בלאט 1 פון 2
דער סמארטפאון האט געראטעוועט
נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2017 11:07 pm
דורך ביבער
היינט איז א צייט וואס מ'זעהט ווי אידן וואס לעכצן פאר ישועות לאזן זיך קאסטן שווערע טויזנטער פאר אלע מינע כוללים און צדקה קאסעס, סאיז א פלא אז קיינער רעדט נישט פון די וואונדערליכע סמארטפאון וואס איז היינט שוין ברייט באקאנט אלס א "כלי הפלא" בדוק ומנוסה פאר אלע מינע ישועות ורפואות און אפילו מופתים שלא כדרך הטבע ממש. עס גייט נישט אריבער א טאג וואס מ'הערט נישט אין די נייעס אז א סמארטפאון האט געראטעוועט א מענטש פון א זיכערן טויט. דא האט איר עטליכע ביישפילן - איינס געווען לעצטע וואך ביי די טערקיי טערראר אטאקע:
מאן געראטעוועט פון אייסיס שיסער ווען זיין סמארטפאון שטעלט אפ די קויל-
http://www.foxnews.com/world/2017/01/02 ... phone.htmlנאך א סמארטפאון וואס האט אפגעשטעלט דעם קויל-
http://qz.com/784762/a-huawei-smartphon ... re-flimsy/סמארטפאון געראטעוועט מאן אין פאריז באמבע אויפרייס-
http://www.independent.co.uk/news/world ... 34401.html2 יעריג'ס ראטעוועט מאמע דורך פעיסטיים-
http://abcnews.go.com/GMA/video/toddler ... e-22837293דאקטוירים ראטעווען בעיבי אדאנק סמארפאון-
http://amazingnews.org/doctors-save-lit ... ne/566505/סירי ראטעוועט בעיבי
http://www.mirror.co.uk/tech/apples-sir ... by-8132353
Re: דער סמארטפאון האט געראטעוועט
נשלח: דינסטאג יאנואר 03, 2017 7:03 pm
דורך א איד
ולעומת זה, וויפיל האט שוין דער סמארטפון געהרגעט?
בגשם צו ברוח?
נשלח: דינסטאג יאנואר 03, 2017 8:47 pm
דורך וואלווי
א איד האט געשריבן:ולעומת זה, וויפיל האט שוין דער סמארטפון געהרגעט?
בגשם צו ברוח?
0
Re: דער סמארטפאון האט געראטעוועט
נשלח: דינסטאג יאנואר 03, 2017 8:49 pm
דורך א איד
יישר כח פארן אויסקלארן
נשלח: דינסטאג יאנואר 03, 2017 9:05 pm
דורך וואלווי
א איד האט געשריבן:יישר כח פארן אויסקלארן
די ווילדע לשונות פון פארברענען נשמות, הרג'ט אנשים נשים וטף, ציברעכט יודישער שטיבער איז 0. אפשר איז עס נישט אייביג דער בעסטער כלי בגשם ורוח צו זיין באשעפטיגט דערמיט, אבער לעצ קיפ איט ריעל.
Re: דער סמארטפאון האט געראטעוועט
נשלח: דינסטאג יאנואר 03, 2017 9:06 pm
דורך א איד
סוי ברענג מיר נישט קיין מעשיות, ווי עס האט געראטעוועט
נשלח: דינסטאג יאנואר 03, 2017 9:47 pm
דורך [NAMELESS]
וואלווי האט געשריבן:א איד האט געשריבן:ולעומת זה, וויפיל האט שוין דער סמארטפון געהרגעט?
בגשם צו ברוח?
0
כ'וואלט זיך געוואגט צו פרעגן: געבעיסט אויף?
יעצט אז כ'זעה ס'איז גאר א דזשאמבא 0 געב איך זיך אונטער!
סיריעס, אויף וואס ארויף געבסטו א 0 ?
Re: דער סמארטפאון האט געראטעוועט
נשלח: דינסטאג יאנואר 03, 2017 9:59 pm
דורך א איד
געבויעט וואס?
נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2017 12:12 am
דורך ביבער
א איד האט געשריבן:ולעומת זה, וויפיל האט שוין דער סמארטפון געהרגעט?
בגשם צו ברוח?
אוודאי איז שוין געווען פאטאליטעטן אויך, נסתרים דרכי השם נישט אלעמאל פארשטייט מען, בעיביס זענען שוין געשטארבן מחמת מילה אויך, נו איז וואס? זינט ווען קענען מיר פרעגן קשיות? דעס אז א סמארטפאון איז א כלי הפלא איז נישט קיין ספק פאר יעדער איד וואס גלייבט נאר אין השגחה פרטיות, וויפיל טשענסעס איז דא אז א סמארטפאון זאל אפשטעלן א פליענדן קויל? און פונקט ביי אן אייסיס טעראר אטאקע? און ס'שוין געשעהן לכה"פ 3 מאל ביי 3 באזונדערע אטאקע'ס!! ס'דאך נישט שייך מער גרעסערע נסים גלוים היינטיגע צייטן. און יעדן טאג הערט מען די און ענליכע נסים פון אלע עקן וועלט! און דאס איז אלעס נסים חוץ לדרך הטבע, ווער רעדט נאך פון די פשוטע נסים בתוך טבע וואס דער סמארטפאון פארמאגט, מען פארמיידט טרעפיק, מען מאכט געלט, מען רופט פאר הילף, מען טרעפט אבידות, מען טרעפט שידוכים, עס קאנטראלירט צוקער און הארץ און בלוט דרוק און אלעס, וויפיל סגולות מיט מעשיות פלעגט מען דארפן טהון פאר יעדע איינס פון די זאכן?
פארגלייך א סמארטפאון מיט תהילים כולל וואס חוץ די וועכנטליכע באבע מעשיות איז נישטא קיינער וואס קען אנווייזן אויף אפילו אסאך א קלענערע נס און נאכדעם פרעג קשיות.
נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2017 12:32 am
דורך [NAMELESS]
ביבער האט געשריבן:ס'דאך נישט שייך מער גרעסערע נסים גלוים היינטיגע צייטן. און יעדן טאג הערט מען די און ענליכע נסים פון אלע עקן וועלט! און דאס איז אלעס נסים חוץ לדרך הטבע,
ס'קען נישט זיין, ווייל היינט איז שוין נישטא קיין ניסים חוץ מדרך הטבע.
נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2017 3:47 pm
דורך וואלווי
בן אדם האט געשריבן:ביבער האט געשריבן:ס'דאך נישט שייך מער גרעסערע נסים גלוים היינטיגע צייטן. און יעדן טאג הערט מען די און ענליכע נסים פון אלע עקן וועלט! און דאס איז אלעס נסים חוץ לדרך הטבע,
ס'קען נישט זיין, ווייל היינט איז שוין נישטא קיין ניסים חוץ מדרך הטבע.
ס'מאכט זיך, אבער אויף דעם האט דער רבי שוין געוויינט אז אלס איז כוחות הטומאה
נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2017 3:58 pm
דורך וואלווי
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:א איד האט געשריבן:ולעומת זה, וויפיל האט שוין דער סמארטפון געהרגעט?
בגשם צו ברוח?
0
כ'וואלט זיך געוואגט צו פרעגן: געבעיסט אויף?
יעצט אז כ'זעה ס'איז גאר א דזשאמבא 0 געב איך זיך אונטער!
סיריעס, אויף וואס ארויף געבסטו א 0 ?
דומם הארגעט בגשם ווייל א ציגעל געמאכט פון זאמד ביי א קאנסטראקשען סייט איז שוין אמאל אראפגעפאלען אויף א פארבייגייער?
ערעפלאנען הארגענען ברוח ווייל מ'קען בשעת פליען קען מען הערען גוי'אישע נשות בתולות זינגען אויף טריפה'נע העדפאון'ס?
די פאסט אפיס הארגעט מענטשען ווייל מ'קען באשטעלען מיאוס'ע פאבליקאציעס? אדער ציפיל קענדי'ס וואס שאט פאר געזונט און ברענגט דייעביטיס?
בקיצור, ס'איז דער מענטש וואס פארט אפ אדער דער מסבב כל הסיבות וואס זעט אז אלעס איז באשערט. האט גארנישט מיט'ן סמארטפאן
נשלח: מוצ"ש יאנואר 07, 2017 7:12 pm
דורך ווייל אזוי
א לעפטאפ האט געראטעוועט א רייזענדע ביי די פארט לארידעיל עירפארט שיסעריי דעם פרייטאג, ווען זיין לעפטאפ וואס איז געלעגן אין זיין בעק פעק האט אפגעשטעלט די קויל.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 07, 2017 8:41 pm
דורך ביבער
Re: דער סמארטפאון האט געראטעוועט
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 5:11 pm
דורך א איד
טראכט יעצט הויעך, אז פאר די הצלות, קען מען דאך האבן די שטערקסטע פילטער וואס איז שייך.
און עס וועט ווייטער ראטעווען און אפשטעלן די קוילן.
נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 3:20 pm
דורך moshav zekeinim
האסטו געטראכט די זעלבע ביים ליינען דעם סיפור "דער סידור האט געראטעוועט"? עס וואלט געקענט פונקט אזוי זיין דורך א ראמאן בוך אין טאש.
נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2017 8:57 pm
דורך ביבער
נשלח: פרייטאג מאי 26, 2017 10:57 am
דורך ברוך בער
בין נעכטן אריין אין קאנטינענטל געווען אן אסיפה איבער אינטערנעט. איינע רובין איז געווען יושב ראש ער האט אינמיטן אנדערע פערל ווערטער געפרעגט א מורא'דיגן שאלה וואס דער עולם פרעגט, מען האט די וואך צוזאמגעשטעלט א האלב מיליאן דאלאר דורכן סמארטפאן און אינטערנעט ל"ע, וויאזוי איז מען מסביר אז עס קען ח"ו ארויסקומען א גוטע זאך א רצון השם? נאר דער תירוץ איז פשוט שרייט דער אידיאט מיט פאטאס, ווער האט די פרוי קראנק געמאכט לכתחילה? דאס איז דאך אלעס שולדיג די סמארטפאן. נא מען גייט זיך אויפטוהן אז דער סמארטפאן האט איר אויסגעהיילט?
איינער זאל פרעגן איז מען דען נישט קראנק געווארן אין הודאנאנאש פארן אינטערנעט? מען איז געשטארבן אויך עס איז נישט געווען קיין טרענספלענט טעקנאלאזשי און זיכער נישט קיין וועג צו שאפן א האלב מיליאן דאלאר און 48 שעה.
נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 3:42 pm
דורך חקרן
מעשה באדם אחד בטלן שהגיעה שעתו להיפטר מן העולם והובא לפני בית דין של מעלה.
שאלו אותו: קבעת עיתים לתורה?
ענה לאו.
נשאת ונתת באמונה?
לאו.
ציפית לישועה?
אמר לאו.
ומה עשית?
השיב: גלשתי בפייסבוק.
מיד הגיחו מבטן השאול אלף אלפי שדים ורוחות רעות ומיני חיות אכזריות.
אמרו: כל אלו שדים ורוחות רעות וחיות אכזריות נבראו ממנו. שכל זמן שאדם בוטל מן התורה ומשוטט בפייסבוק בורא רוח רעה. באו להשליכו לגיהנום. ראו מלאך אחד קטן עומד בפינה ושותק. שאלוהו מי אתה. נענה ואמר: פעם אחת גלש אדם זה בפייסבוק ואחד מחבריו כתב סטטוס וכבר עברה שעה ולא היו לו לסטטוס אפילו לייק אחד. בא אדם זה ונתן לייק ומאותו הלייק נבראתי אני שכל לייק שאדם נותן ומשמח בו את חברו בורא מלאך טוב. אותה שעה נפתחו שערי גן עדן ויצאו ריבוא רבבות מלאכים טובים וקראו אף אנו נבראנו מן הלייקים של אותו אדם. עמדו אלה וקראו השליכוהו לגיהנום ועמדו אלה ודרשו הכניסוהו לגן עדן.
עד שעמד הקב"ה וקרא: מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ, מה נאים מעשיכם מה אהובים דרכיכם, שאפילו בזמן שאתם בטלים מן התורה וגולשים בפייסבוק אתם נותנים לייקים זה לזה ומשמחים זה את זה. מיד יצאו שלושת האבות וארבע האמהות ושנים עשר השבטים ומשה ואהרן וכל הצדיקים והחסידים והקדושים וליווהו לאותו בטלן בתוף ומחול למקומו בגן עדן.
מתוך 'הרוחות מדברות' כרך ט"ו
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 7:43 pm
דורך שמעקעדיג
נשלח: מוצ"ש יוני 01, 2019 11:58 pm
דורך איסר האטלקי
א פעיסבוק פאוסט ראטעוועט פרוי'ס לעבן
https://youtu.be/QDLcycmwB0c
נשלח: זונטאג יולי 17, 2022 5:31 pm
דורך חדשים
א עפל אייפאון 11 ראטעוועט די לעבן פון אן אוקריינער זעלנער.
https://www.ndtv.com/offbeat/viral-vide ... fe-3165991
נשלח: זונטאג יולי 17, 2022 6:00 pm
דורך cictim