בלאט 1 פון 1
סי איי עי ניצט רוסלאנד צו האקן טראמפ
נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:49 am
דורך אישתישבי
אין א איראנישע טוויסט האט דער סי איי עי ארויסגעגעבן א סינאפסעס צו אכט קאנגרעסלייט וואס דארט שטייט כלומרשט זאכען וואס רוסלאנד האט אין זייער אייגענטום, וואס זיי קענען מיט דעם בלעקמעילען טראמפ.
ד.ה. אז דאס וואס רוסלאנד האט געהאט קעגן היללארי איז נישט וויכטיג, נאר די פאר נארישע אנקלאגעס וואס רוסלאנד האט קעגען טראמפ לייגט אריין גאנץ אמעריקע אין א סכנה.
מצד אחר טענה'ט דער סי איי עי אז טראמפ האט געארבעט מיט רוסלאנד דורכאויס די עלעקשאן, און זיך געטראפן אין פראג.
מעיק אפ יור מיינד.
פארשטייט זיך אז דראדזש טענה'ט, אז דער סי איי עי ציטערט עס וועט קלאר ווערן אז זיי האבן געהעקט היללארי, לייגן זיי עס אויף רוסלאנד. נו, קאנספיראציע.
אבער דער עיקר חידוש איז ווי טאלאנטפול די סי איי עי איז. אויב זיי קענען נישט אליין באשמוצן טראמפ, נוצן זיי רוסלאנד צו קענען פאבריצירן גאלדענע טענות אויף טראמפ. והמבין יבין.
Re: סי איי עי ניצט רוסלאנד צו האקן טראמפ
נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 8:24 am
דורך דעת תורה
וואס רוסלאנד האט געהאט קעגן הילערי האבן זיי נישט גענוצט איר צו בלעקמעילען, נאר צו פאקטיש באשמוצן. (כאטש עס קען זיין אז זיי האבן פרובירט איר צו בלעקמעילען בעפאר, און ווי אן אחריות'דיגע שטאטספרוי האט זי זיי העלדיש אפגעווארפן, און געלאזט ענדערש זיי זאלן ארויס געבן די מורא'דיגע 'סחורה' אויף איר).
נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 9:28 am
דורך איסר האטלקי
דעת תורה האט געשריבן:וואס רוסלאנד האט געהאט קעגן הילערי האבן זיי נישט גענוצט איר צו בלעקמעילען, נאר צו פאקטיש באשמוצן. (כאטש עס קען זיין אז זיי האבן פרובירט איר צו בלעקמעילען בעפאר, און ווי אן אחריות'דיגע שטאטספרוי האט זי זיי העלדיש אפגעווארפן, און געלאזט ענדערש זיי זאלן ארויס געבן די מורא'דיגע 'סחורה' אויף איר).
קיין צווייטע ברירה האט זי דאך נישט געהאט. זי איז דאך געווען בלויז א קאנדידאטקע. ווארים טראמפ איז א פרעזידענט ערוועלט, אויב זאל אויף אים זיין סחורה (אדער וועט רוסלאנד אפילו בלויז קענען דערשרעקן דעם טראמפ) קען עס שאטן אין גרויסן פאר אמעריקע.
וואס די סי איי עי טענה'ט איז אז איצט איז קלאר וואס רוסלאנד האט געוואלט די גאנצע צייט מיט'ן ערוועלן טראמפ, פילייכט אויף אים האבן זיי דאך סחורה און אים וועלן זיי קענען פירן ביי די נאז דערמיט, דעריבער האבן זיי ארויסגעשטויסן הילערי'ן.
נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 9:55 am
דורך שלום על ישראל
כ'פארשטיי נישט וואס די חידוש דא איז. גלייך ווען כ'האב נעגטן געליינט די אויפדעקונג, איז מיר אלעס קלאר געווארן.
טראכט אריין. אויב דו ביסט דער רוס און די האסט גענוג-גוטע סחורה צו האלטן טראמפ ביי די קארג, וואלסטו נישט געוואלט אין זעהן אלס אמעריקאנער פרעזידענט? אנשטאט קענען קאנטראלירן א רייכע אמעריקאנער מעניאק, וועלען זיי קענען קאנטראלירן דער אמעריקאנער פירער!
דערפאר פארשטייט מען שוין אויך טראמפ'ס נער'ישע חנופה צו פוטין, וואס איז ווייט נישט זיין שטייגער.
נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:24 am
דורך איסר האטלקי
האלסטו טאקע אז זיי האבן סחורה אויף אים? זיי דרייען סתם א קאפ.
אדער איז עס ניטאמאל זיי ווי אויבנדערמאנט די סי איי עי איז גאר אויפגעקומען דערמיט צו דרייען די בויך פון אלע רעפובליקאנער אין לאנד.
און אויך א וועג אז טראמפ זאל אויפהערן פארפירן אז רוסלאנד האט נישט געהעקט די וואלן....
דאס אלעס. אודאי אז רוסלאנד גייט עס גוט אויסנוצן, אבער קיינער זאל זיך נישט אנרעדן אז זיי האבן טאקע עפעס.
נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 1:05 pm
דורך שלום על ישראל
איסר האטלקי האט געשריבן:האלסטו טאקע אז זיי האבן סחורה אויף אים? זיי דרייען סתם א קאפ.
אדער איז עס ניטאמאל זיי ווי אויבנדערמאנט די סי איי עי איז גאר אויפגעקומען דערמיט צו דרייען די בויך פון אלע רעפובליקאנער אין לאנד.
און אויך א וועג אז טראמפ זאל אויפהערן פארפירן אז רוסלאנד האט נישט געהעקט די וואלן....
דאס אלעס. אודאי אז רוסלאנד גייט עס גוט אויסנוצן, אבער קיינער זאל זיך נישט אנרעדן אז זיי האבן טאקע עפעס.
דו האלסט טאקע אז די סי.איי.עי. גייט זיך צושמירן די הענט מיט פאליטישע חזר'יי? היפש קאנספיראציעטאריש.
פאקטיש האט טראמפ אפיציעל געזאגט אז ער גלייבט שוין אז די רוסן זענען געשטאנען אונטער די העקעריי (
מקור)
נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 1:23 pm
דורך [NAMELESS]
טראמפ האט היינט צוגעגליכן די סי איי עי צו די נאצי'ס ימ"ש.
נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 1:27 pm
דורך קורקלענד
בן אדם האט געשריבן:טראמפ האט היינט צוגעגליכן די סי איי עי צו די נאצי'ס ימ"ש.
ער האט סך הכל געזאגט אז זיי טוען מעשים וואס די נאציס האבן אויך געטוען.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 5:04 pm
דורך קאמענטירער
די נייעס טשאנק איז מיר זייער בלוירי און קאמפלעצירט אבער איך וויל נאאר ארויבסרענגען מיין הארבסטע קשיא: רילי?! איז נאך עפעס פארהאן א שטיקעל נייעס אדער לשון הרע וואס זאל שאטען פאר טראמפ? ער האט דורעכגעמכט אלע סקאנדאלען און פונקט די רוסישע אינפא זאל זיין שעדליך פאר אים? וואס קען אים שוין שאטען ??
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 5:13 pm
דורך אברעימל
יעצט אז ער איז שוין (כמעט) פרעזידענט, איז אים וויכטיגער צו היטן אויף זיין אימעזדש.