בלאט 1 פון 5
שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען
נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2017 11:25 pm
דורך ליפא
אפאר גראסעריס האבן אנגעהויבן א סטרייק און פארקויפן מער נישט מאגאזינען און צייטונגען וואס ווילן נישט זיי לאזן פארדינען מער רווח. די געשעפטן טענות איז אז נארמאל לייגט מען ארויף צווישן 20 און 30 פראצענט אויף גראסערי אייטעמס, אבער די מאגאזינען צאלן ממש גארנישט און מענטשן קויפן איין מיט קרעדיט קארדס לוינט זיי שוין נישט דאס גאנץ געשעפט מיט די קאפוויי וואס ס'ברענגט מיט. לעצטענס ווען עטליכע מאגאזינען זענען ארויף מיט די פרייז האבן זיי אפגעמאכט אז עד כאן.
לעצטע וואך האט יודל'ס גראסערי מיט מהדרין גראסערי נישט פארקויפט דעם עמי משפחה קינדליין מאמענט בינה און המודיע. און זיי זאגן אז ס'גייט צוקומען נאך גראסעריס בקרוב.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:35 pm
דורך ארי נוהם
די צוויי גראסערי'ס האבן אויפגעגעבן זייער אזוי גערופענע "מערכה" און פארקויפן שוין יא אלע צייטונגען...
די מערכה האט זיך אנגעהויבן מיט די פחד וואס די גראסעריס האבן קעגן דעם נייעם קאמפעטישאן "בינגא", זיי האבן זיך מטכס עצה געווען צוזאמען וועלנדיג זעהן וואס זיי קענען פליקן ביגנא, אבער ווי חכמי חעלעם האבן זיי פארגעסן פון זייער הויפט ציל און זיך פארלייגט אויף קלייניגקייטן און זיך גענומען צו די צייטונגען, אבער כרגיל זייער שנעל איינגעזעען אז צייטונגען איז זיי יא א הכנסה ווען עס קאסט זיי גארנישט דאס אויפצוהאלטן קעגן אנדערע אייטעם'ס ווי מילעך פון וואס זיי מאכן ווייניגער ריוח און עס קאסט זיי די פרידזשידער און ארבעטער און אסאך מער פלאץ, מה שאין כן מיט צייטונגען וואס פארנעמט כעמט נישט קיין פלאץ און קאסט זיי גארנישט, און הכל ריוח.
בקיצור, זיי זענען גרויסע חכמים, אבער די מערכה האט זיך געענדיגט נאך איידער סהאט זיך אנגעהויבן, און טאקע דורך די גראסעריס וואס האבן דאס געפירט, זעענדיג אז זיי האבן געמאכט א גרויסע טעות.
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 9:35 am
דורך אישתישבי
בינגא פארקויפט נישט קיין צייטונגען אדער מאגאזינען.
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 11:29 am
דורך אביסעל שכל
I saw them selling the AMI regular price
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 4:58 pm
דורך קאמענטירער
ארי נוהם האט געשריבן:די צוויי גראסערי'ס האבן אויפגעגעבן זייער אזוי גערופענע "מערכה" און פארקויפן שוין יא אלע צייטונגען...
די מערכה האט זיך אנגעהויבן מיט די פחד וואס די גראסעריס האבן קעגן דעם נייעם קאמפעטישאן "בינגא", זיי האבן זיך מטכס עצה געווען צוזאמען וועלנדיג זעהן וואס זיי קענען פליקן ביגנא, אבער ווי חכמי חעלעם האבן זיי פארגעסן פון זייער הויפט ציל און זיך פארלייגט אויף קלייניגקייטן און זיך גענומען צו די צייטונגען, אבער כרגיל זייער שנעל איינגעזעען אז צייטונגען איז זיי יא א הכנסה ווען עס קאסט זיי גארנישט דאס אויפצוהאלטן קעגן אנדערע אייטעם'ס ווי מילעך פון וואס זיי מאכן ווייניגער ריוח און עס קאסט זיי די פרידזשידער און ארבעטער און אסאך מער פלאץ, מה שאין כן מיט צייטונגען וואס פארנעמט כעמט נישט קיין פלאץ און קאסט זיי גארנישט, און הכל ריוח.
בקיצור, זיי זענען גרויסע חכמים, אבער די מערכה האט זיך געענדיגט נאך איידער סהאט זיך אנגעהויבן, און טאקע דורך די גראסעריס וואס האבן דאס געפירט, זעענדיג אז זיי האבן געמאכט א גרויסע טעות.
איך כאפ נישט דיין הסבר אין די מעשה: וויאזוי פיקסען זיי צו בינגא מיט נישט פארקויפען צייטונגען ? שנית אפילו מקען ניטש פיזיקס זעט מען אז צייטונגען נעמען יא אויף פלאץ
אגב פאר בינגא איז געלונגען צו מאכען א רוח כאילו זיי פארקויפען פאר חצי בחינם אויף אזוי ווייט איז זיי געלונגען צו מאכען די ווינט אז די עולם קומט שוין אליינס אויף מיט מעשות וואס זאל שטימען אזוויווי אז אלע גראסעריס האבען געכאפט א שווערען קלאפ וכדו'
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 6:54 pm
דורך ליפא
די מערכה גייט אן. 33 גראסעריס האבן די וואך אונטערגעשריבן.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 8:26 pm
דורך berlbalaguleh
איבער די מערכה וואס ווערט יא, אדער נישט געפיהרט. און אויב בינגא איז א שטארקע קאמפעטישן אדער נישט...ימים ידברו...לא לקלים המרוץ...!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 9:37 pm
דורך ווייל אזוי
ליפא האט געשריבן:די מערכה גייט אן. 33 גראסעריס האבן די וואך אונטערגעשריבן.
אונטערגעשריבן וואו? פארוועמען ? ווער איז אין טשארטש???
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 11:08 pm
דורך איסר האטלקי
דער סטרייק גייט אין די נאנטע טעג אריין אין קראפט, עס האט גארנישט מיט בינגאו איינגעשטויסן, ניטאמאל ווילן זיי מאכן מער ריוח.
עס גייט נישט ארייננעמען אין זיך אלע צייטונגען/מאגעזינען, עס איז בלויז קעגן איין דיסטריביוטער וואס פירט זיך אויף אוממענטשליך.
Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 11:33 pm
דורך קלוגע יודל
קאמענטירער האט געשריבן:איך כאפ נישט דיין הסבר אין די מעשה: וויאזוי פיקסען זיי צו בינגא מיט נישט פארקויפען צייטונגען ?
עס האט טאקע גארנישט מיט בינגא, נאר געווענדליך קומען זיך נישט די בעלי הגראסעריס צוזאמען אויף א מיטינג, און יעצט לכבוד די נייע געשעפט בינגא, האבן זיך אלע בעלי הגראסעריס צוזאם געזעצט מטכס עצה צו זיין וועגן בינגא, האט מען שוין אויך גערעדט וועגן די צייטונגען.
למשל ר' יודל פון יודל'ס רעגט זיך אויף די צייטונגען קען ער גארנישט טוען, וויבאלד אנדערע גראסעריס פארקויפען נאך יא, און ער וויל נישט אז מען זאל איינגיין. אבער ווען אלע גראסעריס קומען זיך צוזאם, מאכן זיי אלע א יד אחת, דארף מען שוין נישט מורא האבן אז מען וועט לויפן צום אנדערע.
(קען גאר זיין אז ביי די מיטינג האט מען אויך גערעדט וועגן קאווע פון קאסטקא וכו', די נושא איז נישט נאר געוועהן "בינגא", בינגא איז געוועהן דימסיבה פארן זיך צוזאם זעצן, אבער מען האט מן הסתם דן געוועהן אסאך זאכן)
ליפא האט געשריבן:די מערכה גייט אן. 33 גראסעריס האבן די וואך אונטערגעשריבן.
אינטערגעשריבען אנטקעגן די צייטונגען?
אישתישבי האט געשריבן:בינגא פארקויפט נישט קיין צייטונגען אדער מאגאזינען.
וויבאלד בינגא פאררופט זיך נישט קיין גראסערי, און נישט קיין סופערמארקעט, נאר א האלסעיל קלאב.
(אונטערסאנט אנצומערקן, אז חנוכה האב איך פראבירט צו קויפן 30 פעקלעך פון די קאלירטע ליכט וואס איז געוועהן אין בינגא 3 פאר א דולר (נישט נר מצוה, עס איז געוועהן אן איזראעלי קאמפעני), האט מיר די קעשיר געזאגט אז מען קען נישט מער ווי 25. איי איז פארוואס פאררופסטו זיך א האלסעיל קלאב/די היימישע קאסטקא???)
נשלח: פרייטאג יאנואר 13, 2017 10:12 am
דורך הוגה
[justify]
קלוגע יודל האט געשריבן:(אונטערסאנט אנצומערקן, אז חנוכה האב איך פראבירט צו קויפן 30 פעקלעך פון די קאלירטע ליכט וואס איז געוועהן אין בינגא 3 א דורך (נישט נאר מצוה, עס איז געוועהן אן איזראעלי קאמפעני), האט מיר די קעשיר געזאגט אז מען קען נישט מער ווי 25. איי איז פארוואס פאררופסטו זיך א האלסעיל קלאב/די היימישע קאסטקא???)
קאסטקאו האט אויך לימיטס, ספעציעל ביי אייטימס וואס זענען אויף ספעשיל. האלסעיל קאמפאניס האבן אויך לימיטס. די סיבה איז פשוט. יענער פארקויפט טאקע גרויסע קוואנטומס אויף האלסעיל אבער ער מוז מאכן זיכער אז אלע זיינע קאסטומערס האבן די מעגליכקייט צו באקומען אפאר פון דער ספעשיל אייטים.
.[/justify]
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 11:38 pm
דורך בן ישי
איינער ווייסט מער אינפערמאציע? וועלכע געשעפטן האבן גע'חתמעט? איז עס קעגן אלע צייטונגען?
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 2:29 pm
דורך דולה ומשקה
ליפא האט געשריבן:לעצטע וואך האט יודל'ס גראסערי מיט מהדרין גראסערי נישט פארקויפט דעם עמי משפחה קינדליין מאמענט בינה און המודיע. און זיי זאגן אז ס'גייט צוקומען נאך גראסעריס בקרוב.
יודל'ס האט אלעס אויסער דער שטערן און שפאקטיוו שוין א שטיק צייט אזוי, קונדן האבן געמיינט אז זיי ערשיינען שוין מער נישט, אויב האט מען געפרעגט האט יודל'ס זיך געמאכט כאילו לא ידע, ווייל בימים ההם בזמן הזה האט מען זיי יא געזעהן אין אנדערע געשעפטן.
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 3:10 pm
דורך קלוגע יודל
אלע מיינע לאקאלע גראסעריס האבן נישט די שטערן און שפאקטיוו, ביזט זעכער אז עס קומט נישט ארויס?
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 4:20 pm
דורך ארי נוהם
ווי קולגע יודל האט געזאגט, האבן זיי זיך צאמגענומען צו פארפירען קעגן בינגא, אבער האבן מחליט געווען צו מאכן א פארצווייגטע מערכה קעגן אלעס וואס שמעקט זיי נישט. איין זאך איז די צייטונגן, און דאס ווערט געפירט דורך א פארשוין מיטן נאמען פ. וואס האט אנגעזעצט זיין אייגענע געשעפט אויף 12 עוועניא, און איז יעצט עמפלויד ביי י. גראסערי אויף 12 עוועניא. ער פירט שוין לאנג א מערכה דערוועגן, און יעצט וויל ער מאכן א מערכה אז אלע גראסעריס זאלן מיטארבעטען מיט עם.
איך ווייס אז אפאר גראסעריס האבן נישט קיין כח און שאקלען אים צו מיטן קאפ אויף יא, אבער זיי וועלן ווייטער פארקויפען צייטונגן ווי ביז יעצט.
דאס איז זיכער, אז אלע מאגעזינס לאכן עם אין פנים און האבן נישט קיין הווה אמינה זיך צו דערשרעקן פון דעם פ. מיט זיינע קינדערישע מערכות, אבער אבי מקען עס רופן "שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס" אנשטאט זאגן "נארישע מערכה דורך פ."...
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 5:34 pm
דורך [NAMELESS]
איינער וואס נעמט א פאזיציע צו פירן פארצווייגטע מערכות מיט אנדערע, און די רבים האלט דאס מיט נישט-זענדיג די צייטונגען אין געשעפטן, דארף נישט באקומען די רעספעקט אז מזאל באהאלטן זיין נאמען, אפגעזעהן צו ער איז גערעכט צו נישט טוט ער עפעס וואס אפעקטירט א רבים, און די רבים האט א רעכט צו וויסן ווער ער איז.
ווי אויך ווערן די גראסעריס אויסגעהאלטן דורך אונז, אז ס׳איז דא סיי וועלכער באשלוס וואס אפעקטירט אונז זאלן זיי מוחל זיין און מסביר זיין ברחל בתך הקטנה די גאנצע מעשה וואס האט זיי געברענגט צו מאכן די באשלוס, ס׳קען זיין מיר וועלן זיי פארשטיין און ס׳קען זיין אז נישט. ארומשפיעלן מיט קאסטומערס אויף אזא וועג איז נישט קיין שיינע זאך.
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 6:52 pm
דורך קורקלענד
די רבים האט טאקע רעכטן, אבער ארי נוהם האט אויכעט רעכטן, ער קאן שרייבן וויזוי ער וויל.
גראסעריס ווערן טאקע אויסגעהאלטן דורך אונז אבער עס מיינט פארט נישט אז זיי דארפן אונז אפגעבן דין וחשבון אויף עניטינג.
פארשטייצעך לדעתי.
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 7:44 pm
דורך [NAMELESS]
קורקלענד האט געשריבן:די רבים האט טאקע רעכטן, אבער ארי נוהם האט אויכעט רעכטן, ער קאן שרייבן וויזוי ער וויל.
גראסעריס ווערן טאקע אויסגעהאלטן דורך אונז אבער עס מיינט פארט נישט אז זיי דארפן אונז אפגעבן דין וחשבון אויף עניטינג.
פארשטייצעך לדעתי.
איינער האט דא געזאגט אז ארי נוהם האט נישט קיין רעכטן? וואס טראלל'סטע ארום?.
בנוגע גראסערי'ס, אוודאי קען זיי קיינער נישט צווינגען וואס זיי זאלן טוהן, אבער איך רעד פון יושר.
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 7:46 pm
דורך ארי נוהם
איך האב גערעדט מיט גרויסע קנאקערס וואס ליגן אין די וועלט פון צייטונגען און גראסעריס, און אויך מיט א געוועזנע גראסערי מענעדדזשער, און דערווייל זעט אויס אז די צייטונגען האבן גוטע טענות.
דער איד וואס פירט די מערכה הייסט פאסטן און ער איז א בעלזער חסיד, דערווייל איז ער זייער נישט סוקסעספול כאטש ער בלאזט א ווינט. איך האב גערעדט צו אפאר גרויסע גראסעריס וואס האבן געחתמעט, און זיי לאכן פון די גאנצע זאך, זיי האלטן נישט ביים פארלירן די צייטונגען.
פאסטן איז דא צו מייקר זיין די צייטונגען, ער וויל אז דורך דעם וואס די פרייזען וועלן ארויפגיין, וועלן די גראסעריס מאכן מער געלט פער צייטונג. אבער די צייטונגען זענען דא פארן ציבור-קאסטומער און האלטן זיך אייזן שטארק, זיי האלטן נישט ביים נאכגעבן אז די גראסערי'ס זאל מייקר זיין דעם שער.
די טענה פון פאסטן וחבורתו איז "אז די גראסערי'ס מאכן נישט גענוג געלט, אלע אייטעמס מאכן זיי 35% און אויף צייטונגען נישט...", אבער די תירוץ איז פשוט, אז די צייטונגען פארנעמען כמעט נישט קיין פלאץ. רוב גראסעריס האלטן עס אינדרויסן אויפן רשות הרבים, און די גראסעריס דארפן זיך 0 מטפל זיין דערמיט, ווייל די דיטריביטורס נעמען קעיר די גאנצע צייט. זיי האבן נישט קיין גארבידזש פון דעם, ווייל די דיסטריביטורס נעמען עס צוזאמען, אפילו די שטיקלעך וואס ווערן גע'גנב'ט.
די קליינע ד' על ד' וואס די צייטונגען פארנעמען, ברענגט זיי אריין די מערסטע פון סיי וועלכע ד' על ד' אין זייער גראסערי, נעם א דוגמא די מילעך. 20 באטלעך מילעך פארנעמען אסאך מער פלאץ ווי טויזנט צייטונגען, און די צייטונגען פאדערען נישט קיין לעקטער, נישט קיין סערוויס, גארנישט. ריין ריוח.
די איינציגסטע טענה איז, אז זיי ווילן הייבן די פרייזן פון אלע אייטעמס, עסן וכו', און זיי האלטן אז די צייטונגען איז די גרינסטע טארגעד אנצוהייבן די זאך. און טאקע דא קומען מיר אלע אריין אין בילד, מיר דארפן פארשרייען די גראסעריס פארן פלאנען צו רייך ווערן אויף די ריקן פון די קליענטן, אנגעהויבן פון די צייטונגען.
דאס וואס זיי טענה'ן אז די מינימום וועידזש איז ארויף איז אויך נערשיקייטן, אלע קאמפאניס האבן די זעלבע פראבלעם, און קיינער הייבט נישט קיין פרייזען.
נאכמער, יעדע אייטעם וואס מ'קויפט, איז דער וואס מאכט די מערסטע ריוח, און איז נישט נושא בעול פון די שאדן, זענען די גראסעריס. אפילו ביז יעצט מאכן זיי א חיים טובים אויף יעדעם, סיי אויפן קאסטומער און סיי אויפן פראדעצירער און דער ווענדער, און דא ווילן זיי נאך געלט?
ווען איינער הערט אז א גראסערי מאכט נישט געלט איז דא 3 ענפערס: 1) ער איז א ליגנער, די פראפעט פון גראסעריס איז די גרעסטע פון סיי וועלכע ביזנעס. 2) ער האט נישט קיין גוטע בוקקיפינג. 3) ער לאזט אויפשרייבן.
די עצה צו דעם איז אויך דריי ענפערס: 1) זיצט שטיל, פארפירט נישט, ווייל איין טאג וועט ארויסליקן וויפיל זיי צאלן פאר אייטעמס, און דעמאלס וועט דער עולם זעהן ווי זיי רייסן געלט אין די וועלט אריין. 2) נעמט אויף א גוטער בוקקיפער און פירט ביזנעס ווי א נארמאלער מענטש. 3) הערט אויף מיט דאס משוגעת פון לאזן אויפשרייבן.
אנשטאטס די כוחות וואס די פאר גראסעריס לייגן אריין צו מאכן א אחדות צו מייקר זיין די שער, קענען זיי אריינלייגן כוחות צו מאכן א אחדות אז קיינער לאזט מען נישט אויפשרייבן, והכל יבוא על מקומו בשלום.
חוץ, אויב די חשבון איז נאר צו מאכן נאך א דאלער אויף די חשבון פון די קאסטומער.
עד כאן איז וואס איך פארשטיי פון די פרשה, אפשר האב איך געמאכט א טעות. כבין גרייט צו הערן פון אנדערע וואס ווייסן בעסער.
Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 8:00 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וויאזוי איז דער מינימום וועידזש ארויף געגאנגען?
דער געזעץ זאגסטו?
וועלכע געזעץ?
דער זעלבע וואס פארווערט price fixing?
רבותי, די געשעפטען צוזאמענקומפף אויף צו הייבען פרייזען איז קעגען דער געזעץ. זיי נוצען אונזער איסור מסירה אקעגען אונז!
נעקסטע מאל וואס א גראסערי בעה"ב ווערט באדאנקט פון א צדקה ארגאניזאציע פאר זיין ברייטהארציגע מיליאן דאללאר נדבה, געדענק אז ער גיבט נאר צוריק א פערצענט פאר די וועמען ער האט געריסען געלט. קיין גרויסע ייש"כ קומט איהם נישט
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 8:01 pm
דורך קלוגע יודל
תכלית, איז שוין ארויסגעקומען א שטערן / שפאקטיוו אין די לעצטע 2 חדשים?
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 8:04 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]ארי נוהם[/tag] גוט געזאגט!
איך וויל נאר מוסיף זיין, אין די ביזנעס וועלט האט יעדע אינדוסטערי א מארק אפ וויפל מ'לייגט ארויף אויף די קאסט פון א פראדוקט/סערוויס וכדומה, משא"כ ביי די היימישע גראסערי'ס איז מער ווייניגער נישטא דער כלל, יעדער לייגט ארויף ווי מער, די גרעניץ איז נישט צו הייסן די טייערסטע גראסערי אין שטאט, אבער ביז דארט און ווילאנג יעדער רעכענט טייער וועט קיינער נישט נאכלאזן די פרייז, די גראסעריס גייען זיך מוזן אויסלערנען אז אזוי ווי בינגא מאכט געלט כאטש זיי זענען ביליג אזוי קען יעדער מער ווייניגער אראפלאזן די פרייז און זיך מאכן זיין פאר דוללער, שטייצעך אז בינגא גייט פארקויפן מער סחורה קענען זיי זיין ביליגער, אבער פון די אנדערע זייט איז זיין אפערעישאן און זיין רענט אין פעיראל סך טייערער, בקיצור יעדער קען זיך טרעפן זיין וועג צו ארבעטן אביסל שווערער און זיין ביליגער און מאכן געלט, אלעמאל וועלן די גרעסערע זיין אביסל ביליגער פון די קלענערע אבער יעדער האט זיך זיינע מעלות פארוואס א קאסטומער זאל יעצט אהינגיין איינקויפן, און ווילאנג דער חילוק אין פרייז איז נארמאל וועט דאס די קאסטומער פארשטיין און זיי וועלן זיי נישט פארלירן צופיל.
נאך א נקודה, יעדע ביזנעס האט זיך זיין ליין וואס ער טוט פאר סערוויס מער ווי פאר ביזנעס, אין די געז סטעישאנס איז עס די לאטעריס, אין די גראסערי'ס איז עס די צייטונגען, כאטש עפעס פראפיט איז דא דערין דאך איז עס נישט קיין גרויסע געלטער און יעדער פארשטייט אז די סערוויס שטעלט צו פאר די קאסטעמערס.
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 8:25 pm
דורך תנחום
שלום שטיסל האט געשריבן:[tag]ארי נוהם[/tag] גוט געזאגט!
איך וויל נאר מוסיף זיין, אין די ביזנעס וועלט האט יעדע אינדוסטערי א מארק אפ וויפל מ'לייגט ארויף אויף די קאסט פון א פראדוקט/סערוויס וכדומה, משא"כ ביי די היימישע גראסערי'ס איז מער ווייניגער נישטא דער כלל, יעדער לייגט ארויף ווי מער, די גרעניץ איז נישט צו הייסן די טייערסטע גראסערי אין שטאט,
כ'זעי נישט אז גוי'שע גראסעריס זאלן זיין ביליגער א שטייגער ווי שאפ-רייט וכו' אויב עפעס טייערער.