בלאט 1 פון 7
ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראטעגיע
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:26 pm
דורך moshav zekeinim
איך הייב לעצטנס אן צו שעצן דעם היפי ליפא שמעלצער. ער הייבט אן רעדן אינטעליגענט, מלא וגדוש מיט קענטעניס, קונסט און ארגענאזירטע היסטאריע, שוין יארן נאכאנאנד וואס ער איז מקיים דעם אל יבוש מפני המלעיגים, און פראבירט דורך צו ברעכן דעם חמת האש, ער טוישט נישט מיינונג לויט זיין גיסטע, און ועל כולם, ער ניצט סטראטעגיע אין זיין מלחמת החירות. ער איז לדעתי פון די איינציגסטע וואס פארשטייען וויאזוי אויפצוטון אין די חרדים פראבלעם. ער איז מצליח אריין צובלענדן די גרויסע וועלט אין די היימשע קרייזן, אלעס אויף דע היימישסטע אידיש. פון אים מאכט מען חוזק, אבער אנדערע וועלן אים נאכמאכן אויף "א נארמאלער וועג".
עס איז נאך דא א סך צו טון. ליפא איז בלויז א קליינער טייל פון די מערכה, אבער עס קומט זיך ליפא'ן אן אות הוקרה פארן זיין פון די ערשטע און דערווייל איינציגסטע וואס פירן דער פרייהייט מלחמה נאן סטאפ, טראץ די בושות, און מיט סטראטעגיע.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:45 pm
דורך קאצקע ציקער
ליפא איז אזא בחינה ווי "ונסתם ואין רודף אתכם" ער לויפט און לויפט אוועק פון איינעם און קיינער לויפט עים ניטאמאל נאך .. נאר זיינע פאביעס..
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:38 pm
דורך shem-tov
שוין באמערקט אז מושב איז ליפא'ס עידשענט ווען ער האט אים אזוי איידערלערהייט אריינגעריקט צווישן רבי חיים און רבי אהרן אלץ א סעלעברעטי... קיפ דרימינג מושב, ליפא איז היינט פארעכענט איינס פון עטליכע מיליאנען פרייע יונגען אין די וועלט וואס האט בס"ה אנגעהויבן זיין קאריער אלץ חסידישער זינגער. וכבר היה בעולמו טעיפס פון אפגעפארענע זינגער אין היימישע שטובער. זיצן מיט נקיבות אין קאפע שטיבלעך און עס פאוסן יעדן מאנטאג און דאנערשטאג און אזוי צו מאכן איידעלע בחורים זאלן גלוסטן דאס האט ער נישט ערפינדן דאס האט נאך בלעם פרובירט מיט זיין באקאנטע עצה.
נב. די טוסט בכלל אין פי. אר. אדער נאר דא אין שטיבל? כהאב אפשר ארבעט פאר דיר.. שכח
viewtopic.php?f=24&t=11148
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 5:26 pm
דורך קורקלענד
קאצקע ציקער האט געשריבן:ליפא איז אזא בחינה ווי "ונסתם ואין רודף אתכם" ער לויפט און לויפט אוועק פון איינעם און קיינער לויפט עים ניטאמאל נאך .. נאר זיינע פאביעס..
נישט ממש @מושב לויפט איהם יא נאך. חוץ אויב @מושב איז נישט פארעכנט אלס א חרידי.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 10:38 pm
דורך סמבטיון
מושב, וואס הייסט לעצטענס? זייט איך קען דיר איז ליפא ביי דיר דער צדיק הדור וואס אויף אים שטייט די וועלט,
שנייד די קרעפלעך פליז
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 4:26 am
דורך שבת אחים
moshav zekeinim האט געשריבן:איך הייב לעצטנס אן צו שעצן דעם היפי ליפא שמעלצער. ער הייבט אן רעדן אינטעליגענט, מלא וגדוש מיט קענטעניס, קונסט און ארגענאזירטע היסטאריע, שוין יארן נאכאנאנד וואס ער איז מקיים דעם אל יבוש מפני המלעיגים, און פראבירט דורך צו ברעכן דעם חמת האש, ער טוישט נישט מיינונג לויט זיין גיסטע, און ועל כולם, ער ניצט סטראטעגיע אין זיין מלחמת החירות. ער איז לדעתי פון די איינציגסטע וואס פארשטייען וויאזוי אויפצוטון אין די חרדים פראבלעם. ער איז מצליח אריין צובלענדן די גרויסע וועלט אין די היימשע קרייזן, אלעס אויף דע היימישסטע אידיש. פון אים מאכט מען חוזק, אבער אנדערע וועלן אים נאכמאכן אויף "א נארמאלער וועג".
עס איז נאך דא א סך צו טון. ליפא איז בלויז א קליינער טייל פון די מערכה, אבער עס קומט זיך ליפא'ן אן אות הוקרה פארן זיין פון די ערשטע און דערווייל איינציגסטע וואס פירן דער פרייהייט מלחמה נאן סטאפ, טראץ די בושות, און מיט סטראטעגיע.
דהיינו?
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 4:55 am
דורך moshav zekeinim
זיין "ראש חודש מיט ר' ליפא" קליפס זענען אויסגעשטעלט אריין צודרילן בתוך תוכו פון חרדים. ער רעדט אין דער היימישסטער אידיש, מיט א היימישער געשמאק. ער אינטערוויוט די אידישע וועלט מחוץ לחומת הברזל. ער וויל באשיינפערליך ווייזן אז דעם היימישן טעם און לעבן קען מען האבן אויך מחוץ לחומת החרדים. ער וויל מאכן אזויווי לאדזש אין פוילין אדער דער אמאליגער איסט סייד, וואו תורת התבדלות איז נישט געווען שטארק, און בתי מדרשות ובתי תיאטראות היו משמשים ביחד. וויל מען עסט מען חמץ וויל מען עסט מען מצה.
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 8:16 am
דורך שמעקעדיג
ווער הערט אים אפילו אויס?
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 8:28 am
דורך [NAMELESS]
די גאנצע מושב זקינים
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 11:31 am
דורך שבת אחים
וואטעווער ער טוט דערווייל איז א שוואכע סטראטעגיע, דער אמאליגער איסט סייד איז נאך א ווייטע חלום.
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 2:10 pm
דורך moshav zekeinim
ער גייט אבער אויף דער ריכטיגער דירעקשן
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 2:13 pm
דורך moshav zekeinim
שמעקעדיג האט געשריבן:ווער הערט אים אפילו אויס?
טויזנטע מענטשן.
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 2:42 pm
דורך [NAMELESS]
איי דאנט געט איט, די חברה זיינס גלייכן אנטלויפן פון אים, זיין גאנצע קהילה האט אים איבערגעלאזט, און די חרדים גייט ער אריינכאפן?
בכלל אמאל האט ער פארקויפט טאלאנט, האט ער געהאט דעם עולם מיט זיך און געהאט טשענסעס צו משפיע זיין, כהיום פארקויפט ער נישט קיין טאלאנט, אין די ווערק מיט וואס ער לעיטלי ביזי פון די נייע סטיל נגינה ביז השקפה און דרשות איז ער בכלל נישט קיין סטאר, די וואס האבן נישט געהערט זיינע אמאליגע נגינה גייען אים ניטאמאל אנקוקען, ער פארלירט מאמענטום.
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 3:07 pm
דורך moshav zekeinim
ליפא איז נישט גוט אויף צו פירן א שיל מיט ערך. האט דאס טאקע נישט מצליח געווען. זיין אקטיוויזם האט אים אפשר אויך נישט צוגעגעבן קיין חן. אבער אן אקטיוויסט וואס הייבט אן באמת צו דרילן איז "ער, און נישט די אלע רבנים מיט געפאקטע שילן און דיפלאמאטישע שמייכלעך.
אקטעוויזם ברענגט נישט אייביג קיין כבוד, און די רעזולטאטן זעהן זיך נישט שטענדיג אן גלייך. ליפא האט זיך אריין געלייגט אין אונטערברעכן דעם חומת הברזל אן בא'טעם'ט מאכעריי, מיט א שטיקל סטראטעגישער מהלך, טראץ וואס זיין צעפלויגענער כאראקטער קען ער נישט באהאלטן.
עס קומט אים גרויס קרעדיט פארן שפאנען פאראויס טראץ וואס עס ברענגט אים נישט קיין כבוד.
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
נשלח: מוצ"ש יאנואר 07, 2017 8:56 pm
דורך קלוגע יודל
שלום שטיסל האט געשריבן: ער פארלירט מאמענטום.
ער האט עס שוין פארלוירן
נשלח: מוצ"ש יאנואר 07, 2017 9:22 pm
דורך moshav zekeinim
ביי די עסטעבלישמענט, אבער ער גראבט.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 07, 2017 9:55 pm
דורך berlbalaguleh
מיט דעם וואס ער פראוועט א זינגעדיגע הבדלה...?! יא. ס'איז אינטרעסאנט צו הערן איינמאל. און אפשר צוויי מאל. אבער ווען איך מאך הבדלה האב איך נישט קיין נערוון זיך אונטערצוזינגען. געמאכט הבדלה און געגאנגען ווייטער...!
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 12:01 am
דורך איסר האטלקי
דא אין דעם אויפגעקלערטן חרדישן פלאטפארמע, קען איך נישט געפינען נאך איינער וואס זאל האלטן ווי דיר און זען ווי ליפא האט עפעס אויפגעטון.
ער גראבט אריין, ער ברעכט דורך, ער האקט ווענט.. וואו?? וועמען נאך האט ער שוין אויף זיין זייט?
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 1:15 am
דורך moshav zekeinim
אויף זיינע פעיסבוק פאוסטס האט ער אן עוורידזש פון הונדערט לייקס.
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 1:20 am
דורך קורקלענד
א אינגערמאן מלא טאלאנט. חתונה געהאט און ארויס אויף דער גאס צו מאכן פרנסה. ביז דאן האט ער געוואוינט אין א שטעטל וואס איז אזוי ארומגענומען מיט א גרויסן מויער אזוי אז דער יצר הרע זאל נישט קענען אריינקומען אין שטאט און אצינד אז ער האט למען הפרנסה זיך אנגעהויבן דרייען אויפן פרעמדן גאס טאקע דארט וואו ס'איז יא דא דער שלעכטער יצר און ברוך השם ער איז געווען א סאקסעס פון א זינגער ארויסגעגעבן איין אלבום נאך דער אנדערער אזעלעכע בעסטסעלערס וואס די וועלט האט נישט געזעהן זייט מבד משיח משיח אדער זייט פריעד'ס לבנימין אמר אבער אזוי ווי נאכן ארויסגיין אויף דער גאס האט ער אנגעהויבן זיך באקענען מיט דעם נייעם יצר זיינעם וואס סתם מענטשן וואס זענען נישט סקווירא האבן שוין פון די בר מצוה און ווייסן שוין ווי אזוי זיך צו באגיין דערמיט האט ער נישט געהאט די ערפארונג און ממילא האט איהם אנגעהויבן גלוסטן כל דבר של פעסטקייט וכדומה אזוי אז זיין תוכן און טאלאנט האבן אנגעהויבן גיין אויף אראפ. זעהנדיג אז ער הייבט אן פארלירן האט ער זיך איבערגעטראכט אין נמני וגמרי אז די פראבלעם פון זיין לעצטיגע שוואכע הצלחה איז אז ער האט נישט קיין עדיוקעישן און אלמלי ער וואלט עס געהאט וואלט ער נישט נאר געוואקסן א אידישע לעידי גאגא נאר ער וואלט גאר געקענט זיין די עכטע זאך.
פון דארט און ווייטער איז היסטערי............ וואס עדיוקעישן קען אלס מאכן פון א מענטש.
ס'איז נאר גאנץ איראניש ווען ער וואס האט געהאט א פאך וואס האט איהם אריינגעגאסן פיר דידזשיטס א נאכט אין די אקאוינט און האט אפגעלאזט די גאנצע מעשה פאר עדיוקעישאן וואס האט איהם אונטערגעברענגט זיין גאנצע פרנסה. און איצט גאר קומט ער דרייען די קאפ אונזער פראבלעם מיט פרנסה איז אז אונז פעלט גאר עדיוקעישן!
וואו האט איהם זיין עדיוקעישן געברענגט?
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 1:27 am
דורך moshav zekeinim
ווי קומט דער דרשה דא אריין? איך רעד פון זיינע אויפטואונגען לטובת הכלל, וועמען אינטרעסירט זיין פריוואטע עקאנאמישע החלטות און זיינע יצר הרע'ס
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 1:31 am
דורך moshav zekeinim
און אגב, ליפא איז נישט ארויס אויפן גאס צו מאכן פרנסה, ער איז ארויס כדי צו טרעפן זיין זיך, ער איז געשטיגן צו א העכערער מדרגה, און יעצט האט ער אנגעהויבן טון לטובת הכלל.
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 1:40 am
דורך קורקלענד
@מושב אויב די קענסט מיר פאר שטיין געבן
וואו האט ער זיך געטראפן?
איך האב איהם באטראכט דורך אויס זיין קאריערע און לויט ווי איך האב צוגעזעהן האט ער אנגעהויבן זוכן דעם זיך פון וואס די רעדסט א סאך שפעטער ווי די שרייבסט.