בלאט 1 פון 1
הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 2:27 pm
דורך סקרן
אן אינטרעסאנטע זאך אז אויף אזא גרויסע מענטש איז ביי אונז אין שטיבל נאך נישטא קיין אשכול
ביודעי ובמכירי קאמינא א איד מלא וגדיש מיט תורה און חסידות א דורךגעווייקטע חסידיש איד
א יראת שמים עד להפליא ער איז זיך מוסר נפש פאר אידענ'ס וועגן און איז א מסתפק במיעוט דמיעוטא פאר זיך
שלאפט נישט און עסט נישט קיין סאך א גאנצן טאג פארנומען מיט'ן באשעפער און העלפן אנדערע אידען
צו דעם אלעם איז ער אן עניו אויך
דאס אלעס ווייס איך ערשט האנטיג יעצט לאמיר הערן וואס אנדערע האבען צו זאגען
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 4:23 pm
דורך [NAMELESS]
א אינטערסאנטע פיגור. כ'קען אים נישט זייער גוט, אבער כ'האב א שיינע פאר מאל געשמועסט מיט אים אאון געוועהן ביי זיינע דרשות. ער זעהט אויס צו זיין זייער א אמת'ע מענטש. כ'רעד שוין נישט פון דעם אז ער איז טאקע אנגעפאקט מיט תוכן און ער האט קיינמאל נישט געחלוםט פון מאכן א מצב ארום זיך און ווערן א גאנצע משפיע. ער האט אלע יאהרן געהארעוועט פאר זיך און קיינמאל נישט צו לעבען ברייט אדער צו באקומען כבוד.
חוץ פון דעם איז א זייער א זיסע איד'ל. מיט אייביג א גוט ווארט און א ווערטעל.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 4:34 pm
דורך [NAMELESS]
שש אלס חסיד פון עם האט עם שוין אמאל באשריבן געדענק איך נישט צו אין א באזונדערע אשכול, ברויך מען אפיר צו זיכן אין די ספרי פנינים שזורים
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 6:00 pm
דורך קאצקע ציקער
עמעזאן האט געשריבן:שש אלס חסיד פון עם האט עם שוין אמאל באשריבן געדענק איך נישט צו אין א באזונדערע אשכול, ברויך מען אפיר צו זיכן אין די ספרי פנינים שזורים
ער האט נאר געטראכט פון עים באשרייבן
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 8:23 pm
דורך איסר האטלקי
איך קאן אים נישט פערזענליך, איך קען אבער יא זיין ברודער רבינו נחמן מירושלים עיה"ק. ער האט דאכט זיך אלע מעלות פון ר' אלימלך, אין צוגאב צו דעם וואס ער אנטלויפט פון פירסום ווי פון פייער.
ער איז א גרויסער תלמוד חכם, צדיק ועניו. וגם לרבות קדשתו ופרשתו כידוע למכיריו.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 8:48 pm
דורך אברעימל
עס איז שוין דא א שטיקל באשרייבונג איבער אים דורך מאראנצן זאפט ז"ל אין
דעם אשכול.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 2:31 am
דורך [NAMELESS]
חוקר וסקרן האט געשריבן:אן אינטרעסאנטע זאך אז אויף אזא גרויסע מענטש איז ביי אונז אין שטיבל נאך נישטא קיין אשכול
ביודעי ובמכירי קאמינא א איד מלא וגדיש מיט תורה און חסידות א דורךגעווייקטע חסידיש איד
א יראת שמים עד להפליא ער איז זיך מוסר נפש פאר אידענ'ס וועגן און איז א מסתפק במיעוט דמיעוטא פאר זיך
שלאפט נישט און עסט נישט קיין סאך א גאנצן טאג פארנומען מיט'ן באשעפער און העלפן אנדערע אידען
צו דעם אלעם איז ער אן עניו אויך
דאס אלעס ווייס איך ערשט האנטיג יעצט לאמיר הערן וואס אנדערע האבען צו זאגען
[justify]טאקע אינטערסאנט אז ס׳איז נאך נישט דא קיין אשכול אויף אים, אבער דיין תגובה איז שלא מן הענין, די ׳שלאפט נישט עסט נישט׳ וואס די שרייבסט (חוץ אז ס׳איז לכאורה נישט אמת) איז נישט זיין גדלות. ער איז מער באוויסט און באליבט זייענדיג א מענטש צווישן מענטשן מיט ביידע פיס אויף אונזער וועלטעל.
זיינע מעלות זענען מער אין זיינע דרשות ומאמרים ווי ער נעמט איבער א מענטש און די מהלך וויאזוי ער לייגט אראפ א חסידיש ווארט און פירט א פארברענג. גראדע גלייכט ער יא א גוט גלעזעל משקה און ער באהאלט עס נישט (פרעג דיר נאך ביי די וואס זענען שוין געווען ביי אים)
מסירות נפש ווייס איך נישט פון ווי די נעמסט אבער פארוואס נישט, זאל זיין אזוי.
בקיצור זיין פאפולערקייט קומט פון זיין פונקט די פארקערטע פון וואס די שרייבסט.
זיין ברודער רבי נחמן האט נישט אלע מעלות ווי אים, ער איז אינגאנצען א צווייטע מסכת און איז מער באקאנט זייענדיג רבי מיילעך׳ס ברודער, אבער האט זיינע אייגענע מעלות, זייער ענדליכקייט איז אז ביידע הייסן בידערמאן וזהו.[/justify]
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 5:41 am
דורך יהודי פשוט
ביודעי ובמכירי אז עס איז יא אמת, ער שלאפט כמעט נישט און עסט כמעט נישט, איך האב מיטגעהאלטן א גאנצן שבת מיט איהם, ער איז ממש נישט געשלאפן א גאנצן שבת און ביי די סעודות האט ער ממש כמעט נישט געשמועסט, ער האט טאקע געטרינקען אפאר גלעזלעך משקה ווי אויך האט ער געטרינקען אפאר גלעזלעך שווארצע קאווע, אבער געגעסן האט ער ממש כמעט גארנישט
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 11:00 am
דורך לית דין בר נש
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 30, 2016 2:15 am
דורך ארי נוהם
אויף וואס איז מען דא דן? זיין ערלעכקייט ווערסיס זיין בראנפן שאשקענען? דאס איז וואס איז מעלה ומוריד פאר אונז?
כמיין אז עיקר חסר מן הספר, ר' מיילך איז א נייע סטייל משפיע. געענדיגט מיט קרעכצן, גענדיגט מיט ברימען בחינות, געענדיגט מיט געוואלדיגע געוואלדיגע געוואלדיגע געוואלדיגע... (זילברברג), און געעדנגיט מיט כבוד שמעקן פון געבלימטע בעקטישעס. קומט זיך אן א רביש קינד, איינער וואס האט אלע רעכטען צו זיין א צדיק אין פעלץ אדער א משתלט על הציבור, און טוט פונקט פארקערט ווי עקספעקטעד. ער טאנצט אויפן טיש, ער טרינקט משקה און ער שיסט נישט בחינות. גייט מיך אן א לינקע פאה אויב ער איז עכט א סגפן אדער נישט.
ער ברענגט א נייע מהלך וואס די יונגע דור דארף, והא ראיה קוק וויפיל מענטשן לויפן אים נאך, און דאס איז שוין עפעס וואס אונז אין קאווע שטיבל דארפען זיין זייער צופרודן פון דעם. הלוואי זאלן נאך צען רבישע קינדער אנהייבן טאנצען אויפן טיש און טרינקען בראנפען, איידער ווי טאנצען אויף אונזערע געהירן און טרינקען אונזער דם התמצית!
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 30, 2016 8:04 am
דורך שושן פורים
Re: הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 30, 2016 1:46 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
סאיז לעצטענס דא א יעדער יאר א שבת מיט רבי מיילך אין מירון
איינער האט מער דיטעילס כהאב געליינט @אדנירם זיין א שבת במצילות רבי מיילך ער לייגט עס אראפ גאר גוט אז כמיין סלוינט זיך.
איז אויב איינער קען מיטטיילן מער איבערדעם יש״כ
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 30, 2016 3:13 pm
דורך [NAMELESS]
איך מיין אז געווענליך געפאלט עס פרשת משפטים די לעצטע וואך פון שובבים
נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2017 3:28 pm
דורך סקרן
שב"ק פ' יתרו איז א שבת וואס אלע לעלובער ברידער פראווענן אין מירון ר' מיילעך פיהרט אן אייגענעם באטע
א געווענדליכע יאהר איז ער כמעט יעדער וואך שובבים אין מירון מיט א צווייטע קבוצה
Re: הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א
נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2017 6:12 pm
דורך יהודי פשוט
נישט נאר יעדע וואך שובבים נאר גאר אסאך וואכן א יאר פראוועט ער אין מירון יעדער מאל מיט אנדערע חבורות, דער יהודי פשוט פון קאווע שטיבל האט שוין מיטגעהאלטן אזא שבת דעם פארגאנגענעם זומער און עס איז צום האפן אז בקרוב וועט זיין אפאר איבריגע מינוטן צו קענען שרייבן דערוועגן
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 12:28 pm
דורך סקרן
ס'איז לעצטענס דא אויף וואטסאפ וואס איינער שיקט ארויס טאגליך א קורצע קליפ פון בערך צוויי דריי מינוט פון ר' מיילעך'ס חו"ר שיעור גוטע חלקים
און האט אויך סטעטוס'ס כסדר מיט קורצערע שטיקליך
אויך שיקט ער ארויס די פולע דרשה אויף אידיש און עברית די באר הפרשה פרשה קוואל און תורה וועלספרינגס
Re: הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 4:51 pm
דורך גראף
סקרן האט געשריבן:ס'איז לעצטענס דא אויף וואטסאפ וואס איינער שיקט ארויס טאגליך א קורצע קליפ פון בערך צוויי דריי מינוט פון ר' מיילעך'ס חו"ר שיעור גוטע חלקים
און האט אויך סטעטוס'ס כסדר מיט קורצערע שטיקליך
אויך שיקט ער ארויס די פולע דרשה אויף אידיש און עברית די באר הפרשה פרשה קוואל און תורה וועלספרינגס
Link please?
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 5:18 pm
דורך סקרן
שיק מיר אן אישי כ'וועל דיר שיקן די #