בלאט 1 פון 3
וואו זענען מיינע טשו-טשו'ס???
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 10:28 pm
דורך זר זהב
פון ווען איך געדענק מיר לעבן אויף דעם וועלט זענען אין די סטארס געווען צו באקומען אזא פעקעלע פון 5 פיר עקעדיגע רויטע קענדיס (פאר די צומישטע: 5 קענדיס מיט 4 עקען) , מ'פלעגט עס רופן טשו טשו'ס. ס'געווען א נאש ממש אוט אוו דיס ווארלד! איך מיין אז בלום פלעגט עס ארויסגעבן (10% זיכער, נישט מער) איך בין געווען אזוי אדיקטעד דערצו אז נאר!
ווען איך האב נאר געהאט 25 סענט אין מיין טאש בין איך שוין געשטאנען אין גראסערי אין די ליין מיט מיין פעקעלע טשו טשו'ס, די שפייאכטס פלעגן אזש רינען נאר טראכטענדיג דערפון.
אזוי האט אנגעהאלטן יארן. איין טאג - אפשר 10 יאר צוריק? - איז ער מיר פשוט פארשווינדען געווארן.
נאך איינער בענקט זיך?
איך בין וויליג צו צאלן שיין פאר איינעם וואס קען צוריקברעגען מיין אזוי באליבטע טשו טשו'ס. כ'מיין עס ערנסט אפילו איך שרייב עס דא אינעם שמייכל אפטיילונג.
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 10:41 pm
דורך [NAMELESS]
יא, ס'פיין געוועהן. אבער טרייב נישט איבער. ס'האט צעמזי'קט די ציינער. אוי רחמנא ליצלן
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 10:53 pm
דורך אלבערט
זר, אקוראט דאס קומט מיר אויפן געדאנק ביים איינקויפן זיסווארג פאר די קינדער
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 11:03 pm
דורך zamel
דערמאנסט מיך פון די גוטע צייטן ווען מיין גרעסטע דאגה איז געווען ווי צו האבן געלט פאר טשו-טשוס
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 11:04 pm
דורך זר זהב
איך דענק נאך ווען ס'ארויף צו 30 סענט, אוי דעי גנבים.
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 11:25 pm
דורך שמעקעדיג
די טשו טשוס איז באמת א נאסטאלגיע נאש. כ׳העט עס נאך היינט אויך געקויפט. ס׳איז נישט ערגער פאר די ציין ווי די אלע היינטיגע חזיר׳יי.
הוי, מי יתן לנו תמורתו!
און שכוח זר פארן עפענען דעם טשו טשו טרעין... עם, כ׳מיין אשכול.
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 12:43 am
דורך געפילטע פיש
יא, איך געדענק ווען מיין גראסעריי איז ארויף צו 35 צענט, אין די ווינטער איז דאס געווען הארט ווי שטיין, אזש ס'איז סטאק געבליבען צו די אויבערשטע ציין, די שפייעכטס רינט נאר פון טראכטען ווי מ'האט זיך געמיטשעט עס אראפ צו נעמען.
שפעטער דאכט זיך האט עס אנגעהויבן ארויסצוקומען אין אזעלכע לענגליכע פעקלעך, ניין?
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 1:34 am
דורך זר זהב
דו מיינסט דעי לענגערע רינדיגע לעפי טעפיס? ס'נישט די זעלבע טעיסט
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 1:49 am
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:דו מיינסט דעי לענגערע רינדיגע לעפי טעפיס? ס'נישט די זעלבע טעיסט
ניין, די זעלבע טשוטשוס אין א אנדערע פעקידזשינג.
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 2:45 am
דורך zurich
גראדע האב מיך אמאל באגעגענט מיט א גאם די זעלבע טעיסט ווי די טשו טשוס!!
איינער ווייסט פארוואס ס' פארשווינדן געווארן?
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 6:33 am
דורך דולה ומשקה
מלכתחילה איז געוועהן זעקס אין א פעקל, אנשטאט הייבען דער פרייז האבן זיי אויסגעלאזט איין טשו טשו,
בסוף ימיו איז צוגעקומען חוץ די ארגינעלע טשערי פלעיווער, רעספערי אין גרעיפ וולעיוואר.
דער גרעיפ האט מען געקענט גלייך דערקענען דורך איהר פורפיל קאליר, אבער ביי די טשערי אין רעספערי האט מען זיך געקענט לפעמים צומישען, רעספערי וולעיוואר איז געוועהן א שטערקערע רויטע קאליר לעומת דער טשערי וואס איז געוועהן לייכט רויט.
היינט צו טאג וואלט דאס געקאסט א דוללער... כ'וואלט געצאלט דעם דוללער אין דאס געגעסען חול המועד סוכות אין דער סוכה.
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 8:03 am
דורך איינער
די דערמאנסט מיך עפעס. אין כתה ח׳ האט מיין מלמד געכאפט א יונגעל קויפן די טשו-טשו׳ס אין גראסערי(נאך חדר), די אנדערע טאג האט ער אים ארויסגערופן אין חדר, קודם האט ער אים שטארק פארשעמט און געמאכט ביטערע ליצנות פון אים נאכדעם האט ער אים אנגע׳מקל׳ט מיט אזא אכזריות איך מאך נישט קיין גוזמא איך האב געמיינט אז דער יונגעל גייט עס נישט אדורך לעבן. דער מלמד דער אכזר איז נאך היינט א מלמד, זאל קיינער מיר נישט זאגן אז היינט איז בעסער.
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 8:08 am
דורך ניו יארק
יעצט פארשטיי איך פארוואס מען מאכט עס מער נישט
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 9:12 am
דורך בן תמליון
מיין טאטע האט נישט געלאזט עסן טשו שטוס מוז זיין ליבערס אדער פאשקעס האבן דאס פראדוצירט (בלום האט נאכנישט עקזיסטירט) און עפעס דעם אלטן דעבריצינער האבן די פרומע נישט געטראסט זיין הכשר איך ווייס נישט פונקטליך פארוואס.
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 9:19 am
דורך זר זהב
דולה ומשקה האט געשריבן:מלכתחילה איז געוועהן זעקס אין א פעקל, אנשטאט הייבען דער פרייז האבן זיי אויסגעלאזט איין טשו טשו,
בסוף ימיו איז צוגעקומען חוץ די ארגינעלע טשערי פלעיווער, רעספערי אין גרעיפ וולעיוואר.
דער גרעיפ האט מען געקענט גלייך דערקענען דורך איהר פורפיל קאליר, אבער ביי די טשערי אין רעספערי האט מען זיך געקענט לפעמים צומישען, רעספערי וולעיוואר איז געוועהן א שטערקערע רויטע קאליר לעומת דער טשערי וואס איז געוועהן לייכט רויט.
היינט צו טאג וואלט דאס געקאסט א דוללער... כ'וואלט געצאלט דעם דוללער אין דאס געגעסען חול המועד סוכות אין דער סוכה.
יא דו דערמאנסט מיך יעצט. די רעסבערי איז געווען מער דארק רויט אבער ס'נישט געווען אזוי גוט ווי דע געהעריגע רויטע טשערי. די גרעיפ פלעיוואר געדענק איך נישט

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 9:20 am
דורך זר זהב
איינער האט געשריבן:די דערמאנסט מיך עפעס. אין כתה ח׳ האט מיין מלמד געכאפט א יונגעל קויפן די טשו-טשו׳ס אין גראסערי(נאך חדר), די אנדערע טאג האט ער אים ארויסגערופן אין חדר, קודם האט ער אים שטארק פארשעמט און געמאכט ביטערע ליצנות פון אים נאכדעם האט ער אים אנגע׳מקל׳ט מיט אזא אכזריות איך מאך נישט קיין גוזמא איך האב געמיינט אז דער יונגעל גייט עס נישט אדורך לעבן. דער מלמד דער אכזר איז נאך היינט א מלמד, זאל קיינער מיר נישט זאגן אז היינט איז בעסער.
וועלכע מוסד? והוקע אותם נגד השמש
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 9:36 am
דורך לעמיל
געפילטע פיש האט געשריבן:שפעטער דאכט זיך האט עס אנגעהויבן ארויסצוקומען אין אזעלכע לענגליכע פעקלעך, ניין?
יא איך געדעינק אויך אז עס איז געוועין קודם איינס אויפען צווייטען און שפעטער האבען זיי עס געמאכט לענגליך, אוי איז געוועין גיטע צייטען!, ווי נעמט מען די אינגע יארען......
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 9:39 am
דורך איך אויך
zamel האט געשריבן:דערמאנסט מיך פון די גוטע צייטן ווען מיין גרעסטע דאגה איז געווען ווי צו האבן געלט פאר טשו-טשוס
נאסטולגיע, זאל מיר די מאמע מוחל זיין וויפיל קוואדערס איך האב געלקחנט פון איר בערזל צו קויפן דער אדום האדום הזה.
זר האי קאם דו געדענקסט נישט די פורפל גרעיפ פלעווער?
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 9:42 am
דורך זר זהב
פריי דיך אז איך געדענק די רעסבערי פלעיוואר... איז עס בכלל גוט געווען? אפשר האט עס פרענקעלס גראסערי נישט אריינגענומען, וואס ווילסטע פון א קליינעם טראטשאק...
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 9:44 am
דורך איך אויך
דער קונץ איז געווען זיך איינצוהאלטען פון נאגען און קייען עס זאל זיך האלטן לענגער אין מויל.
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 9:47 am
דורך שמעקעדיג
איך אויך האט געשריבן:נאסטולגיע, זאל מיר די מאמע מוחל זיין וויפיל קוואדערס איך האב געלקחנט פון איר בערזל צו קויפן דער אדום האדום הזה.
זר האי קאם דו געדענקסט נישט די פורפל גרעיפ פלעווער?
דארפסט איר באצאלן, אדער בעטן מחילה, פאר די אלע קוואדערס. ומודה ועוזב ירוחם.
איך געדענק אויך נישט די פוירפל פלעיוואר. אפשר בין איך שוין געווען צו אלט ווען ס'איז ערשינען? (איך קוק אויס צו זיין זר'ס עידזש. אפשר האבן מיר געלערנט און געכאפט ביים זעלבן רבי'ן?)
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 9:55 am
דורך לעמיל
פאר צווי יאר צוריק האב איך עס געזעין און בעדפארד גארדענס גראסערי און וויליאמסבורג, איינער קען טשעקען צו זיי האבען עס נאך און ברענגען פאר די עולם אביסעל
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 9:56 am
דורך זר זהב
געפילטע פיש האט געשריבן:יא, איך געדענק ווען מיין גראסעריי איז ארויף צו 35 צענט, אין די ווינטער איז דאס געווען הארט ווי שטיין, אזש ס'איז סטאק געבליבען צו די אויבערשטע ציין, די שפייעכטס רינט נאר פון טראכטען ווי מ'האט זיך געמיטשעט עס אראפ צו נעמען.
שפעטער דאכט זיך האט עס אנגעהויבן ארויסצוקומען אין אזעלכע לענגליכע פעקלעך, ניין?
יא איך דענק ס'פלעגט פון מאל צו צאל זיין גאר הארט, דעמאלטס פלעג איך באוויינען דעם קוואדער!