בלאט 1 פון 4

ברוך דיין האמת: הגאון הרב יוסף שלום אלישיב זצ״ל

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 9:36 am
דורך ידען
יעצט קומט אריין די נייעס אז ער האט אויסגעהויעכט זיין נשמה.

בשורות טובות.

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 9:39 am
דורך זר זהב
:cry: :cry:

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 9:43 am
דורך משולם שטיינפעלד
קיינער מעלדט נאך נישט

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 9:44 am
דורך זר זהב
קאווע שטיבעל מעלדט יא... איך דענק נאך ווען אייוועלט האט איינמאל געמאלדן

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 9:56 am
דורך משולם שטיינפעלד
ברוך דיין האמת

קאנפוירמד.

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 9:56 am
דורך לעמיל
ווי אלט איז ער געוועין??

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 9:56 am
דורך אלבערט
102

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 9:57 am
דורך זר זהב
הייסט עס ער איז געגאנגען 18 יאר צו פריה.

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 9:58 am
דורך ידען

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 9:59 am
דורך פראפעסאר שפירא
ברוך דיין האמת,

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 9:59 am
דורך לעמיל

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 10:01 am
דורך זר זהב
ער האט פארלוירן 3 קינדער בחייו. 1 נאטורליך, 2 נישט.

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 10:03 am
דורך ידען
קול מבשר איז שטיל?

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 10:03 am
דורך לעמיל
ידען האט געשריבן:קול מבשר איז שטיל?

וועק אים אויף, ער שלאפט נאך

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 10:08 am
דורך לעמיל
לעמיל האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:קול מבשר איז שטיל?

וועק אים אויף, ער שלאפט נאך

שנעל געמאכט, קול מבשר מעלד שוין

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 10:24 am
דורך ידען
קאווע שטיבל איז געווען די ערשטע צו מעלדן, נאך פאר די טעקסט האבן אנגעהויבן צו שטורעמען.

אז מע האט א אינסייד מענטש, האט מען די נייעס די ערשטע...

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 10:31 am
דורך לעמיל
ידען האט געשריבן:קאווע שטיבל איז געווען די ערשטע צו מעלדן, נאך פאר די טעקסט האבן אנגעהויבן צו שטורעמען.

אז מע האט א אינסייד מענטש, האט מען די נייעס די ערשטע...

מעלד ווייטער ביטע, ווען גייט זיין די לויה? געב אפדעיטס ביטע

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 10:34 am
דורך משולם שטיינפעלד
זר זהב האט געשריבן:ער האט פארלוירן 3 קינדער בחייו. 1 נאטורליך, 2 נישט.

וועלכע צוויי?

וואס הייסט נישט נאטורליך?

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 10:37 am
דורך [NAMELESS]
יעצט איז די צייט צו בעטן מחילה און זיך ביטערליך שעמען אז מען האט דעם גאון שאין לו בעולמו אלא תורה בלבד, פארשעמט, בארעדט, באשמוצט און אוועקגעמאכט אין געוויסע גאסן אין מאה שערים און אין געוויסע גאסן אין וויליאמסבורג.
ר' מנשה פילאפ האט געשריבן אויף אים זקן אשמאי, ר' אלעזר הורוויץ האט געזאגט נישט מער נישט ווייניגער איון א דרשה "דער יונגאטש" און מען האט אים איגנארירט און אוועקגעמאכט.
מיר בעטן מחילה, און מיר האפן אז מען וועט זיך באצייטנס כאפן אז מען דארף רעספעקטירן גדולי תורה אפילו אז מען גלייכט נישט יעדע זאך אין אים.
אויב יעצט שעמען זיך געוויסע אידן, וויפיל וועט מען זיך שעמען וועט הגראי"ל שטיינמאן וועט גיין בדרך כל הארץ (ער איז 100 יאר), אים האט מען סעקירט און גערודעפט עד חרמה און אים געשטערט זיין אומגלויבליכע עבודת ה'.

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 10:38 am
דורך יידל
וויקיפעדיע איז שוין אפדעיטעט.
[url]]עברית[/url], ענגליש. אידיש נאך נישט.

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 10:39 am
דורך לעמיל
דאס איז א מתמיד
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=-LBrNnsCeVo[/youtube]

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 10:40 am
דורך יידל
לעמיל, מעק אויס די ווערטער
!#feature=palyer_embeded&

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 10:42 am
דורך שמואל הלוי
ברוך דיין האמת

הצדיק אבד ואין אי"ש (ר"ת יוסף שלום אלישיב)