בלאט 1 פון 1

מארק צוקערבערג דערקלערט זיך אויס אטיאסט

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2017 1:57 pm
דורך אפטעמיסט
מארק צוקערבערג, דער גרינדער פון פעיסבוק, וואס איז געווען באקאנט ווי אן אויסגעשפראכענער אטיאסט, האט דערקלערט אז ער האט אנגעהויבן גלויבן אין גאט און רעליגיע. צוקערבערג, אן אסימילירטער איד וואס האט געהייראט אן בוהאדיסטשע אזיענע פרוי האט אנגעגעבן אז ער גלויבט און גלייכט בוהדיזם. אנדערע באקאנטע אידישע פערזענליכקייטן האבן אויך שטודירט בוהדיזם, א שטייגער ווי לענערד קאהן ז"ל און דוד בן גוריון.

עס איז אינטערעסאנט צו הערן די מיינונג פונעם ציבור, וואס איז ענדערש, א אידישער אטאיסט אדער א שטיקל גלויביגער מיט קרומע שיטות. פאלגענד איז אן ארטיקל אינעם ניו יארק פאוסט:

http://nyp.st/2iWAR7c

Re: מארק צוקערבערג דערקלערט זיך אויס אטיאסט

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2017 2:32 pm
דורך מפוזרי
כל הכופר בעבודה זרה נקרא יהודי. דאס איז דער טעם פארוואס אידן הייסן איד/יהודי אפילו אויב מ'שטאמט נישט פון שבט יהודה.
ס'נישט קיין מדריגה פאר א איד צו גלייבן אין בודהיזם אפילו אויב ער איז אן אטעאיסט.
אבער אייגנטליך איז בודאיזם נישט קיין סתירה מיט אטעאיזם.

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2017 2:42 pm
דורך moshav zekeinim
.

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2017 2:48 pm
דורך פרייוויליג
.

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2017 3:03 pm
דורך פרייוויליג
וואס טוט זיך מיט די CEO פון Walmart וואס איז ער, א בודהיסט?
וואס טוט זיך מיט די גרינדער פון Toys R us ווואס איז זיין take אויף די בריאה?
וואס האלט Uber's CEO איבער עוואלאציע?

ווער איז מארק צוקערבערג, א דרייסיג יעריגע שנאץ וואס האט א סוקסעספול סאשעל וועבזייטל. דער היינטיגער ניו יארק טיימס עדיטאריעל איז גערעכט, אז אמעריקע איז געווארן סטעען. די אינטערסע איבער צוקערבערג'ס take פון רעליגיע קומט צוליב פייסבוק, אדער וויבאלד ער איז א כאראקטער וואס איז צופעליג פייסבוק'ס גרינדער?

יעדער סעלעבערטי האט זיין מיינונג ווען פונקטליך די מולד איז געווען.

Re: מארק צוקערבערג דערקלערט זיך אויס אטיאסט

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2017 5:48 pm
דורך מפוזרי
דער נקודה דא איז נישט צוקערבערג. @אפטעמיסט פרעגט א יסודות'דיגער שאלה. פונעם אידישן תורה'דיגן שטאנדפונקט, ווער איז ערגער; דער פולקאמער אטעאיסט, צי דער גלויביגער אבער אין פרעמדע געטער.
איך האב געשריבן מיוסד על רצה"כ אז דער כופר שטייט בעסער. אבער ס'דא ביי דעם אן אנדערע מיינונג אויך.

Re: מארק צוקערבערג דערקלערט זיך אויס אטיאסט

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2017 6:54 pm
דורך דעת תורה
איז נישטא קיין סאטמארע תלמידים דא? דאס איז דאך די א' ב' אז מינות וכפירה איז ערגער ווי עבודה זרה.

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2017 8:02 pm
דורך [NAMELESS]
מפוזרי האט געשריבן:איך האב געשריבן מיוסד על רצה"כ אז דער כופר שטייט בעסער. אבער ס'דא ביי דעם אן אנדערע מיינונג אויך.

שמועס אויס ביטע.

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2017 8:35 pm
דורך פרייוויליג
מפוזרי האט געשריבן:דער נקודה דא איז נישט צוקערבערג. @אפטעמיסט פרעגט א יסודות'דיגער שאלה. פונעם אידישן תורה'דיגן שטאנדפונקט, ווער איז ערגער; דער פולקאמער אטעאיסט, צי דער גלויביגער אבער אין פרעמדע געטער.
איך האב געשריבן מיוסד על רצה"כ אז דער כופר שטייט בעסער. אבער ס'דא ביי דעם אן אנדערע מיינונג אויך.

דער קעפל איז צוקערבערג, און די ערשטע 4 שורות איז צוקערבערג, וע״ז אמרנו מאן דכר שמיה. מ׳קען דאס דיסקוסירן אויך אן דעם nobody.

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2017 8:42 pm
דורך אפטעמיסט
מפוזרי איז גערעכט. מיין שאלה איז צי אן אטאיסט איז בעסער ווי א גלויביגער אין אמונת טפילות. אויב זאל דער תירוץ זיין אז אן אטאיסט איז בעסער, זענען טייל חרדי'שע אידן אויף צרות, לויט די וואס האלטן אז רביים און אדמורים זענען געטשקעלעך. און איך בין בכלל נישט סארקאסטיש.

Re: מארק צוקערבערג דערקלערט זיך אויס אטיאסט

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2017 8:51 pm
דורך מפוזרי
אמונות טפילות איז נאכנישט עבודה זרה, פונקט ווי בוקן צו געלט איז נאר א מעטאפאר צום עגל הזהב.

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2017 9:17 pm
דורך נולד מאוחר
פרייוויליג האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט די CEO פון Walmart וואס איז ער, א בודהיסט?
וואס טוט זיך מיט די גרינדער פון Toys R us ווואס איז זיין take אויף די בריאה?
וואס האלט Uber's CEO איבער עוואלאציע?

ווער איז מארק צוקערבערג, א דרייסיג יעריגע שנאץ וואס האט א סוקסעספול סאשעל וועבזייטל. דער היינטיגער ניו יארק טיימס עדיטאריעל איז גערעכט, אז אמעריקע איז געווארן סטעען. די אינטערסע איבער צוקערבערג'ס take פון רעליגיע קומט צוליב פייסבוק, אדער וויבאלד ער איז א כאראקטער וואס איז צופעליג פייסבוק'ס גרינדער?

יעדער סעלעבערטי האט זיין מיינונג ווען פונקטליך די מולד איז געווען.

סאיז ווערט צי הערן פון א מענטש וואס איז אויפן סאמע שפיץ וואו מענטש קען אנקומען, ווי און זיין לעבען ריליגיע העלפט עם. ער רעט לאוו דוקא פון א שכלדיגע שטאנדפונקט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2017 11:29 pm
דורך זבולון
גראדע, אויב צו דזשאדזשן לויט די קאנטעקסט, רעדט ער נישט פון בודהיזם נאר פון יהדות און נצרות (חנוכה און קריסטמעס).

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2017 11:42 pm
דורך מבקר
זבולון האט געשריבן:גראדע, אויב צו דזשאדזשן לויט די קאנטעקסט, רעדט ער נישט פון בודהיזם נאר פון יהדות און נצרות (חנוכה און קריסטמעס).

און דאס קומט נאכדעם וואס ער האט זיך פאריאר געטראפן מיטן פויבסט, און ער איז געווארן זייער אינספארירט פון אים.

נשלח: דינסטאג יאנואר 03, 2017 10:57 am
דורך לעיקוואד
נעה, ער איז געווארען אביסעל מער מפורסם און האט זיך געלערנט צו רעדן מער דיפלאמאטיש.

נשלח: דינסטאג יאנואר 03, 2017 11:49 am
דורך כלבאשבוע
שטארקע פוינט לעיקוואד, ביי די עלעקשאנס האט זיך ארויסגעשטעלט אז פעיסבוק איז די פעיוועירעט פלאטפארם ביי די רעכטע גלויביגע.

נשלח: דינסטאג יאנואר 03, 2017 11:53 am
דורך ציבעלע-קיגל
מזל טוב, נאך א כופר

נשלח: דינסטאג יאנואר 03, 2017 1:26 pm
דורך [NAMELESS]
לעיקוואד האט געשריבן:נעה, ער איז געווארען אביסעל מער מפורסם און האט זיך געלערנט צו רעדן מער דיפלאמאטיש.

:lol:

נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2017 1:57 am
דורך שבת אחים
אפטעמיסט האט געשריבן:מארק צוקערבערג, דער גרינדער פון פעיסבוק, וואס איז געווען באקאנט ווי אן אויסגעשפראכענער אטיאסט, האט דערקלערט אז ער האט אנגעהויבן גלויבן אין גאט און רעליגיע. צוקערבערג, אן אסימילירטער איד וואס האט געהייראט אן בוהאדיסטשע אזיענע פרוי האט אנגעגעבן אז ער גלויבט און גלייכט בוהדיזם. אנדערע באקאנטע אידישע פערזענליכקייטן האבן אויך שטודירט בוהדיזם, א שטייגער ווי לענערד קאהן ז"ל און דוד בן גוריון.

עס איז אינטערעסאנט צו הערן די מיינונג פונעם ציבור, וואס איז ענדערש, א אידישער אטאיסט אדער א שטיקל גלויביגער מיט קרומע שיטות. פאלגענד איז אן ארטיקל אינעם ניו יארק פאוסט:

http://nyp.st/2iWAR7c

זייט ווען האט בודהיזם מיט גלייבן אין גאט?.

איך גיי שרייבן א קליינע ארטיקל אין די נעקסטע פאר טעג וועגן בודהיזם בלינ״ד, ווייל ס׳קוקט נישט אויס ווי איר ( און רוב ק״ש) פארשטיין וואס בודהיזם איז בכלל און די גרויסע חילוקים צווישן בודהיזם און אנדערע רעליגיעס. פאר מ׳גייט ווייטער Sam Harris די גרויסע אויסגעשפראכענע אטיעסט וואס האט געשריבן אסאך ביכער קעגן ארגאנייזט רעליגע איז אויך א שטיקל בודהיסט און גענוג און נאך אנדערע נישט גלייביגע זענען בודהיסטן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 12:59 am
דורך ברוך שפינוזה
שבת אחים האט געשריבן:

זעה איך גוט? בודהיזם און גאט? these people don't know what's flying