בלאט 1 פון 1

סאטמאר מצה בעקעריי - בראדוועי

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 6:30 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך באק יעדעס יאר מצות אין בראדוועי מצה בעקעריי. למעשה איז דער פלאץ א שטאל, א מישאכץ פון אלטע ווענט, דרייאונגען און ווינקלעך, און דאס טוט שטערען דער סיסטעם פון באקען. מענטשען שטייען אין יעדער ווינקעל, און שטרענגע אנווייזונגען פון די דיין שליט"א שטערען קיינער פון שטייען אין דער וועג פון די מיידלאך וואס ברענגען די מצות צום רעדלער.
ביים פאקען איז אלס א באלאגאן, און דאס איז נאך פאר דער איזרעילי פאדערט זיין באקשיש פאר׳ן טוהן גארנישט, און ער רעדט זיך אפ אז ס׳איז נאר צוואנציג דאללאר.

איך הער, און מ׳האט שוין מרמז געווען דא אין שטיבעל, אז מ׳האט עס היי יאר איבערגעמאכט. איינער קען אפשר איבערגעבען וואס האט מען געטוהן, מ׳האט פארראכטען די טרעפ, די ווענט, וואס האט מען געטוהן?

א דאנק

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 8:19 pm
דורך איסר האטלקי
אין בודאפעסט האב איך נאך קיינמאל באזוכט דעם בעקעריי.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 10:27 pm
דורך [NAMELESS]
ביי די וועי ביז וויליאמסבורג ביי די עמי הארצים האסטו נישט נישט געטראפן קיין כשר'ע מצות? אויף וועם פארלאזט זיך דא אויף עטליכע שולחן ערוך שטיפערס?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 11:29 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 11:46 pm
דורך שמעון וואלף
וואדריזשע רב איז אסאך ביזי מיט דעם. אונז האמיר געשוויצט אויפצושטעלן מהודר'דיגע מצה בעקעריס נאכדעם קומען אן די בריסקע און פארלאנגן פארברענטע מצות, ווי גרויסע צולייגער צו ווייזן אז זיי האבן אויך חומרות

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 12:08 am
דורך שמעקעדיג
עס איז גענצליך רענאווירט געווארן ברענד ניו, פנים חדשות בא לכאן.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 5:30 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס הייסט רענאווירט? מ'האט איבערגעמאכט דער צורה און דער סיסטעם? אין בית רחל איז נאך דא די זייטיגע רעדלען צימער אשר היא בעוכרינו? איינער קען ארויפשטעלן בילדער?

לגבי דער 'בריסקער' מצות. קוקט'ס אין דברי מלכיאל ביי זיין רשימה פון חומרות ביים באקען. ס'איז א סאך פרומער ווי מיין חבורה. פערזענליך וואלט איך אפשר בדיעבד בשעת הדחק געגעסן די מינימאלע שיעור פון די בריסקער מצות ביים סדר. בלעכענע טישען זענען א שטארקע פראבלעם, כמבואר למעיין.