וואס איך האב געזעין די שבת אין א קנאישע גליון ווי זיי זאגן אז די פייער איז געקומען צו ווייזן אז גאנץ ארץ ישראל וועט פארברענט ווערן עפ"ל אנדערע האבן געזאגט אז עס האט צוטוהן מיט די גזירות גיוס און ברלנדס חסידים האבן געזאגט אז עס האט צוטוהן וועיגן ברלנד זיצט אין חד גדיא עס איז אבער קיינעם נישט איין געפאלן אז דא אין אמעריטשקע איז אויך דא פייערן און די טריקענע סעזאן.