בלאט 1 פון 2
ווער זענען די 100,000 צוקוקער אויף די אידישע יוטוב קליפס?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 10:09 pm
דורך moshav zekeinim
איך האב לעצטנס באמערקט אז טייל יידישע יוטוב קליפס האט קרוב צו הונדערט טויזנט צוקוקער. אזויווי הצלה וויליאמסבורג, און אונטערן פראמא'ס.
איך רייב מיר די אויגן און איך קען נישט פארשטיין. ווער זענען די וואס פארשטייען אידיש און זענען אינטרעסירט אין היימישע שאוס?
אודאי חסידישע היימישע אידן פון ברוקלין און אפסטעיט, און נאך אפאר טויזנט פון אייראפע און ישראל!
וכאן הבן שואל, אז מען פארמאגט נישט קיין אינטערנעט, אדער לפחות נישט קיין אומגעפילטערטע אינטערנעט געבלאקט פון יוטוב וואו מען קען זיך אנזעהן מיט אלדאז טרייף, טא וואו שלעפן זיך אפיר הונדערט טויזנט צוקוקער אויף א אולטרא היימישער מנשה לוסטיג קליפ אויף יוטוב?
תיקו!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 10:48 pm
דורך שבת אחים
גיטע קשיא, ווועלכע קליפ פון מנשה האט הונדרעט טויזענט צוקוקער? אפשר דרייסיג טויזנט, ביסט זיכער?
ווער זענען די 100,000 צוקוקער אויף די אידישע יוטוב קליפס?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 10:54 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
איז אזוי וואס טוט א מענטש די צווייטער זאך ווען ער באקומעט עקסעס צו אינטערנעט ?
ערשט גייט מען צו גוגל מעפס אויף זיכען די הויז מיט פעטערס הויז, נאכדעם נעמנט מען אפיר אלע האנעבי קליפס אין אזוי ציילט זיך עס צו שווערע טויזנטע וויאוס.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 10:57 pm
דורך moshav zekeinim
אבער הונדערט טויזנט? כמעט אזויפיל וויפיל מענטשן עס הערן קול מבשר.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 11:02 pm
דורך moshav zekeinim
מנשה לוסטיגס קליפס האבן אן עוורידזש פון פערציג טויזנט צוקוקער. זיין שבת טיש קליפ גייט אין די הויכע זעכציגער, און זיין הצלה קליפ פארמאגט קרוב צו 90,000.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 11:55 pm
דורך קורקלענד
איך מיין אז די וועסט דארפן קומען צו די מסקנא אז עס איז דא א סאך מער חרידים אויפן כדור הארץ ווי די שטעלסט זיך פאר. און נישט נאר דאס, נאר א גרויס עולם איז נישט אזוי נאיוו און מצומצם און האבן עקסעס צו א קאמפיוטער/כלי וואס האט יו-טאב אפען.
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 12:00 am
דורך moshav zekeinim
וויפיל יידיש רעדנדע חרדישע משפחה יוניטס זענען פאראן אויף די וועלט? איך וואלט געשאצט בערך אכציג טויזנט.
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 12:02 am
דורך שמעון וואלף
ס'זענען דא יוטוב קליפס וואס ווערן ארויפגעלייגט אויף היימישע וועבזייטלעך ווי ישיבה ווארלד און מצב.קאם. קען זיין ווען איינער זעהט עס דארט ווערט עס אויך גערעכענט
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 12:04 am
דורך moshav zekeinim
אפילו אזעלעכע וואס פארשטייען נישט קיין אידיש?
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 12:05 am
דורך קורקלענד
שמעון וואלף האט געשריבן:ס'זענען דא יוטוב קליפס וואס ווערן ארויפגעלייגט אויף היימישע וועבזייטלעך ווי ישיבה ווארלד און מצב.קאם. קען זיין ווען איינער זעהט עס דארט ווערט עס אויך גערעכענט
עס ווערט לכאורה גערעכענט. אבער נאר אויב די באנוצער האט געדרוקט פלעי.
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 12:11 am
דורך קורקלענד
לויט ווי איך פארשטיי אויב איינער קוקט איבער מער ווי איינמאל ווערט עס לכאורה גערעכנט פאר יעדע זעה באזונדער.
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 12:14 am
דורך moshav zekeinim
די פרייע אידישע קליפס און פילם'ס קענען גרייכן צו א 150,000 צושויערשאפט אדער מער. אזעלעכע קליפס ווי פון דזשיגאן, אדער יענקעלע בודו פון יידנשפיל. אבער איך הייב שוין אן טראכטן אז רוב פון די צוקוקער זענען היימישע אידיש רעדנדע.
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 12:16 am
דורך moshav zekeinim
קורקלענד האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי אויב איינער קוקט איבער מער ווי איינמאל ווערט עס לכאורה גערעכנט פאר יעדע זעה באזונדער.
איך בין כמעט זיכער אז נישט.
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 12:18 am
דורך קורקלענד
moshav zekeinim האט געשריבן:די פרייע אידישע קליפס און פילם'ס קענען גרייכן צו א 150,000 צושויערשאפט אדער מער. אזעלעכע קליפס ווי פון דזשיגאן, אדער יענקעלע בודו פון יידנשפיל. אבער איך הייב שוין אן טראכטן אז רוב פון די צוקוקער זענען היימישע אידיש רעדנדע.
עס איז נישט געבליבען קיין פרייע היינט וואס רעדן אידיש. על כל פנים די וואס יא זענען לכאורה אלט און ווייסן נישט ווי אזוי זיך צו באנוצן מיט די אינטערנאט.
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 12:22 am
דורך moshav zekeinim
"קיימות הערכות שונות לגבי מספר הדוברים. חוקר היידיש האמריקאי פרופ' ניל ג'י. ג'ייקובס כתב ב-2005 כי מספרם של דוברי היידיש גדל וצריך להיות קרוב למיליון, בשל הילודה בקהילות חרדיות (Yiddish: A Linguistic Introduction. Cambridge Uni. Press. עמ' 3.); הבלשן הבריטי ג'ורג' ל. קמפבל ציין ב-2013 כי "בין מיליון לשני מיליון" תהיה הערכה סבירה (Compendium of the World's Languages, Routledge, 2013. עמ' 1801).
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 12:27 am
דורך קורקלענד
moshav zekeinim האט געשריבן:[
איך בין כמעט זיכער אז נישט.
יו-טאב געט נישט ארויס קיין דעטאלען ווי אזוי זיי ציילן ממייילא איז כמעט נישט מעגליך צו וואוסן אויף זעכער. אבער ווי ווייט מיין פארשטאנד ווערט עס יא גארעכענט באזונדער ביז א געוויסע פוינט.
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 12:30 am
דורך קורקלענד
moshav zekeinim האט געשריבן:"קיימות הערכות שונות לגבי מספר הדוברים. חוקר היידיש האמריקאי פרופ' ניל ג'י. ג'ייקובס כתב ב-2005 כי מספרם של דוברי היידיש גדל וצריך להיות קרוב למיליון, בשל הילודה בקהילות חרדיות (Yiddish: A Linguistic Introduction. Cambridge Uni. Press. עמ' 3.); הבלשן הבריטי ג'ורג' ל. קמפבל ציין ב-2013 כי "בין מיליון לשני מיליון" תהיה הערכה סבירה (Compendium of the World's Languages, Routledge, 2013. עמ' 1801).
די ברך משה'ס לויה האט געהאט איבער הונדרט טויזענט באטייליגע. (לויט וואס די פאליציי האט געשאצט לויט דער בלאט).
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 12:33 am
דורך moshav zekeinim
איך מיין אז אן עווערידזש משפחה יוניט ביי חרדים אנטהאלט זעקס נפשות. לויט דעם ווערט פון אכציג ניינציג טויזנט אידיש רעדנדע משפחות, בערך א האלב מיליאן נפשות.
ווער די אנדערע האלב מיליאן אידיש רעדנדע נפשות זענען ווייס איך נישט. אדער מוז מען זאגן אז פיל מער פון אכציג טויזנט און אפילו הונדערט טויזנט חרדישע משפחה יוניטס רעדן אידיש, אדער מוז מען זאגן אז עס איז יא פארהאן א ריזיגער צאל פרייע אדער מאדערנע וואס רעדן אידיש.
וואו זיי זענען? אין רוסלאנד, אין ארגענטינע, און בעלגיע, און אין אמעריקא און ארץ ישראל פארשטייט זיך, די אידישע טיאטערס ווערן וועכענטליך אנגעפילט מיט עמיצין.
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 12:37 am
דורך קורקלענד
moshav zekeinim האט געשריבן:די אידישע טיאטערס ווערן וועכענטליך אנגעפילט מיט עמיצין.
וואו קען מען היינט נאך גיין צום יידישע טעאטער? עס עקזיסטירט נאך אזא זאך היינט? לויט @ונבנתה אין די וועקער האב איך פארשטאנען אז עס איז שוין היסטאריע.
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 12:47 am
דורך moshav zekeinim
אין מאנהעטן בין איך לעצטנס געווען ביי א אידישע אפערא "די גאלדענע כלה". זיי שפילן דאכט זיך פיר מאל א יאר. ליפא שמעלצער האט זיך לעצטנס אויך אריין געריקט דארטן.
אין שטעל זיך פאר אז רוסלאנד, קאנאדא, און ארגענטינע פארמאגן נאך אנגייענדע אידישע טיאטערס. אין ארץ ישראל קורסירט דער יידנשפיל טיאטער וואו עס קומט עפעס לפחות איין מאל א וואך. אויב האסטו יוטוב, סערטש פאר "די חזן פון ווילנא", דורך יידנשפיל ממש לעצטנס. מבינים ווערן משוגע פאר דעם. די פארלאנג פאר אידישע טיאטער שפילן אין ארץ ישראל ווערט גרעסער און גרעסער.
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 12:51 am
דורך moshav zekeinim
איך גלייב אבער נישט אז די פרייע אידיש רעדנדע זענען די וואס מאכן דעם הונדערט טויזנט ביי די אולטרא היימישע קליפס.
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 7:45 am
דורך ציבעלע-קיגל
וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? איעדער מאהל מען זעהט עס רעכענט עס זיך פאר נאך אייןס. אויב דו האסט עס געזעהן מער פון איין מאהל אפי' דו האסט נישט געקליקט פלעי ווערט עס שוין גערעכנט פאר נאך אייןס. און היינט מיט אלע גרופעס אויף וואטסעפפ. און איעדער שטיק צייט שיקט איעדער אויף די גרופעס נאך אמאהל.
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 2:40 pm
דורך moshav zekeinim
איך האב עס אויספראבירט אויף יוטוב, אבער עס קוקט נישט אויס אז עס קומט צו א ציפער נאך דעם וואס איך קוק עס מער ווי איין מאל