שומרים קארטלעך - דעבאטע אין די מאמענט
נשלח: מוצ"ש יאנואר 14, 2017 10:45 pm
[justify]דערנאך וואס די וואך איז ארויסגעקומען די טעלעפוין קאלל צו הצלה פון די אווערנעס מעשה מיט וואס דער מאמענט שטורעמט שוין פאר אפאר וואכן, און ווען מ'שטעלט צוזאם דעם קליפ מיט דעם טעלעפוין רוף זעהט מען אז ס'נעמט בערך איין מינוט ביז ווען מ'האט גערופן הצלה, וואס דערמיט צופאלט די גאנצע סענזאציע וואס האט געדארפט דינען א ציל צו ברענגן פעים פארן מאמענט, (כאטש זיי פרובירן צו פארענטפערן אז ס'קען זיין אז עפעס א פרוי האט גערופן און קיינער האט נישט געוואוסט) האבן זיי די וואך אינטערוויוט די ארויסגעבער פון די השומרים קארטלעך, א נייע מהלך צו האבן א גוטע קאווער סטארי. כאטש רוב רובו פון כלל ישראל איז דערקעגן, אפילו אזאנע וואס פארמאגן נישט קיין סמארטפאונס, אין וויזניץ איז עס אסור, (א פאקט וואס יעדע וויזניצע חדר אינגעל דערציילט, דער בעל השומרים קארטלעך לייקענט עס אין די ארטיקל) דער ארויסגעבער פון די קארטלעך איז אליין מודה בטעות אין דעם ארטיקל ווי זייערע כלומרשטע רבנים וואס געבן א השגחה אויף די קארטלעך האבן מודה געווען אויף מיסטעיקס וואס זיי האבן געמאכט, דאך האט דער מאמענט געפילט פאר ריכטיג צו פיטערן כלל ישראל מיט דעם ארטיקל.
לאמיר געבן א לויף דורך די ארטיקל בקיצור, ער הייבט אן אז אפילו טייל זענען ברוגז דערויף דאך זעהט יעדער די הומער. ס'דארף ארויסגעברענגט ווערן אז איך זעה אינגאנצן נישט קיין הומער דערין, איז דא איינער וואס זעהט הומער אין די קארטלעך? איך זעה ארטיסטישע בילדער וואס איז הומאריסטיש אבער דאס באלאנגט צו די מחניים ביכלעך פון די דערציילונג פון צדיקים סעריע, די קרעדיט באלאנגט דארט וואו ס'באלאנגט.
וואס האט איר געמיינט ווער געבט ארויס די קארטלעך? עימיצער וואב טוט עפעס מיטן טאג? אן ווארטן פאר אייער ענטפער לאמיר כאפן א בליק וואס זיי שרייבן, און זיי לייגן דערמיט אראפ די יסוד פארוואס די קארטלעך קומען בכלל ארויס, די ארויסגעבער זענען כולל אינגעלייט, דא האב איך געגעבן אזא אטעם אההה... יעצט פארשטיי איך... אין אנדערע ווערטער זיי ארבעטן נישט און דריקן קארטלעך. אויף די ריכטיגע שפראך, נישט ארבעט און נישט כולל, דאס וואס ביי מיר הייסט א ריכטיגער ליידיגייער, זיי רופן זיך בני תורה, ווי ס'קומט קארטון דרוקער צו בני תורה ערקלערן זיי נישט, ווי מיר אלע שטעלן זיך פאר גיי מיר אונז סמארטפאון באניצער חתונה מאכן זיינע קינדער, ווייל ער איז דאך א בן תורה, ער דריקט קארטונען און טרייבט שפאס פון די מעשוגעים וואס ארבעטן, אדער פון די נעבעכדיגע וואס ארבעטן נעבעך.
דערנאך ברענגן ער ארויס אז בערל טויבער איז פון די שטארקע שטיצער. בערל טויבער איז א זון פון עזריאל טויבער, זיי מאכן די שלהבת שבתים וואס איז קאפירט פון די אידישיסטישע סארט שבת קאנווענשאנס, ביי אונז ארטעדאקסישע אידן האט מען אייביג געוויסט אז שבת ברויך מען זיין אינדערהיים מיט די קינדער, דאס גאנצע געדאנק פון מאכן די סארט צוזאמקומען קומט פון די פורקי עול וואס האבן נישט געוואלט זיין אנדערשט פונעם גוי, חוץ די פאקט אז די צניעות דארט איז נישט אויסגעהאלטן, איך דארף אייך נישט זאגן וויאזוי דאס קוקט אויס שבת אין א האטעל, מ'שפאצירט קאפעלס גאנץ שבת אין די זעלבע ד' אמות, קיין שמירת עיניים איז בכלל נישט שייך, ווער רעדט נאך פון די דרשות, זיצן מענער מיט פרויען און הערן ספיעטשעס צוזאמען, כאטש ס'איז דא א מחיצה ווערט דאס אבער א געלעכטער צוזאמען, בקיצור אט דער בערל טויבער שטיצט שומרים קארטלעך, גוט מארגן אמעריקא.
דערנאך ברענגן זיי ארויס די מיסטעיק וואס זיי האבן געמאכט מיט זייער ערשטער קארטל וואס איז טאקע נישט געווען אויסגעהאלטן און בערל טויבער האט זיי דאס געזאגט, צוביסלעך זעהן זיי איין דאס אמת, די מציאות פראסקעט אין פנים, דער גאנצער ארגענעזאציע האט זיך אנגעהויבן אומ'אויסגעהאלטן לויט זייער מיינונג. נאך א אינטערסאנטע אנעקדאט, זיי שרייבן אז די קארטלעך וואס ווערן די מערסטע אויפגעכאפט איז די וואס זיי קאפירן פון די מחניים ביכלעך, דאס ווייזט אויף די ווייניג געלונגענקייט וואס זיי זעלבסט פארמאגן.
אויך שרייבן זיי ווי זייער דיין רבי שמעון יואל וויינבערגער (וואס טראגט דער נאמען דיין ווייל ער איז א ברודער פון א דיין) האט זיי געגעבן א הוראה מער נישט ארויסצוגעבן קארטלעך וואס מאכן א טיילונג פון טאטע און קינד, דא זענען זיי מודה אויף נאך א מיסטעיק וואס זיי האבן געמאכט, און נישט מיר נישט דיר זענען זיי דא מודה אויף די מיסטעיק פון זייער גאנצער וועזן וואס איז געבויעט אויף חוצפה, און יעצט גייט מען שוין נישט שרייבן קעגן טאטעס אבער די חוצפה גייט מען ווייטער פיטערן נאר מיט כשר'ע חזיר פיסלעך, די קארטלעך איז דאך געמאכט צו געבן פאר עלטערע וואס הייסט מ'גייט מער נישט צולאזן קיין חוצפה? דער בעל השומרים קארטלעך איז אזוי צעמישט מיט זיין מיינונג, כאטש דא שרייבט ער קעגן דאס חוצפה וואס די קארטלעך ברענגט פארטיידיגט ער די חוצפה אביסל פריער אין די ארטיקל און ער ברענגט א היתר דערצו פון וואזנער פון לאנדאן מיט דעם דערמאנטער בערל טויבער וואס מאכט געמישטע ראמאנטישע שבתים אין האטעל'ן, און אויך אביסל שפעטער אין די ארטיקל שרייבט ער אז ער גייט ארויסגעבן א קונטרס וואס איז מברר אז ס'איז יא א גוטע זאך אז קינדער זאללן עס געבן פאר עלטערע.
זיי שרייבן אויך אז וואזנער פון לאנדאן בעקט זיי, אינטערסאנט אז ווער עס קען דעם וואזנער ווייסט אז ער האט נאר באקומען זיין דיינות פאסטן ווייל ער טראגט דעם נאמען וואזנער, יעצט עפעס זייט זייין זיידע לעבט שוין נישט רעדט מען שוין פון אים פארשיקן, נאך אביסל און ער ווערט צוריק א שיסטער, ער מאכט לעצטענס העדליינס מיט אלע אומבאטעמטע נושאים מיט וואס א געהעריגע רב אידענטיפיצירט זיך נישט דערמיט, לכאורה וויל ער אז נאכן ווערן אויס דיין זאל מען אים געדענקן אלץ עימיצער וואס האט אמאל פארמאגט א רבנישע לעדדערהעד, מר וואנער, לאמיר זעהן עפעס א קנאקעדיגע תשובה להלכה, דאס וועט מען סך מער געדענקן.
אביסל שפעטער שרייבן זיי אז סטאלינע רבי האלט עכט פונקט ווי זיי, ס'איז נאר דא אפשר א דקות'דיגע חילוק, איי ס'איז דא די דרשה ווי סטאלינע רבי זאגט אנדערשט, טענהט ער אז ער האט געהערט די דרשה פינף מאל און סטאלינע רבי האלט פונקט ווי אים מיט ראבינאוויטש וועגן די אינטערנעט, נו גיי טענה דיר אז איך האט אויך געהערט סטאלינע רבי דרשה...
כאטש זיי פרובירן זיך ארפאצומאללן אלץ דורכגעטראכטע אידן ווייזן זיי עטליכע מאל אן משך די ארטיקל ווי זיי ציען צוריק מיט רוב פון זייערע שיטות שוין נאכן עס טוהן למעשה, איך דארף ענק נישט זאגן אז אויף קיין איבערגעטראכטקייט ווייזט דאס נישט, ענדערשט א באנדע צעלאזטע פערד, אומערפארענע כולל אינגעלייט, פון די סארט וואס ארבעטן נישט און לערנען נישט, אזאנע וואס לעבן אויפן ציבור'ס חשבון און געווענדליך זענען זיי די וואס מאלעסטן אונזערע קינדער, זיי זעהן אליין איין אין זייערע טעותים און דאך טוהן זיי ווייטער זייער ווילדע שטיק. אפאר גראבע ליגענטס ווי די שיטה פון סטאלינע רבי באצירן דעם ארטיקל, און דער גאנצער ארטיקל איז בבחינות מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר, אנהייב נעמט ער א שטעלע אז מ'מעג זיין א מחוצף, אינמיטן פארדאמט ער עס שטארק בשם הרב וויינבערגער דומ"ץ סקולעני, דערנאך האלט ער ווייטער דערפון און ער שרייבט אז זיי גייען ארויסגעבן א קונטרס מסביר זיין פארוואס זיי האלטן אזוי.
מ'דארף אבער געדענקן אז לאו עכברא גנב, דאס גרעניצלאזע חוצפה פון די חובות געווייקטע מאמנעט פארן זיי געבן א פלאטפארמע טאר נישט פארגעסן ווערן, אויב האט איר א אויסוואל פון עטליכע אויסגאבעס און איר טראכט וועלכע צו קויפן געדענקט נישט צו שטיצן די וואס גייען קעגן רצון הציבור, דער מאמענט'ס פינאנץ איז נישט גענוג שטארק צו פארלירן קאסוטמערס, דאך טראכטן זיי נישט פון שעצן זייערע ליינער. כאטש דער ארטיקל האט געזאלט זיין לטובת די בעה"ב פון די שומרים קאטלעך האט עס אבער איינמאל פאר אלעמאל געוויזן זייער ריכטיגע פרצוף.[/justify]