בלאט 1 פון 1
נעשינעל גריד טערראריזים
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 10:53 pm
דורך zamel
פאריגע וואך איז אין א שיל ווי מען האט בייפעסט די געז כמנהג החסידים געטראפן אויף געריסן די טיר פונעם קלאזעט ווי עס איז געווען איינגעשפארט אלע מיטערס און אויכעט ארויסגעריסן די בייפעס
די שול איינגעשטעלטע טענה'ן חיי וקיים אז דאס איז געטון געווארן דורך די פורמע נעשינאל גריד
ווי אויך איז באקאנט אז די קאמפאני איז זייער שטרענג מיט קאממערשיל בילדינגס, איין ביל מען באצאלט נישט אין צייט און זיי זענען דא אפצושפארן די געז
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 11:22 pm
דורך גדעון
אהא
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 11:33 pm
דורך יונגערמאנטשיק
אפאר וואכן צוריק איז געווען א בריוו אין בלאט פון מי"פ וויזוי מ'גיבט זיך א עצה מיט זיי. די תוכן דערפון איז געווען אז מ'זאל רופן די פובליק סערוויס קאמישן. אויב איינער קען ארויפלייגן דעם בריוו וואלט דאס געווען א געוואלידיגע זאך.
דא האסטו א לינק צו זייער סייט
http://www3.dps.ny.gov/W/PSCWeb.nsf/All ... 87006F394D
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 10:11 am
דורך לעמיל
די בריוו איז געווארען געשיקט דורך פאלמאן דער וואס געבט דרייוינג לעסינס
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:05 am
דורך יונגערמאנטשיק
איך האב אמאל געהערט א בדחן זאגן אז מי"פ איז ר"ת משה יוחנן פאלמאן.

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:46 am
דורך לאדיך אפ
סאו.... דו באגנב'סט אים און ער איז די טעראריסט?
כהאב געמיינט די אשכול רעדט פון א טעראריסט אטאקע אויף די נעשאנעל גריד...
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 1:41 pm
דורך zamel
לאדיך אפ האט געשריבן:סאו.... דו באגנב'סט אים און ער איז די טעראריסט?
כהאב געמיינט די אשכול רעדט פון א טעראריסט אטאקע אויף די נעשאנעל גריד...
אן גנבענען איז נישט מעגליך צו לעבן אין די היינטיגע ייקרות
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 3:10 pm
דורך משולם שטיינפעלד
איך וואלט דאס נישט גערופן טעראריזם. עס איז סך הכל עם עיקש תתפתל