בלאט 1 פון 1

התעוררי! וועקט אייך אויף.

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 2:02 pm
דורך אברעימל
נעכטן געהערט אן אינהאלטסרייכע אינטערוויו אויף קול מבשר איבער אן ארגאנעזאציע התעוררי וואס וועקט אויף מענטשן אינדערפרי.
דער אינטערוויו ווערט אפגעהאלטן דורך ר' וועלוול שמעלצער און עס איז העכסט אינטערסאנט צוציהערן.
בקיצור זייער ציל איז נישט נאר אויפוועקן, נאר זיכער מאכן אז מען בליייבט אויף, און אויף דעם איז איינגעשטעלט א דרייפאכיגן סיסטעם.
איינס - די ערשטע זאך ווען זיי וועקן פרעגן זיי א שאלה וואס מ'דארף טראכטן צי קענען ענטפערן (למשל 25X64) וואס דאס וועקט אויף.
צוויי - נאך צוויי מינוט פרעגן זיי א שאלה וואס מ'דארף ארויסקומען פון בעט צי קענען ענטפערן (למשל וויפיל פסוקים איז דא ביז שני).
דריי - נאכדעם וואס מ'איז גרייט צב"ש אנגעטון אדער ארויס פון שטוב, רופט מען אריין צום סיסטים און מ'לאזט א הודעה אז מ'איז גרייט.

פאר מער הערט די אינטערוויו אויף קול מבשר ביי די לאנגע אינטערוויוס 3-1 נומער 1516#.

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 2:08 pm
דורך הוגה
עס קאסט געלט? וויפיל?

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 2:21 pm
דורך אברעימל
יא, 25$ א וואך.

Re: התעוררי! וועקט אייך אויף.

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 2:47 pm
דורך גראף
ביטע שיקט אריין מקורות פון ספה''ק וואס ברענגן גרויסע זאכען דערוועגן.

למעשה פאר א פעיפער וואס עס שטערט די שלום בית מיט פרנסה לוינט זיך צו צאלן $25 א וואך.

Re: התעוררי! וועקט אייך אויף.

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 3:30 pm
דורך [NAMELESS]
https://play.google.com/store/apps/deta ... leepIfUCan

Sent from my SM-G930T using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 5:08 pm
דורך שמעקעדיג
זיי מאכן זיכער אז מען גיסט אפ נעגל וואסער בעפאר? און מען זאגט מודה אני?

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 5:28 pm
דורך אברעימל
זיי געבן צייט צי ענטפערן די ערשטע שאלה, און בשעת מעשה שפילט ניגונים וועגן אויפשטיין אדער עבודת הבורא וכדו'.

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 5:30 pm
דורך [NAMELESS]
די אלע עצות איז נישט צום זאך ווייל מקען פארלעשן דעם טעלעפוין. ס׳קען דיר נישט ארויסצווינגען פון געלעגער, אזוי אויך מיט רוב אנדערע אלארעם וועקערס.

לעצטענס האב איך געטראפן א עפפ מיטן נאמען KIWAKE, דער עפפ נעמט איבער קאנטראל פון דיין טעלעפוין, קענסט נישט אויסלעשן די טעלעפוין אדער אראפריקן די וואליום, ביז די טוסט געוויסע טעסקס, ווי סקענען א פריער באשטימטע בילד וואס מקען אנשטעלן פארדעם ווי ווייט דער בילד זאל זיין פון בעט, זיי האבן אויך עטליכע אנדערע אינטערסאנטע איידיעס, בקיצור ס׳איז נישט מעגליך צו בלייבן שלאפן, קיין שום סנוז קנעפל גייט נישט ארבעטן, און מקען נישט פארלעשן די אלארעם אויף קיין שום וועג, ועל הכול כמדומה לי איז עס בחינם.

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 5:40 pm
דורך אברעימל
אודאי נישט, ס'איז געמאכט פאר די וואס נוצן דעם סנוז קנעפל ווייל זיי דארפן "נאר נאך פינף מינוט שלאף", פאר זיי קען עס העלפן ווייל עס מאכט זיכער אז מען איז פולשטענדיג אויף, און נאכדעם לייגט מען זיך נישט אזוי שנעל צוריק.
חוץ מזה האבן זיי א פראגראם מיט פוינט'ס געוואנדן לויט ווי שנעל מ'שטייט אויף, און איין מאל א חודש איז דא א גורל וואס דער געווינער באקומט א מתנה געוואנדן לויט וויפיל פוינט'ס מ'האט.

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 6:05 pm
דורך [NAMELESS]
חאזעריי צו בעטן דערפאר 25$ א וואך.

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 6:50 pm
דורך שמעקעדיג
שלום שטיסל האט געשריבן:די אלע עצות איז נישט צום זאך ווייל מקען פארלעשן דעם טעלעפוין. ס׳קען דיר נישט ארויסצווינגען פון געלעגער, אזוי אויך מיט רוב אנדערע אלארעם וועקערס.

לעצטענס האב איך געטראפן א עפפ מיטן נאמען KIWAKE, דער עפפ נעמט איבער קאנטראל פון דיין טעלעפוין, קענסט נישט אויסלעשן די טעלעפוין אדער אראפריקן די וואליום, ביז די טוסט געוויסע טעסקס, ווי סקענען א פריער באשטימטע בילד וואס מקען אנשטעלן פארדעם ווי ווייט דער בילד זאל זיין פון בעט, זיי האבן אויך עטליכע אנדערע אינטערסאנטע איידיעס, בקיצור ס׳איז נישט מעגליך צו בלייבן שלאפן, קיין שום סנוז קנעפל גייט נישט ארבעטן, און מקען נישט פארלעשן די אלארעם אויף קיין שום וועג, ועל הכול כמדומה לי איז עס בחינם.

שטיסל דער פראגראם איז געווידמעט פאר די וועלכע האבן נישט קיין עפפס....

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 8:15 pm
דורך berlbalaguleh
גראף האט געשריבן:ביטע שיקט אריין מקורות פון ספה''ק וואס ברענגן גרויסע זאכען דערוועגן.

למעשה פאר א פעיפער וואס עס שטערט די שלום בית מיט פרנסה לוינט זיך צו צאלן $25 א וואך.

גראף: פאר אזעלכע כראנישע פעיפערס פלעגט מען אמאל ניצן א טעפל מיט וואסער. דער משגיח אין זומער קעמפ ווען איך בין געווען א יונגל האט געניצט אט דעם מעטאד. און ס'האט געהאלפן. ווייל נאכדעם וואס איינער באקומט א קיצל פון א קאלט טעפל וואסער, קען ער שוין נישט פארבלייבן אין בעט... :lol: :o

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 8:19 pm
דורך קורקלענד
ר בערל: משגיח און ווייב איז צוויי אנדערע וועלטן.

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 8:19 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:זיי מאכן זיכער אז מען גיסט אפ נעגל וואסער בעפאר? און מען זאגט מודה אני?

אויף צו ענטפערן שאלות פון חומש וואס מ'דארף נאכקוקן, מייניך אז מ'דארף זאגן גאנץ ברכת התורה.. עכ"פ ביז נאך די ברכה פון אשר בחר בנו מכל העמים...!

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 8:20 pm
דורך berlbalaguleh
קורקלאנד: איך האב נאר געברענגט דא היסטארישע פאקטן. נאר ווער ס'האט א קלוגע ווייב, קען היינטיגע צייטן אויכעט באקומען דעם טריעטמענט... :lol: :roll:

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 12:15 am
דורך וואלווי
שלום שטיסל האט געשריבן:חאזעריי צו בעטן דערפאר 25$ א וואך.


זעט אויס איינער וואס קען נישט שלאפן וועגען דאגת הפרנסה איז אויף געקומען מיט דעם געדאנק. יעצט וועט ער שלאפן רואיג און די וועסט זיין אויף...

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:49 pm
דורך אברעימל
העיקר שכחתי - דער נומער זיך איינצושרייבן צום התעוררי פראגראם איז 559-670-1881. אויך קען מען דארט הערן דער אינטערוויו דורך ר' וועלוול.