בלאט 1 פון 2

מקור פונעם מאכל קוגל והמסתעף

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 12:50 pm
דורך גאלד
קיגל איז א מאכל שבת מטעם השו"ע זכר למן, די ארגינעלע קוגל איז לאקשן קוגל, ווייל קארטאפל איז א שפעטערע ערפונדונג

פערפעל איז א מנהג פון בעל שם טוב,

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
דורך שמואל הלוי
גאלד האט געשריבן:קיגל איז א מאכל שבת מטעם השו"ע זכר למן, די ארגינעלע קוגל איז לאקשן קוגל, ווייל קארטאפל איז א שפעטערע ערפונדונג

פערפעל איז א מנהג פון בעל שם טוב,

ס'ווערט נישט געברענגט אין מחבר, נאר אין רמ"א אז מ'פירט זיך צו עסן א מאכל וואס הייסט פשטיד"א זכר למן, און מ'לערנט אפ פשט אז דאס מיינט א קוגל, און בפשטות לאקשן קוגל ווייל פאטעיטא איז נאך נישט געווען דאן. אבער איך האב געהערט אז יש חולקים ואומרים אז פשטיד"א איז עפעס אנדערש.

אגב מ'זאגט נאך פון ר' מאיר'ל פרעמישלאנער אז לאקשן קוגל איז מסיני.

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 1:04 pm
דורך לאדיך אפ
לאקשן קוגל מסיני זאגט מען מיין איך נאך פון די קרעטשניפער.
איך מיין אז מ'האט שוין געגעסן פערפעל און קוגל פאר דעם, די בעש"ט האט נאר געזאגט די טעם.

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 1:08 pm
דורך גאלד
פשטיד"א איז זיכער נישט פונקטליך די קוגל וואס אונז עס מיר, אבער עס איז פארט מטעם הפשטיד"א

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 1:19 pm
דורך שמואל הלוי
לאדיך אפ האט געשריבן:לאקשן קוגל מסיני זאגט מען מיין איך נאך פון די קרעטשניפער

דער קרעטשניפער האט עס נישט מחדש געווען ער האט עס נאכגעזאגט פון זיין זיידע ר' מאיר'ל פרעמישלאנער

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 8:54 pm
דורך [NAMELESS]
פשטיד"א וואס מ'רעדט דערפון אין הל' שבת און יו"ד כמה פעמים, ווי די פוסקים לייגן דאס אראפ איז עס שטיקער פלייש ארומגענומען און געבאקן אין טייג (ע"ע רש"י פסחים ע"ד ב' ד"ה טפילה), די מאכל פלעגט מען עסן פרייטאג צונאכטס זכר למן וואס איז געלעגן כמונח בקופסא ארומגענומען מיט טל מלמעלה ומלמטה.

די מקור פון די מאכל, אטימולוגיע, היסטוריא, צו דאס שטאמט פון די איטאליענישע פאסטא, און די מיינונג פון הרב שטיינזאלץ דעראיבער, עיין
http://www.balashon.com/2010/01/pashtida.html?m=1

נאר אין די שפעטערע יארן -כנראה צוליב ארעמקייט- האט מען אויפגעהערט דאס צו מאכן און זיך באגענוגט מיט קוגל, פאלטשע פשטידא, א שטייגער ווי פאלטשע פיש הידוע והמפורסם, א זכר לפשטיד"א וזכר לזכר למן, אדער ווי טייל זאגן אז בדיעבד איז יעדער קוגל אויך ארומגענומען מיט די הארטע חלק מלמעלה ומלמטה. יעדער מקום האט דאס געמאכט מיט וואס דארט איז געווען דאס מערסטע בהישג יד, (פונקט ווי טשולענט, א שמועס פאר זיך), אין קונגרעס פולין למשל איז דאס געווען קארטאפל (ווי גייט דאס לידל, זונטאג קארטאפל וכו'), די אלע פרעפלערייען קעגן קארטאפל קוגל קומט כמובן פון בורות, נישט וויסענדיג גארנישט וואס טוט זיך אינדרויסן פון שטאט הינטערן בית עולם, כנהוג ווי ס'איז געווען איינגעפירט בימים ומקומות ההם, האט זיך זיי פארדאכט אז אלס וואס מ'הערט צום ערשטען מאל אין אמעריקא שטאמט טאקע פון אמעריקע גופא רח"ל.

(ווער האט געשריבן אז פאטעיטאס איז נאך נישט געווען בימי הרמ"א ??)

צי מ'האט אמאל אנגערופן קוגל מיטן צונאמען פשטיד"א, מסתמא נישט. קוגל איז אן עכט יידישער (דויטש) ווארט, kugel טייטשט זיך אין ענגליש ball, עיין google translate והגלילות, דאס נעמט זיך דערפון וואס מען מאכט דאס אין א רונדיגער טאפ ממילא קומט דאס אויס רונדעכיג. און יא, ער איז נישט דווקא א יידישער מאכל, עס איז אן אור אלטע דייטשער מאכל גערופען kugelhupf, ועיין
http://en.m.wikipedia.org/wiki/Gugelhupf
נאר ס'איז מעגליך אז אונז יידין האבן מיר געהאט אן אייגענארטיג recipe דערפאר.

נאר וואס דען, די מאדערנער עברית שאפער זוכענדיג א ווארט פאר קוגל -נישט ח"ו נכשל צו ווערן מיט איין ווארט פונעם גלות יידיש- איז דאס נאנסטע וואס זיי האבן געקענט אפירקראצן פון אלטן עברית'שער ליטארעטור איז פשטידא (שפעטער אין אבן שושן פשטידה מיט א ה', בן יהודה דערמאנט עס בכלל נישט) און ביי דעם איז עס געבליבן און אריינגעפארן אינעם רבני'שע ספרות.

שיער נישט פארגעסן, אויך אין מחזור דברי ויואל משה האט די רבי זיינער געגעסן "פשטידא", עטליכע מינים פארשטייט זיך, אויך די recipes קענט איר פון דארט נאשן וכל הזכיות שמורות ויאכלו ענבים וישבעו ויישתו יין כמים ונשכבה ונלינה.

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 9:41 pm
דורך גאלד
שמעתי, אז קוגל שטאמט פון די ווארט כעיגול, און טאקע ווייל ס'איז רונדיג,
דאס אז לאקשן קוגל איז די ארגינעלע קוגל האב איך געהערט בשם דער צעלימער רב בשם אבותיו

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 9:44 pm
דורך גאלד
איך מיין אז דער נושא פון קוגל כדאי לעצמו, אין מ'זאל מיר עפענען א קוגל אשכול,

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 9:48 pm
דורך משמרת
גאלד האט געשריבן:איך מיין אז דער נושא פון קוגל כדאי לעצמו, אין מ'זאל מיר עפענען א קוגל אשכול,

אפגעטיילט

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 11:11 pm
דורך [NAMELESS]
גאלד האט געשריבן:שמעתי, אז קוגל שטאמט פון די ווארט כעיגול, און טאקע ווייל ס'איז רונדיג,


שמעתי, אמת, האסט טאקע אזוי געהערט, ס'נישט דיין טעות, ס'איז אן אלטע פשט אויפן ווארט קוגל פון מזרח איוראפעישער וואס האבן נישט געקענט קיין דויטש און האבן זיך געפלאגט צו פארשטיין וואס מיינט די ווארט קוגל, (און עוד הפעם, פונקט ווי טשולענט -נישט וויסענדיג אז עס איז א ריין פראנצוזישער ווארט- האט מען אנגעגעבן מאדנע פשטים אז ער קומט פונעם ווייטען תבשיל שלן).

ס'איז אבער א טעות, ווייל אויב קומט עס פון לשון הקודש וואלט ער זיך גערופן 'עיגול', פונקט ווי ס'איז דא עיגול של דבילה קען זיין עיגול של לאקשן (אדער קארטאפל ח"ו), נישט 'כעיגול' מיטן כף הבעל דמיון. בפרט אז די מאכל ווערט אזוי גערופן נאר ביי די יידן יוצאי אשכנז (פון ווי דער מאכל גופא ציעט זיין יחוס), און די ווארט איז א ריינער דויטש.

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 6:07 am
דורך דולה ומשקה
שמואל הלוי האט געשריבן:
לאדיך אפ האט געשריבן:לאקשן קוגל מסיני זאגט מען מיין איך נאך פון די קרעטשניפער

דער קרעטשניפער האט עס נישט מחדש געווען ער האט עס נאכגעזאגט פון זיין זיידע ר' מאיר'ל פרעמישלאנער


ער האט מחדש געוועהן אז רבי מאיר'ל אז געזאלט אזוי זאגען.
אויב מסיני האט מען עס געגעסן מיטן מן.
בכלל דער גזע האט מימרות וואס איז גוט נאכצוזאגען אבער עס האט גארנישט מיט דער מציאות.


בנוגע צו דעם וואס כעלעמע מגיד שרייבט אז קוגעל איז אינאיינעם מיט פלייש, דעריבער זענען דא מדקדקים וואס זענען זיך נוהג צו עסן דעם מאכל הנקרא 'יאפטשע קוגעל'.

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 9:01 am
דורך [NAMELESS]
איך ווייס אויך אז 'סתם מקשין עם הארץ' אבער עכ"ז פארשטיי איך נישט און 'תורא היא וללמוד אני צריך'

וואס מיינט דאס אז לאקשן קוגל מסיני ? ד"מ אז ארגינעל איז עס געשטאנען אין די עשרת הדברות נאר מ'האט עס צענזורירט ? (א"כ האט עפעס נישט געטויגט אז מ'האט דאס געמוזט מגיה זיין)

וואס נאך איז אלץ געשטאנען דארט און מ'האט שפעטער ארויסגעשניטען ??

אויב מיינט עס נאר וועגן 'תלמיד וותיק עתיד לחדש' איז עס גארנישט אזוי שרעקעדיג די גאנצע מימרא, גארנישט אנדערש מסיני ווי למשל כאלעפטשעס אום שמחת תורה, באפקעס אום תשעה באב, און קאווע פארן דאוונען במקום מקווה.

גיי ווייס, גיי רעכן דיך אויס.

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 9:23 pm
דורך דולה ומשקה
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:איך ווייס אויך אז 'סתם מקשין עם הארץ' אבער עכ"ז פארשטיי איך נישט און 'תורא היא וללמוד אני צריך'

וואס מיינט דאס אז לאקשן קוגל מסיני ? ד"מ אז ארגינעל איז עס געשטאנען אין די עשרת הדברות נאר מ'האט עס צענזורירט ? (א"כ האט עפעס נישט געטויגט אז מ'האט דאס געמוזט מגיה זיין)

וואס נאך איז אלץ געשטאנען דארט און מ'האט שפעטער ארויסגעשניטען ??


שלאפען ערב שבת קודש

לכאורה "מסיני" מיינט אז דאס איז אויך איינע פון זאכען וואס דער באשעפער האט געהייסען משה רבינו איבער געבען צו די אידישע קינדער, ולפי זה האבען די אידען געהאט יעדע שבת א חיוב ביים עסן די מן צו טראכטען ביים עסן איינע פון די שטיקלעך פון דער טעם 'פשטידה'.

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 9:29 pm
דורך שמעקעדיג
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:וואס מיינט דאס אז לאקשן קוגל מסיני ? ד"מ אז ארגינעל איז עס געשטאנען אין די עשרת הדברות נאר מ'האט עס צענזורירט? (א"כ האט עפעס נישט געטויגט אז מ'האט דאס געמוזט מגיה זיין)

וואס נאך איז אלץ געשטאנען דארט און מ'האט שפעטער ארויסגעשניטן ??


וואס מיינט "הלכה למשה מסיני"? מען האט עס צענזורירט פון די עשרת הדברות?
קאם אן. דו ווייסט נישט אז משה רבינו האט דאן געלערנט די גאנצע תורה מיט די אידן?

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 9:59 pm
דורך [NAMELESS]
אתה לא רציני.
הלכה למשה מסיני, לא פחות ?!
פונקט ווי עשר נטיעות ערבה וניסוך המים ?!

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:46 am
דורך קאווע טרינקער
האומר לאקשין קוגל מסיני אינו אלא טועה.
הם סומכים על רש"י פרשת וזאת הברכה, שישראל אוכלים מאכל אחד.
עכ"פ פאטעטע קוגל איז זיכער נישט מסיני... ס'איז דאך א מאכל חדש

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:51 am
דורך [NAMELESS]
נישט בלויז די לאקשן קוגל איז מסיני און פון די עשרת הדברות, נאר אויך די וועניעס קראנטש נאך די סעודה און די וואסער מעלאן נאכמיטאג. אין די עשרת הדברות שטייט זכור את יום השבת לקדשו, און כל פרטותיה ודקדוקיה מסיני, און אלע תענוגי שבת, יא, אויך יענס פון נאך חצות, גייט אריין בגדר המצוה, גאנץ פשוט

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:54 am
דורך [NAMELESS]
וואס זעהן זיי אין דעם רש"י ? ווי קומט הודו צו לאקשן ?
לדבריהם, אפשר מיינט עס אייער מיט צוויבל אדער די רעבעצין'ס טשיז קעיק ?

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:02 pm
דורך [NAMELESS]
קופערניקוס

אלע שבת'דיגע תאוות ותענוגים, פון פאר 11 אזייגער ביז נאך 2 פארטאגס גייט אריין אין כלל פון עונג שבת ווי מבואר אין שו"ע, און עונג שבת איז נאר אן אסמכתא בעלמא כמבואר בב"י סי' רמ"ב, דאס הייסט פונקט אזוי שטארק ווי א קרעטשניפע פשט אין א רש"י וזאת הברכה.

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:36 pm
דורך קאווע טרינקער
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:וואס זעהן זיי אין דעם רש"י ? ווי קומט הודו צו לאקשן ?
לדבריהם, אפשר מיינט עס אייער מיט צוויבל אדער די רעבעצין'ס טשיז קעיק ?

כ'ווייס נישט, פרעג א זידישוטבע אייניקעל, זייער זיידע האט דאס מחדש געווען.

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:46 pm
דורך [NAMELESS]
זייער זיידע ??


איז עס שוין נישט מסיני, איז עס מזידיטשוב.

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 2:03 pm
דורך קאווע טרינקער
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:זייער זיידע ??


איז עס שוין נישט מסיני, איז עס מזידיטשוב.


דו כעלעמער... זידישטוב איז מסיני...........

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 8:47 pm
דורך ישבב הסופר
לענין מסורת לאקשן קוגל מסיני, שמעתי ממגידי אמת שהלאקשן שיש לנו כיום אינו אותו מין שהיה בסיני, והלאקשין שנמצא אתנו אין לנו מסורת עליו. ויש מי שאומר שמין לאקשן ההוא נגנז, עד שיבא אליהו זל"ט.
[הציונים ימ"ש נלאו זמן רב לחפש במדבריות ובחפירות אריכאולוגיות, וטוענים שלפי הממצאים שלהם, מה שנמצא בינינו הוא הוא הלאקשין הקדום. אשר פיהם דיבר שוא וכו'].