בלאט 1 פון 1
זשורנאל ניוס ארטיקל איבער אידן אין מאנסי
נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 12:39 pm
דורך אברעימל
די וואך זונטאג האט דער זשורנאל ניוס (journal news) א צייטונג אין ראקלענד קאונטי געהאט א לענגערע ארטיקל אונטערן נאמען Ramapo nears breaking point איבער דעם וואוקס פונעם חרדי'שן ציבור אין מאנסי און אלע תוצאות דערפון, ווי צווישן אנדערע שמועסן זיי אויס שריט וואס ווערן גענומען קעגן דעוועלאפערס, די בליק פון אלטגעזעסענע שכנים
(טייל פון זיי גאנץ פאזיטיוו), די
(טונקעלע) געשעפטן פון דעוועלאפערס און נאך.
דא האט איר דעם ארטיקל.
איין אינטערסאנטע זאך וואס קומט אפשר אין שמייכל, איז איבער א גוי וואס וויל בשו"א נישט פארקויפן זיין הויז האט מען אים געאפערט צי קויפן א הויז סיי ווי ער וויל נאר, האט ער געבעטן א הויז אין שיכון סקווירא.
נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 12:48 pm
דורך berlbalaguleh
אברעימל: קודם, א יישר כח פאר דעם גוטן דזשאוק מיט די גוי'טע וואס וויל מופן קיין סקווירא...
לאמיך דא מאכן א פרעדיקשן. און אן עצה טובה, פאר די אלע וועם ס'שטעכט דער אידישער וואוקס אין די גרעיטער מאנסי געגנט. ס'גייט ווערן איין גרויסער פענסי געטא. אזוי ווי ווילאמסבורג, בארא פארק און פלעטבוש צוזאמען. ס'וועט ווערן די ערשטע אידישע מדינה אוועק פון מדינת ישראל. דאמאלס וועלן די אידישע איינוואוינערס זיך דארפן ספראווען מיט אלע טאג טעגליכע פראבלעמען, ווי טרעפיק, סאניטעישן, סאושל סערוויסעס, וכו'. אבער אך און וויי אז מ'וועט דארפן אנקומען צו די טובות פון א טייל פון די פארדארבנ'סטע ברואים אויף דעם פלאנעט...!
נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 6:02 pm
דורך [NAMELESS]
דאס אנלייגן אזויפיל הייזער אויף מעין ראודס איז א געפערליכע עוולה פון די דעוועלאפערס, כ׳בין לעצטענס דורכגעפארן 306 אין מאנסי, כ׳קען ענק איין זאך זאגן, זאל ווען די סטעיט הייסן פשוט אראפווארפן די אלע הייזער זענען זיי 100% גערעכט. ווער רעדט נאך פון לעין ביי מעין סטריט.
ס׳גרוליג ווי געציילטע יחידים טוהן כל מה שליבם חפץ און פיטערן די אנטעסעמיטן מיט גערעכטע טענות.
דערנאך ווען די פעדערל גאווערמענט האט א שלעכט אויג אויף דעם אידישן ראקלענק קאונטי פארשטייט מען נישט פארוואס.
נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 8:56 pm
דורך berlbalaguleh
שלום שטיסל: און ווער שמועסט נאך אז א טייל פון די אימיגראנטן פון געוויסע אידישע געגנטער אין ברוקלין, (שלא כדאי לפורטם) ברענגען נאך מיט זייערע שלעכטע מידות. און פארגרעסערן זיי.
למשל, מיט א פאר וואכן צוריק ביניך אדורכגעפארן דעם רט. . 306. ניין נישט דארט. נאר אויף מעיפל. אין א זונטיג נאכמיטאג. ס'האט זיך געשלענגלט א טרעפיק פון קארס אין ביידע ריכטונגען, ביז וואו די אויג קען זעהן. פלוצלינג זעה איך א מידל עידזש'ד יונגערמאן וועמענ'ס קאר איז געווען אין די פארקערטע ריכטונג וואס איך בין געפארן. ער האט אפגעשטעלט דעם קאר אינמיטן ראוד. נישט א ביסל ביי דער זייט. אן נוצן פלעשערס. און ער גייט ארויס אינמיטן פון די גאס. און ווינקט פאר די טרעפיק פון אקעיגנאיבער אז מ'זאלל זיך אפשטעללן. קודם האביך געקוקט אויב ער האט אפשר אן עמערדזשענסי. ווען כ'האב גארנישט געזעהן, האביך איהם אנגעפיפן און געפארן ווייטער. קוקנדיג אין שפיגל האביך באמערקט ווי ער האט געכאפט א צווייטן קרבן. א תמימות'דיגער דרייווער (א איד אדער א גוי) וועלכער האטציך אפגעשטעלט, און דורכדעם אפגעשטעלט דעם פארקער אויף ביידע זייטן. נישט מער און נישט ווייניגער, ער האט אריבער געקראסט זיין ווייב און זיינע קינדער...! פון ארומפאהרן, און זיך אפשטעללן ווי א מענטש אין די זייט מיט די פלעשערס אנגעצינדן האט ער בכלל נישט געטראכט...! אונז אלע ווייסן פון וועלכע געגנט אין ברוקלין ער האט אימיגרירט...

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 11:56 pm
דורך שמעון וואלף
שלום שטיסל האט געשריבן:דאס אנלייגן אזויפיל הייזער אויף מעין ראודס איז א געפערליכע עוולה פון די דעוועלאפערס, כ׳בין לעצטענס דורכגעפארן 306 אין מאנסי, כ׳קען ענק איין זאך זאגן, זאל ווען די סטעיט הייסן פשוט אראפווארפן די אלע הייזער זענען זיי 100% גערעכט. ווער רעדט נאך פון לעין ביי מעין סטריט.
ס׳גרוליג ווי געציילטע יחידים טוהן כל מה שליבם חפץ און פיטערן די אנטעסעמיטן מיט גערעכטע טענות.
דערנאך ווען די פעדערל גאווערמענט האט א שלעכט אויג אויף דעם אידישן ראקלענק קאונטי פארשטייט מען נישט פארוואס.
כ'פארשטיי נישט פארוואס די גוסט אויס דיין כעס אויף די דעוועלאפערס. זיי זענען דא צו מאכן ווי מער געלט פונקט ווי מיך און דיך. די באאמטע וואס ערלויבן דאס, זיי דארף מען שמייסן. אבער נאך מער קומט זיך פעטש פאר די א.ג. עסקנים וועלכע באקומען א שיינע אפוטיקי פון די דעוועלאפערס און זאגן צו פאר פאליטישענס די אידישע בלאק וואוט טאמער זיי וועלן ערלויבן געדיכטע דעוועלאפמענטס, ומה יעשה הבן שלא יחטא. דערנאך פארשפרייטן די עסקנים ארום און די היימישע זשורנאלן און טעלעפאן ליניעס ווי קריטיש ס'איז צו וואוטן פאר די פאליטישענס וואס וועלן צושטעלן האוזינג, אויך לויפן זיי ארום כאפן חתימות פון אפאר תמימותדיגע רבנים. זיי דערציילן אבער נישט אז די האוזינג וועט געבויעט ווערן אויפ'ן חשבון פון שווערע טרעפיק און פארמיאוסן די שטאט.
באדעם ליין איז אז די דעוועלאפערס טוען וואס די טאון לאזט. די טאון לאזט טון וואס די ציבור וויל. שילדיג זענען די עסקנים וואס פארקויפן פאר די פאליטישענס אז די ציבור וויל דאס
Re: זשורנאל ניוס ארטיקל איבער אידן אין מאנסי
נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 2:32 am
דורך גראף
אז מען זעהט וואס עס טוט זיך איצטער אין מאנסי ווי יחידים מאכען אן א געפערליכע אנטי סעמיטיזים. היות היסטורי ריפיעטס איטססעלף וויל איך וויסן אויב מען קען אפשר אן ווייזן ענליכע ביזנעס פראקטיקן דורך אונזערע היימישע ברודער אין די אלטע היים.
איך ווייס שוין אז עס גיין קומען די מענטשן וואס ווייזן אויף ווי גערעכט די דעוועלאפערס זענען. אבער למעשה מיינען זיי נישט לש'ש נאר זיך און זיי ק**** אויף יעדן.
Re: זשורנאל ניוס ארטיקל איבער אידן אין מאנסי
נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 8:19 am
דורך דעת תורה
ליין מארק טוועין'ס ארטיקל קאנסערנינג די זשו'ס