בלאט 1 פון 2

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 12:56 pm
דורך קאצקע ציקער
Wow
הייליגע רייד

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 12:58 pm
דורך ווייל אזוי
זייער שיין און קלאר ארויסגעברענגט.

העניך האט געשריבן:און עס רייסט ביים הארץ אז אונזערע קינדער זענען די קרבנות פון אט דער מאניפעסטאציע פון טפשות און שלעכטיגקייט.


דו דארפסט פארשטיין אז ס'איז די ערשטע מאל וואס כלל ישראל דיעלט מיט אזא פראבלעם, און די רבנים ווייסן נאכנישט ווי אזוי מ'דארף דיעלן מיט דעם .
אונזער דור איז יעצט אויף טריי-אוט און אין 10 יאר ארום וועט מען טוישן די גאנג.
ס'איז נאר צייטווייליג.

Re: וועלקאם צו רעאליטעט: מיר זענען השומרים קארטלעך

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 1:03 pm
דורך נעגעל וואסער
שטארקע, אמת'ע און ווייטאגליכע דיבורים.

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 1:06 pm
דורך קאצקע ציקער
די שומרים קארטלעך וואלטן געדארפט נאר ארויסברענגען דעם גנות פון א סמארטפון און דאס קען איך פארשטיין . אבער אז זיי זאלן מאלן בילדער פון "טאטעס" האלטן דעם סמארטפון אז די קינדער זאלן מיט דעם אראפקיקן עדאלטס און די עלטערן דאס איז א עון בל יכופר און ס'טוט גארנישט אויף!!

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 1:20 pm
דורך [NAMELESS]
מאכטס איבער די זעלבע בילדער, נאר מיט א פליפ פאון...

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 1:24 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווען איך בין געווען א קינד, האט מען געשפילט מיט קארטלעך פון פארשידענע נושאים: הל׳ ברכות, משניות פון ש"ס. היינט איז דא אויבער-חכם מיט וויפיהל הצלה מעמבערס האבען ביפערס אין ביתר עילית. דאס קען איך מעיד זיין אז קיין שום הלכה אין הל' ברכות האב איך נישט געלערנט פון די קארטלעך. ס'גייט פשוט נישט אריין אין קאפ.

דאס איז די נחמה מיינע היינט. די קינדער ליינען ניטאמאל וואס ס'שטייט אין די קארטלעך, ס'איז סתם א שפילצייג.

איך האב פארגעהאלטען א פאר טאטעס היתכן זיי לאזן זייערע קינדער שפילן מיט אזעלכע שמוץ. זייער ענטפער איז געווען, מיט קעלבערנע אויגן, אז דאס איז סתם א שפיל, זאלן זיי שפילן. נישט דער טאטע און נישט די קינדער האבען זיך באמיהט צו קוקן וואס ס'שטייט דארט. "ס'איז בעסער ווי אנדערע זאכן מיט וואס זיי קענען שפילן".

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 2:01 pm
דורך שמעקעדיג
ליטוואק, דער נחמה איז באמת א פורתא, דער פראבלעם איז נישט אזוי ווייט אונזערע קינדער, דער פראבלעם איז מיט די א.ג. "מחנכים" וועלכע די ציהל הייליגט אלע מיטלען, רח"ל.

העניך, איך מוז מחולק זיין אביסל. מיר זענען "נישט" השומרים. מיר זענען אידן וועלכע ווייטאגן אויפ'ן חורבן, ואין לאל ידינו צו טון עפעס דערוועגן, נאר עס צו שלינגען און זיך דערשטיקן דערמיט.
אודאי אינדערהיים רעדט מען צו די קינדער אנקטעגן דעם, מען לערנט אויס דרך ארץ, עד כמה שידינו מגעת. אבער אין פובליק ליידער מוז מען זיך פארמאכן דאס פיסקל.
אפילו די רבנים קען מען נישט בלעימען. זיי זענען פונקט אזוי געפאנגען ווי אונז. נאר די עקסטרעמיסטן וואס פירן אלעמאל אויס, הן המה היו בעוכרינו.
גענוי ווי דו וועסט נישט באשולדיגן די צפון קארעא גולאג ארעסטאנטן און הייסן זיי זאלן זאגן הויך 3 מאל "מיר זענען צפון קארעא", אזוי קענסטו אונז אויך נישט באשולדיגן, לענ"ד.

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 2:11 pm
דורך [NAMELESS]
אויפן PDF שטייט 'אייוועלט', ס'איז געווען דארטן?

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 2:15 pm
דורך טאמבל סאס
היינט גיבט מיך עמיצער דאס. אן אויסצוג פון א טעקסט געגיבן אלס טייל פון א קאלעדזש אסיינמענט פאר סטודענטן. אומגלויבליך ווי ווייט אפגערוקט מיר זענען פון די מערב וועלט.
אין סומערי זאגט ער אז טעכנעלאגיע האט צוויי זייטן צום מטבע. גערעכט, עס האט אריינגעברענגט די ארבעט אינדערהיים, אבער ס'האט אויך אריינגעברענגט דערהיים אינדערארבעט.. ממש א מחיה, ניין?

--

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:33 pm
דורך moshav zekeinim
שמעקעדיג האט געשריבן:
העניך, איך מוז מחולק זיין אביסל. מיר זענען "נישט" השומרים. מיר זענען אידן וועלכע ווייטאגן אויפ'ן חורבן, ואין לאל ידינו צו טון עפעס דערוועגן, נאר עס צו שלינגען און זיך דערשטיקן דערמיט.
אודאי אינדערהיים רעדט מען צו די קינדער אנקטעגן דעם, מען לערנט אויס דרך ארץ, עד כמה שידינו מגעת. אבער אין פובליק ליידער מוז מען זיך פארמאכן דאס פיסקל.
אפילו די רבנים קען מען נישט בלעימען. זיי זענען פונקט אזוי געפאנגען ווי אונז. נאר די עקסטרעמיסטן וואס פירן אלעמאל אויס, הן המה היו בעוכרינו.
גענוי ווי דו וועסט נישט באשולדיגן די צפון קארעא גולאג ארעסטאנטן און הייסן זיי זאלן זאגן הויך 3 מאל "מיר זענען צפון קארעא", אזוי קענסטו אונז אויך נישט באשולדיגן, לענ"ד.

מיר זענען נישט אין צפון קארעא און מיר מוזן זיך נישט פארמאכן דאס פיסקל. עס איז אין אונזערע הענט. עס דארף איינער צוזאמענשטעלן חתומות פונעם ציבור און צייגן אז מיר זענען נישט מסכים צו אזא התנהגות מער.

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:39 pm
דורך שמעקעדיג
moshav zekeinim האט געשריבן:עס איז אין אונזערע הענט. עס דארף איינער צוזאמענשטעלן חתומות פונעם ציבור און צייגן אז מיר זענען נישט מסכים צו אזא התנהגות מער.

נו נו, ווילסט זיין דער איינער??

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:42 pm
דורך קאצקע ציקער
פונקט געזאגט פאר א חבר לעצטענס פארוואס טאקע געווינען די עקסטרעמיסטען? די תירוץ איז אז די עקסטרעמיסטען געווינען אייביג ווייל איינער וועט זיך נאר אנרופן אנדערש ווי זיי וועט ער גלייך ווערן פארשריגן אלטץ אן אפיקורס אויפגעקלערט משכיל וכו'

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:50 pm
דורך טאמבל סאס
ניין, די עקסטרעמיסטן געווינען ווייל דו ביסט נישט אן עקסטרעמיסט. זיי אויך איינס. (בלי אלימות כמובן)

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 4:19 pm
דורך moshav zekeinim
אודאי מיט אלימות, וואס דען. עם אלים תתאלם.

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 4:34 pm
דורך moshav zekeinim
שמעקעדיג האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:עס איז אין אונזערע הענט. עס דארף איינער צוזאמענשטעלן חתומות פונעם ציבור און צייגן אז מיר זענען נישט מסכים צו אזא התנהגות מער.

נו נו, ווילסט זיין דער איינער??


האסט מיר געכאפט ביים ווארט. דער איינער דארף זיין א פלייסיגער מענטש וואס טויג צו די זאכן. גראדע מיין איך אז דו שמעקעדיג טויגסט בעסער צזאמצונמען דעם קהל.

דער ערשטער זאך דארף מען אן אויפקלערונגס בריוו צום ציבור.
נומער צוויי א נוסח אויף וואס מען חתם'ט.
דריי, אויסשטעלן דעם פעטיציע צעטל אויף א שיינער אופן
פיר, איינער וואס זאל אונטערנעמען דאס קלויבן די חתומות.
פינף, מפרסם זיין חתומות ברבים.

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 4:42 pm
דורך moshav zekeinim
א פשוט'ערער וועג איז צו הענגען צעטליך בריש כל חוצות אז מיר זענען דערקעגן.
דעם צעטל זאל מען א נאמען געבן למשל "לעקור הקוצים בכרם בית ה'. אדער להחזיר עטרה ליושנה.
מיר דארפן ווייזן אז מיר גייען בשום אופן מער נישט צו לאזן דער הפקירות.

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 5:09 pm
דורך טאמבל סאס
moshav zekeinim האט געשריבן:אודאי מיט אלימות, וואס דען. עם אלים תתאלם.

מ'קען מיינען וואסי דאס? א פראנצויזישע רעוועלוציע? א באלשעוויק איבערקערעניש? א טיבעטן אויפשטאנד? דו רופסט דאס ליידן? דו רופסט דאס אלימות? קאמאן. מערסטע אלימות ביסט בארעכטיגט איז אויסטיילן ליפלעטן, אנשפייען אפאר מענטשען און זיך שטעלן שרייען שייגעץ ארויס אין פראנט פון דער רעבעס הויז.

אויפהערן צדקה געבן (און נעמען ;) ) פאר די אלע 'צוועקן' און קיינמאל נישט באצאלן אדער פארדינען 'נישט אינדערוואכן געשריבן' איז שוין עפעס וואס דו קענסט אנהויבן מארגן צופרי פון שחרית.

"זיי דער טשעינדזש וואס דו ווילסט זעהן אין אנדערע" פון דער עקסטרימיזם האב איך גערעדט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 5:29 pm
דורך moshav zekeinim
וואט עווער ווארקס.

וואס מאכט דא אויס דער צושטעל צו א פראנצויזישער רעוואלוציע. עס איז א פאקט אז מענטשן ליידן פון דעם סיסטעם, טייל מענטשן גאר שטארק.

איך בין שוין לאנג דער טשעינשז וואס איך וויל זעהן אין אנדערע (גראדע נישט קיין עקסטרעמער טשזעינדזש), איך האב אבער באצאלט דערפאר מיט מיינע קינדער און מיין פארמעגן.

ווען מען איז מתיר איינעם'ס בלוט דארף מען שוין נישט קיין גאן, מען דרייט אזוי אן אז די זאך פארט שוין פון זיך אליינס. דאס פאסירט ליידער גאר אפט (לאו דוקה צו אפיקורסים).

ביז דער מינוט וואס איך בין אריין געפאלן אין די חרדישער אנדרייער נעץ בין איך געווען אן אויסעשפראכענער קעגנער פון די אלע וואס רעדן שלעכטץ אויף חרדים, ווייל איך האב נישט געכאפט וויאזוי זיי נעמען איינעם פלוצלינג אויפן צימבל. צום גאס וועט נאר אנקומען אז דער קרבן האט עפעס מיט די נערוון, שלום בית פראבלעמען, פרנסה פראבלעמען, אדער גאר געזונט פרבלעמען, צום גאס וועט נישט אנקומען וואס עס ליגט אונטער דעם.

אויף עברית זענען דא וואס רופן דאס "הנשק של צרופי מקרים". מען גיט דיר א ווארף אריין אין אן אומבאקוועמער מצב וואס פון דארטן וועלן שוין פערצופאלס דיך אטאמאטיש פירן אין דער ערד. מען קען עס אויך רופן דאמינא עפעקט. דאס איז א גאר אלטער געווער.

דאס איז ליידער גאר אן אפטער ערשיינונג.

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 6:06 pm
דורך טאמבל סאס
די חילוק איז צי מ'מיינט נקמה אדער קנאה, וואס העלפט נישט נאר איז גורם מער ליידן. וואט עווער דאזנט ווארק. אדער האסטו נישט דער 'ווארק' אינזינען.

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 6:16 pm
דורך moshav zekeinim
איך האב אינזינען אז עס זאל ארבעטן. אריין ברענגען א רוח החירות, די תאוות השוליטה והקצוניות זאל וואס ווייניגער קענען צו'חרוב'ן אינדיווידועלע לעבן'ס.

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 6:31 pm
דורך טאמבל סאס
אבער אפשר ליגט דא די הינט באגראבן. אויב ביסטו אמאל געווען א סטאונטש קעגנער פון אזעלכע וואס רעדן געגן חרדים כאטש סאיז שוין זיכער דאן געווען גענוג סיבות פארוואס מספק צו זיין, איז דאך פשט אז "וואס אימער דו גלייבסט אין", ביסטו אויסגעשפראכן בלי צל ספק. מאכט דיך דאס נישט באזארגט אולי איז דיין יעצטיגע אויסגעשפראכנקייט א אפשפיגלונג פון דיין אלטע אויסגעשפראכנקייט?

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 6:49 pm
דורך moshav zekeinim
דו קענסט אזוי אטקירן יעדן וואס טוישט נאר א מיינונג.

איך בין גראדע נישט געווען אמאל א קנאישער לוחם לטובת חרדיזם אזויווי איך בין היינט קעגן, איך בין געווען אזא שטייגער ווי @כוכב, @שמעקעדיג וכדו'. ווען איך בין געוואויר געווארן וואס מען קען טון מאחרי הקלעים בדרכי ערמה, האב איך פשוט געזעהן א נייער מציאות, די אלע בוכער וואס באקלאגן זיך אויף חסידים האבן זיך אנגעהויבן צו הערן מציאות'דיג, אז מען רעדט פון בלוט און פלייש וואס האבן שטארקע ווייטוגליכע טענות. מיין פרשה צוזאמען מיט אנדערע פרשות וואס איך האב מיטגעהאלטן האט מיר געברענגט צו ווערן א קנאי קעגן א סיסטעם וואס טוט בערמה אזויפיל ווייטוג ברענגען צו אזויפיל מענטשן, אלעס מיט אזא אומשולדיגע גלאטקייט, ואין גואל לדמם.

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 7:03 pm
דורך moshav zekeinim
אבער טאמבל סאס, טאמער האלסטו ביים רעדן אזוי ארויס פון פראפארציע, איז א שאד יעדער ענטפער. פראביר ענטפערן לענין.