בלאט 1 פון 1

די נייע אפוטרופסים פאר היימישע נגינה

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 4:25 am
דורך moshav zekeinim
איך האב א סך אינטערוויוס געהערט פון זינגער, קאמפאזיטארן און מוזיקער, ספעציעל פון דער עלטערער דור. איינע פון די זאכן וואס איך הער א סך פון זיי איז דער אפשיי פון גויאישע ווילדע מוזיק.

ר' אברמל פריד זאגט לעצטנס אין קול מבשר מיט א חב"ד'סקער חן: "איך זאג אלס, די גוים נעמען נישט קיין נגינה פון אונז, דארפן מיר נישט נעמען פון זיי!". ודפח"ח.

משה לאופר האט שוין אין עטליכע אינטערוויוס געווייטוגט אויף דער היינטיגער אפנויג פונם אמאליגן איידעלן נגינה "מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון די גוים!" זאגט לאופער ווי דער נציג פון מוסיקה יהודית.

יוסי גרין רעדט דאך היינט ווי אזא צדיק'ל, ער וויל ניטאמאל גערופן ווערן דער לעגענדארער מלחין, עס איז צו אומהיימש פאר אזא פארצייטישער איד ווי ר' יוסל, ער וויל בעיקר געדענקען ווי ער האט געקושט די הענט פונעם דברי יואל. א ווארעמהארציגער מלחין קען ער באשטיין גערופן צו ווערן. יוסי פארשטייט נאר צו ווארימע ניגונים מיט א אידישער טעם, און נישט צו די אלע גויאישע ניגונים'לעך. ער האט גענאשט פון חב"ד און פון ר' בעריש.

פון מונה איז אפגערעדט, וויפיל ער האט שוין צוזאמגעהאקט אויף די ווילדע נגינה אן טעם, און במיוחד אויף עךעקטאראנישער מוזיק. סיי ער און סיי לאופער זענען ממש קנאים קעגן עלעקטאראנישע מוזיק. זיי גייען בלויז פאר אמאליגע ריינע אמת'דיגע מוזיק, אן עכטער פויק, טראמפייטערס און פידעלעך.

פאר מיר זענען די ווערטער פון די אלטע הייליגע צדיקים וואס האלטן זיך מיטן פארצייטישן טעם, פשוט א געלעכטער.

ווען איך בין געווען א קינד האט מען אין אונזערע קרייזן בארעדט די בעלזע טעיפ'ס, ווייל עס האט "מאדערנע" און "ווילדע" שטיקלעך. איך קוק היינט צוריק און איך זעה אז מונה איז דארט גארנישט געווען אזא אלטמאדישער צדיק. די בעלזע טעיפ'ס האבן מיר ליב געהאט דוווקה ווייל עס איז היינטיג און אינטרעסאנט. גלייך ביים ערשטן בעלזער טעיפ (תשל"ה) האט שוין מונה פאר'גויאישט די צוויי אלטע בעלזע הקפה ניגונים מיט עלעקטאראנישע ריטעם און ווילדער פארשפיל און בריק. בכלל איז דער גאנצער טעיפ געווען א גאר פאר'גוי'אישטער און חצפה'דיגער דורך ברוך אין די היימישע וועלט. (2/4 אנשטאט דעם ביז דעמאלסטיגן 1/4). און וויאזוי האט אויסגעזעהן דער בריק פון יברכך? ופדיי השם? סימן טוב? און פארשפיל פון וישמענו?. מען פלעגט שמועסן אז די בעלזע טעיפס זענען אידישע ראדיא.

וויאזוי האט מונה געמאכט די מוזיק אויף מבד'ס נשמה אלבום? מונה איז געווען דער וואס האט דורעכגעבראכן אלע ביז דעמאלסדיגע גדרים, און געהאלטן און איין דורך ברעכן אריין ברענגענדיג נייע ריטעם'ס אשר לא שיערים אבותינו. ווער געדענקט נאך ווי טרייף דער ירושלים עד ירושתינו האט געהייסן?! משיח, לא נזוז מכאן. און יא, ער איז געווען דער ערשטער אריין צו ברענגען טראנס, ביי ישמחו פון מרדכי, רבונו של עולם פון מאמי, און יבנה המקדש פון צליל וזמר. דזשעס סטייל איז אויך נישט א זעלטענע זאך ביי אים, און סטאם סינטיסייזער ריטעם איז ביי אים געווען גאנץ אן אפטער ערשיינונג (הנה זה בא בעלז, חנוכת הבית נאדווארנע, עלה עשור יעקב מוצן). און וויאזוי ער שפילט פאר די אחים זינגבוים, עמית ליסטוואנד (אלי חוש גואלי) , דדי, ליפא (גלגל החוזר, לעולם, וועיק אפ, משה רבינו), שוואקי (בן בג בג, מה מה מה).

און מונה'ס ניגונים, זענען זיי אלע אזוי פארצייטיש? לך אתן, עוד ישמע (אין עוד מלבדו מבד), אל תתיאש, תמחה.

און יעצט צום נייעם צדיק אין פעלץ, הרב המשפיע ר' יוסף יצחק גרין שליט"א. דער וואס רעדט כל כולו פון פארצייישע נגינה, האט נישט לאנג צוריק פארפאסט דעם התקבצו, עס איז היפש א סעק... ניגון. דדא בי וואס האט געהייסן בימיו פון די גרעסטע שירי עגבים, אדם דואג, גויאיש מיט אלע מפרשים.

און ווער האט געמאכט די העכסט גויאעשע עיבודים אויף די אלע קלאב ראמאנטישע ניגונים פון יוסי גרין? אויך איינער וואס קלאגט אויף היינטיגע פארגויאישטע מוזיק, ר' משה מנחם לאופער (לייפער) נכד ר' מרדכי'לע מנדבורנה, והר"ר אלימלך. אזעלעכע פרעמדע גויאישע מוזיק ווי ער האט קיינער נישט געמאכט. ירושלים איז נאט פאר סעיל, פעלאו דזשו, דאנט הייד פראם מי.

און ר' אברהם שבתי הכהן פריד(מאן), דער וואס איז געווען דער זינגער פון רוב פון די ניגונים, דער וועמענס נגינה עס איז יארן לאנג געווען פארבאטן אין טויזנטע היימשע שטובער, דער אויף וועמען מען האט געשמועס אז ער זינגט ווי א שיקסע, ער פארשטייט שוין פשוט נישט פארוואס מען זינגט גויאישע נגינה.

א ג-ע-ל-ע-כ-ט-ע-ר

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:55 am
דורך אישתישבי
אזוי גייט עס מיט דער לבוש אויך, דוקא דער שטריימעל און הויכע הוט וואס איז אמאהל געוועהן גוי'שע לבוש, איז היינט יהרג בל יעבור.

און בכלל איז א צריך עיון גדול פארוואס איז א אראפ געבויגענע הוט מער גוי'עש ווי אן ארויף געבויגענע. כאילו מיט דער אראפ געבויגענע וועט דער גוי דיך מער ליב האבען.

הונדרעטער תירוצים פארוואס די רעביס טראגען סאמעט, ס'איז ר"ת סור מרע ועשה טוב, גיי פארשטיי, אבער די אמת אז דאס האט דער פריץ געטראגן, און דער רבי האט אים נאכגעמאכט, זאגט מען נישט.

Re: די נייע אפוטרופסים פאר היימישע נגינה

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 8:45 am
דורך פליקער
ראוובן, דאס איז נאר איינס פון צעינליגע גויאיגע ניגונים וואס מבד זינגט בשם יוסי גרין, ווי למשל דעדי דער טעל מי פליז, וואס די סטייל טאטע מיטן קינד איז געגנבעט פינעם בארימטען פאסטעך, ועוד וואס איז שוין געברענגט אינעם אנדערען אשכול ולינקתו בצידו.

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 9:37 am
דורך תורה ומדע
לאו עכברא גנב אלא חורא גנב. וה"ה כאן.
אילו זכינו וואלטען מיר אלע געווען אויפען מדרגה פון מאזשיץ, דשיקוב, באבוב, און אפילו ר שלמה'לע זכר כולם לברכה, וואס זענען אויף א מוזיקאלישער קאליבער פון קלעססיקעל מיוזיק וכדו'. מה נעשה אז דער דור איז ריק מכל תוכן רוחני און קלעבט ענדערש צו די שחור'ישער ריטמישע מוזיק וואס אפעלירט צום נידריקען בעיס חלק פונעם מח כידוע לידעי חן - חכמת המוזיקא הרחבה מיני ים.
אבער שולדיג זענען נישט נאר די מחנכים און משפיעים וואס האבען מגדל געווען אזא דור, נאר אויך די אויבען דערמאנטע רביסטעוועס וואס טוען נישט גענוג אין דעם ענין פון מפרסם און מפיץ זיין די העכערע קלאסס אידישע נגינה און טאלאנט.

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 11:18 am
דורך וואלווי
מיר איז אינטערסאנט אז כ'האב לעצטענס געהערט פון יאסעלע ראזענבלאט ווי ער זינגט די באקאנטע יודישער ניגון וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען ביי די שטיקל, ווער וועט אונז טאנצען אויפ'ן סעודה'ניו ? מרים הנביאה, אז די היימישע פראדאצירער האבען דאס אזוי דורך געלאזט. זעט אויס אז מ'האט זיך נישט געקענט אן עצה געבען אזוי ווי די ארויסגעבערס פון די יודישע זמירות וואס לייגען אריין, ווער וועט אונז נביאה זאגען ביי דער סעודה'ניו? מרים הנביאה.

אויף דעם ארויף האט דאך שמעון דזשיגאן געזאגט, וואס דארף ער משיח, כדי צו זען ווי אן אלטע יודענע פון צוויי טויזענט יאר הייבט א פיס'ל ?

עפ"ל

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 12:36 pm
דורך berlbalaguleh
תורה ומדע: דו ביסט גערעכט. ווען איך האב דאס ערשטע מאל געהערט די שחור'יש אריגינאלע מוזיק..."רעפ"... ארויסבלעסטן פון א קאר רעדיא, האביך מיך דערשראקן. איך האב אין מיין ווילד'סטן חלום נישט געטראכט אז דאס קוואליפיצירט אלס מוזיק. אפילו די אלטע שחור'יש אריגיניר'נדע מוזיק..."דזשעזז"...האט ביי מיר קיין טעם נישט.

אויב שוין יא גוי'אישע מוזיק, האביך זייער שטארק ליעב ...קאונטרי מוזיק"... דאס איז דאך אזוי הארציג. סיי די ליריקס. און סיי די ניגונים, וויאזוי זיי ווערן געזונגען...! די שירים/ניגונים פון ווילי נעלסאן און אנדערע גדולים אין די קאונטרי מיוזיק אינדוסטרי...!

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 6:44 pm
דורך moshav zekeinim
אישתישבי האט געשריבן:
און בכלל איז א צריך עיון גדול פארוואס איז א אראפ געבויגענע הוט מער גוי'עש ווי אן ארויף געבויגענע. כאילו מיט דער אראפ געבויגענע וועט דער גוי דיך מער ליב האבען.

הונדרעטער תירוצים פארוואס די רעביס טראגען סאמעט, ס'איז ר"ת סור מרע ועשה טוב, גיי פארשטיי, אבער די אמת אז דאס האט דער פריץ געטראגן, און דער רבי האט אים נאכגעמאכט, זאגט מען נישט.


דו פרעגסט א קשיה אויף הלכות היימישיזם

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 6:50 pm
דורך moshav zekeinim
אבטולמוס האט געשריבן:זייער שיין מושב. דוכט זיך מיר אויך אז יוסי גרין איז דער וואס האט אריינגעברענגט דעם דייטשן ליד אויף "אידן".

ס'איז מיר אינטערעסאנט צו פארשטיין, פארוואס זאגסטו אז התקבצו און דדא בי זענען שירי עגבים?


נישט יוסי גרין נאר דער אנדערער פארצייטישער אידל דער נאדווארנער אייניקל האט עס אריין געברענגט.

וועגן התקבצו און דדא בי, איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך קוק עס אזוי אן. אפשר די חצפה'דיגע תנועות. בכלל, יוסי גרין'ס ניגונים גייען שטענדיג אויף א הויכער פלאם.