[center]משלי שש.[/center]
[center]פרק א': דאס מענטשליכע זעהל.
פרק ב': הבריאה - עבר הווה ועתיד.
פרק ג': האדם, מידותיו, ואלקיו.
פרק ד': בין האדם לחבירו, שונות.
פרק ה': שונות ומשונות.[/center]
א. גלייב נישט אז אמאל איז בעסער געווען; שוין אין ערשטן טאג פון באשאף פונעם מענטשליכער מין, איז ער שוין נישט גוט געווען.
ב. מער פון וויפיל דו זאלסט זיך שרעקן פון א כעסן'ס אויסברוך, זאל דער כעסן זעלבסט זיך שרעקן דערפון.
ג. מותר האדם מן הבהמה איז מיט זיין שכל; וואס מיט דעם פארשטייט ער ווי ווייניג ער פארשטייט.
ד. ווען דו שטויסט דיך אן אין א הארטע ניסל, געדענק איז א הארטע ניסל האט ווייניגער שאנסן צו זיין אדורכגעפוילט אינעווייניג.
ה. א מענטש ווערט רואיג ביים באטראכטן די כוואליעס ביים ברעג ים. ווייל דאס ווייזט אים, אז דאס איז טבע העולם אז שטורמישע געדאנקען ווערן צונישט, זיך אנשטויסנדיג אין רעאליסטישן וועלט.
ו. גאט ליבט מער דער וואס זוכט אים און טרעפט אים נישט, ווי דער וואס זוכט אים נישט.
ז. א בעל גאוה איז דער וואס גייט אלץ ארום קלערנדיג אויב ער איז אפשר א בעל גאוה; ער דארף אויך "ענוה" אויף זיין רעזומעי.
ח. ווען גאט שרייבט צ"ח קללות, איז עס ווען מיר ווארענען דעם קינד אז מיטן אנרירן א מעסער וועט ער גיין אין שפיטאל אדער שטארבן; עס איז א גוטע ווארענונג נישט צו טון עפעס מסוכן.
ט. דאס קול פון א געוויין איז א געוויסע פארם פון א שטאטע מעלאדיע.
י. די פראזע לויטעט: "א קינד האט א זארגלאז לעבן". און איך האלט, אז זיין פראבלעם מיט זיין לעגא געביידע שטערט אים אזוי שטארק, ווי דיין פראבלעם צו לייגן ברויט אויפן טיש.
יא. וואס מער ציכטיג-ווייסע שניי, אלס מער מאראסט און שמוץ וועט נאכפאלגן.
יב. מער פון וויפיל אן ארטיקל דערציילט דיר איבער דעם באשריבענעם, דערציילט עס דיר איבער איר שרייבער.
יג. עלעקטריציטעט ווייזט אויף, אז צומאל ארבעט א שותפות נאר מיט צוויי קעגנגעזעצטע סארט עלעמענטן.
יד. א מענטש דארף הערן סיי קאמפלימענטן און סיי קריטיק צו שטייגן, אבער וויי איז פארן פערזאן וואס איז דער עמטליכער קריטיקירער.
טו. א פאלשע שמייכל איז בעסער פון אן אויפריכטיגן רגזנות; נאר אזוי שטייט אונזער עולם השקר.
טז. צו קענען קריגן א געשמאקע גלאז מילך, דארף מען צוקומען צו א גרויליגע מקור.
יז. דבר קטן יש באדם, מרעיבו משביעו – משביעו מרעיבו: רדיפת הכבוד.
יח. איך לערן פונעם שפין געוועב, אז טראצדעם וואס צו הרג'ענען א שפין דויערט א האלבע סעקונדע, פארט אבער דויערט פיל לענגער פטור צו ווערן פון זיין געוועב.
יט. יעדע דעספאט צייגט מיטן באשולדיגונגס פינגער אויף איינער וואס האט אים אמאל געטשעפעט.
כ. ארבע מידות בכל אדם: חכם, רשע, תם, ושאינו יודע לשאול; ער ווערט אבער באצייכנט לויט וועלכע וועג ער נוצט אממערסטנס.
כא. ווען איינער רעגט דיר אויף, צייג נישט ארויס קיין כעס; געב אים נישט דעם גוטן געפיל.
כב. ווען דער אלטער פון נאוואהארדיק וואלט געווען אן אדמו"ר, וואלט מען אים גערופן 'השרף' מנאוואהארדיק.
כג. ווען דו מאכסט א ווערטל און דער עולם לאכט, מאך זיכער אז דו ביזט דער גורם און נישט די סיבה.
כד. ס'איז נישטא קיין מער אויסגעדראשענע טעמע ווי 'פרישקייט'.
כה. א מענטש קען גיין כסדר נאכאנאנד, און זיך באקענען מיט נייע שטחים, אבער אויף צו שטייגן – דארף מען ארויפקריכן א בארג.
משלי שש - פרק ה'
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: משלי שש - פרק ה'
די פראז בשמו גייט אזוי; ווען דעם קליינעמס שיפל צעברעכט זיך טוט עס אים וויי פונקט ווי ווען דער סוחר'ס שיף זינקט.
דאכציך אז כ'האב עס געזען אין מכתב מאליהו.
דאכציך אז כ'האב עס געזען אין מכתב מאליהו.
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אדנירם האט געשריבן:ג. מותר האדם מן הבהמה איז מיט זיין שכל; וואס מיט דעם פארשטייט ער ווי ווייניג ער פארשטייט.
דאס גייט צוזאמען מיט סקראט'ס באקאנטע הכרה (געברענגט אין אפלטון'ס אפאלעגיע). ווען די נבואה [ארעקל] פון דעלפיי האט געהאט געזאגט אויף אים אז ער איז דער גרעסטער חכם אין לאנד, האט ער דאס נישט געגלייבט און איר פרובירט אפצופרעגן דורכ'ן שמועסן און דעבאטירן מיט די אנדערע אנגענומענע באקאנטע חכמים אין לאנד (הלא הם כתובים בערך בדיאלאגן של אפלטון). ער האט זיי בעצם אויפגעוואוזן אז דאס וואס זיי האלטן זיי ווייסן (בעיקר בנוגע מעלה ומהו הטוב האמיתי), ווייסן זיי נישט בעצם על בוריין. דאס האט אים געברענגט צום הכרה אז אמת'ע חכמה איז צו אנערקענען וואס מ'פארשטייט (אלס) נישט, און דאס דאס וואס מ'רעכענט אים אלס די קלוגסטע איז פשוט ווייל ער האט די הכרה אויף זיך אז ער ווייסט/פארשטייט נישט. "איך ווייס אז אלעס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט."
וידוע המימרא שמטין משמיה דאריסטו ועוד כמה חכמים, "אז ווי מער איינער לערענט און ווייסט, אלס מער אנערקענט ער וואס אלס ער ווייסט נישט". ועיין כאן.