בלאט 1 פון 1
הילף פאר א שידוך
נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:04 pm
דורך טשולענט
א גוטן טאג, כל אחד בשמו הטוב.
איך זוך א שידוך פאר א בחור.
גוט מארגן!!! ווער זוכט דען נישט???
וואס איז דא אנדערש? די מעשה דא איז אז מ'רעדט פון א 26 יעריגער בחור וואס זיצט און ווארט בלויז פארן חטא וואס די משפחה האט מיט זיך א פלעק פון עפעס אן אלטע מעשה וואס איז פארגעקומען יארן צוריק.
בחור ארבעט (האט אפאר דאלער), דרייווט, טוט זיך אן בעסער אבער איז זייער ערליך* און איידל. קען נעמען פון א ליטוויש מיידל ביז א חסיד'יש מיידל (גרושה) זאל נישט זיין איבריג פרום אבער ערליך.
די סיבה פארוואס די פאל איז ווערט ארויסצושרייבן, איז ווייל אויב ברענגט מען עפעס א דיסענט שידוך, איז דער בחור'ס זייט מסכים צו אויסצאלן ביידע צדדים עד פ"א.
אויב האט איר עפעס א געדאנק אדער פראגעס, ביטע אישי'ען. שכויעך
*ערליך און איידל???
עס איז דא צוויי סארט עלטערע ארבעט'ס קלאס בחורים.
1. זענען די סארט וואס האבן זייערע שעות ארבעט און נאכדעם גייט מען טשילן די נאכט מיט פרענד'ס (בלשון נקי)
2. זענען די סארט וואס זענען money & family minded סדר היום: דאווענען, ארבעט, עסן, עקסערסייז, פאמיליע.
אונזער מדובר גייט שטארק אריין אין צווייטן קאטאגאריע.
Re: הילף פאר א שידוך
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 3:04 am
דורך מאנסי אינגערמאן
טשולענט האט געשריבן:א גוטן טאג, כל אחד בשמו הטוב.

ביטע מיך קאנטעקטען פריוואט איך האב א געדאנק
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 11:41 am
דורך [NAMELESS]
אויב וויל מען מסביר זיין וואס איז נישט בסדר מיט אונזער שידוך סיסטעם ברויך מען נישט מער ווי געבן א בליק אין די אשכול.
נישט מער און נישט ווייניגער דער ווייסט ניטאמאל ווער דער מדובר איז, ניטאמאל ווייסט ער ווער ס'איז די שדכן מיט וועם ער האנדלט, קיין איין פרט איז ניטאמאל געשריבן געווארן וועגן אים חוץ אז ער איז א בחור, און דער האט שוין א געדאנק.
באמת איז דאס נישט מער ווי פארשטענדליך, דער ווייסט פון א בחור און דער ווייסט פון א מיידל, נו וואס דען איז א שידוך אויב נישט א בחור מיט א מיידל, אנדערע מינדערוויכטיגע קליינליכע דעטאלן קען מען שוין אויסארבעטן נאכן לעצטן שבע ברכות. נאך אביסל און מ'ברעכט טעללער, וויאזוי זאגן זיי נאר, זאל זיין, וואס קען שוין געשעהן....
כהאף אז קאווע שטיבל באקומט שדכנות.
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 4:41 pm
דורך וואלווי
לאו דוקא א פראבלעם, זיי גייען זיך פארבינדען און אישי און אויסשמועסען פרטים און ווער ווייסט אפשר וועט עס געלונגען און ס'איז א פיינע זעך אז איינער טרייט אויף אלע פראנטען און ס'קומט עם קרעדיט, נאר די פראבלעם מיט דעם אופן איז טשענסעס זענען ווייט אז ס'זאל פארן ווען מ'הייבט אן מיט אזא סארט צוזאמשטעל ס'איז אזוי ווי א לאטארי טיקעט.
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 7:25 pm
דורך קאוריג
שלום שטיסל האט געשריבן:אויב וויל מען מסביר זיין וואס איז נישט בסדר מיט אונזער שידוך סיסטעם ברויך מען נישט מער ווי געבן א בליק אין די אשכול.
נישט מער און נישט ווייניגער דער ווייסט ניטאמאל ווער דער מדובר איז, ניטאמאל ווייסט ער ווער ס'איז די שדכן מיט וועם ער האנדלט, קיין איין פרט איז ניטאמאל געשריבן געווארן וועגן אים חוץ אז ער איז א בחור, און דער האט שוין א געדאנק.
באמת איז דאס נישט מער ווי פארשטענדליך, דער ווייסט פון א בחור און דער ווייסט פון א מיידל, נו וואס דען איז א שידוך אויב נישט א בחור מיט א מיידל, אנדערע מינדערוויכטיגע קליינליכע דעטאלן קען מען שוין אויסארבעטן נאכן לעצטן שבע ברכות. נאך אביסל און מ'ברעכט טעללער, וויאזוי זאגן זיי נאר, זאל זיין, וואס קען שוין געשעהן....
כהאף אז קאווע שטיבל באקומט שדכנות.
האלאו, כ'ווייס נישט ווי די ביזט דא פארקראכן, אבער די ערשטע סטעפ ביי אונז אידן איז די אידישקייט דרגא, ווייל דאס איז די ערשטע בעריער פון א געזונטע שלום בית ביי א חרדישע פאמיליע, ווען איינער איז מער גאטפארכטיג ווי ס'אנדערע, ברענגט עס אהן פראבלעמען
איינמאל די פרטים זענען קלארגעשטעלט, און ס'שטימט אז ביידע האבן די זעלבע ציהל אין לעבן, קענען זיי זיך טרעפן, און אליינס באשליסן אויב זייער נאטורן ענדלען, און אויב נאכן זיך טרעפן און פארברענגן פאלן זיי אין ליבע, וועלן זיין איינמעלדן דעם שדכן אז מ'איז גרייט צו ברעכן טעלער
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 9:57 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי: ייש"כ. דאס אדער ענליך וואלט געווען מיין ענטפער צו שלום שטיסל. מאך עס נישט אוועק אזוי בהינף יד. דער מאנסי'ער יונגערמאן האט דאך געזאגט אז ער זאלל איהם קאנטאקטן אין אישי. דארט קענמען אדורכשמועסן אלע פרטים. און אזוי ווי שלום שטיסל אליינס זאגט, אז די גאנצע שידוכים ביזנעס איז איבער א בחור און א מיידל...! ער (ש.ש.) דראמאטיזירט עס, אז מ'וועט זיך שוין אדורך קומען ביי די לעצטע שבע ברכות...
דער פראבלעם, היינטיגע צייטן מיט שידוכים איז, אז א יעדער (אוקעי. כמעט א יעדער) וויל טון א באמבע שידוך. אז ווען ער וועט קומען אין זיין ביהמ"ד וועט א יעדער זאגן...פסססיייי...אזא שידוך האסטו געטון. אזא מחותן...דו ווייסט ווער דער מחותן איז...יא...מיט עים...ס'ווערט א מיליאן דאללער...! וואו....!
מעג דער מחותן זיין א שטאט'ס גנב א באנדיט און אן אנזעצער...! משא"כ ווען מ'טראגט איינעם אן א שידוך (ביי די חסידישע קרייזן זענען די טאטעס וועלכע האבן טעכטער ידם על העליונה. (אזוי מיינען זיי.) און ביי די ליטווישע זענען די בחורים די וועלכע פיהרן די מיידלעך ביי די נאז.) מיט א פשוט'ן איד אן ארבעטער. אן ערליכער מענטש וועלכער איז נהנה מיגיע כפיו. און ער נעמט נישט צו קיין דאללער פון א צווייטן. דאס אינטרעסירט קיינעם נישט. ס'איז בבחינת תורה מונחת בקרן זוית. אדער אן אבן שאין לו הופכין. ביז א בחור ווערט נעבעך דעספערעט און זיין צד טראגט אן אויסצוצאללן אלע הוצאות החתונה פון ביידע צדדים...!
אט דער פארפוילטער סיסטעם דארף זיך זיכער טוישן...! ס'איז שוין צייט מ'זאלל מאכן א רעוואלוציע אין די שידוכים ביזנעס...!
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 10:37 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:דער פארפוילטער סיסטעם דארף זיך זיכער טוישן...! ס'איז שוין צייט מ'זאלל מאכן א רעוואלוציע אין די שידוכים ביזנעס...!
אדרבה, זאל ק'"ש דינען אלס דער רעוועלוציע אזוי ווי און אנדערע נושאים וואס ציביסלעך איז קול הקאווע שטיבל נשמע בארצינו, מ'פאבליצירט דער וועקער,און מ'זאגט נאך זאכען וואס ווערען דא געשריבען. אז דער אויבערדערמאנטער שידוך וועט ווערען זאל מען זאגען אז ק"ש איז געווען שדכן פאר א צו גאט און צו לייט בחור.
Re: הילף פאר א שידוך
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 11:19 pm
דורך מאנסי אינגערמאן
שלום שטיסל האט געשריבן:אויב וויל מען מסביר זיין וואס איז נישט בסדר מיט אונזער שידוך סיסטעם ברויך מען נישט מער ווי געבן א בליק אין די אשכול.
נישט מער און נישט ווייניגער דער ווייסט ניטאמאל ווער דער מדובר איז, ניטאמאל ווייסט ער ווער ס'איז די שדכן מיט וועם ער האנדלט, קיין איין פרט איז ניטאמאל געשריבן געווארן וועגן אים חוץ אז ער איז א בחור, און דער האט שוין א געדאנק.
באמת איז דאס נישט מער ווי פארשטענדליך, דער ווייסט פון א בחור און דער ווייסט פון א מיידל, נו וואס דען איז א שידוך אויב נישט א בחור מיט א מיידל, אנדערע מינדערוויכטיגע קליינליכע דעטאלן קען מען שוין אויסארבעטן נאכן לעצטן שבע ברכות. נאך אביסל און מ'ברעכט טעללער, וויאזוי זאגן זיי נאר, זאל זיין, וואס קען שוין געשעהן....
כהאף אז קאווע שטיבל באקומט שדכנות.
איך האב נישט קיין איינונג פארוואס די מאכסט מיך אוועק. ער האט געניג געשריבען אז איך זאל טראכטען פון א פאסיגע זאך
וואס דען האסטו געוואלט איך זאל עיהם דא בעטען און פאבליק די נאמען ?
Re: הילף פאר א שידוך
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 11:20 pm
דורך מאנסי אינגערמאן
וואלווי האט געשריבן:לאו דוקא א פראבלעם, זיי גייען זיך פארבינדען און אישי און אויסשמועסען פרטים און ווער ווייסט אפשר וועט עס געלונגען און ס'איז א פיינע זעך אז איינער טרייט אויף אלע פראנטען און ס'קומט עם קרעדיט, נאר די פראבלעם מיט דעם אופן איז טשענסעס זענען ווייט אז ס'זאל פארן ווען מ'הייבט אן מיט אזא סארט צוזאמשטעל ס'איז אזוי ווי א לאטארי טיקעט.
די זעלבע זאך איז ביי סתם א שדכן אויך
Re: הילף פאר א שידוך
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 11:22 pm
דורך מאנסי אינגערמאן
שלום שטיסל האט געשריבן:אויב וויל מען מסביר זיין וואס איז נישט בסדר מיט אונזער שידוך סיסטעם ברויך מען נישט מער ווי געבן א בליק אין די אשכול.
נישט מער און נישט ווייניגער דער ווייסט ניטאמאל ווער דער מדובר איז, ניטאמאל ווייסט ער ווער ס'איז די שדכן מיט וועם ער האנדלט, קיין איין פרט איז ניטאמאל געשריבן געווארן וועגן אים חוץ אז ער איז א בחור, און דער האט שוין א געדאנק.
באמת איז דאס נישט מער ווי פארשטענדליך, דער ווייסט פון א בחור און דער ווייסט פון א מיידל, נו וואס דען איז א שידוך אויב נישט א בחור מיט א מיידל, אנדערע מינדערוויכטיגע קליינליכע דעטאלן קען מען שוין אויסארבעטן נאכן לעצטן שבע ברכות. נאך אביסל און מ'ברעכט טעללער, וויאזוי זאגן זיי נאר, זאל זיין, וואס קען שוין געשעהן....
כהאף אז קאווע שטיבל באקומט שדכנות.
און די טרייבסט אביסעל איבער וועגען אונזער סיסטעם
אויב מען טראגט אהן א שידוך מיינט עס נישט אז מען דארף עס שוין טוהן. מען קען ארויסגיין אזויווי ביי די מער מאדערנע קרייזען
Re: הילף פאר א שידוך
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 11:27 pm
דורך דעת תורה
קאוריג האט געשריבן:שלום שטיסל האט געשריבן:אויב וויל מען מסביר זיין וואס איז נישט בסדר מיט אונזער שידוך סיסטעם ברויך מען נישט מער ווי געבן א בליק אין די אשכול.
נישט מער און נישט ווייניגער דער ווייסט ניטאמאל ווער דער מדובר איז, ניטאמאל ווייסט ער ווער ס'איז די שדכן מיט וועם ער האנדלט, קיין איין פרט איז ניטאמאל געשריבן געווארן וועגן אים חוץ אז ער איז א בחור, און דער האט שוין א געדאנק.
באמת איז דאס נישט מער ווי פארשטענדליך, דער ווייסט פון א בחור און דער ווייסט פון א מיידל, נו וואס דען איז א שידוך אויב נישט א בחור מיט א מיידל, אנדערע מינדערוויכטיגע קליינליכע דעטאלן קען מען שוין אויסארבעטן נאכן לעצטן שבע ברכות. נאך אביסל און מ'ברעכט טעללער, וויאזוי זאגן זיי נאר, זאל זיין, וואס קען שוין געשעהן....
כהאף אז קאווע שטיבל באקומט שדכנות.
האלאו, כ'ווייס נישט ווי די ביזט דא פארקראכן, אבער די ערשטע סטעפ ביי אונז אידן איז די אידישקייט דרגא, ווייל דאס איז די ערשטע בעריער פון א געזונטע שלום בית ביי א חרדישע פאמיליע, ווען איינער איז מער גאטפארכטיג ווי ס'אנדערע, ברענגט עס אהן פראבלעמען
איינמאל די פרטים זענען קלארגעשטעלט, און ס'שטימט אז ביידע האבן די זעלבע ציהל אין לעבן, קענען זיי זיך טרעפן, און אליינס באשליסן אויב זייער נאטורן ענדלען, און אויב נאכן זיך טרעפן און פארברענגן פאלן זיי אין ליבע, וועלן זיין איינמעלדן דעם שדכן אז מ'איז גרייט צו ברעכן טעלער
אינטערעסאנט טאקע. עס איז ביי אונז היימישע אידן א דבר פשוט, אבער ארויסציר אביסל, און אין די וועלט בכלל, נישט. א רעליגיעזע/ר קען האבן א רילעישאנשיפ מיט א סעקולערן, און אויב האבן זיי זיך באמת ליב, וועט דער סעקולערער פארטנער אקעגן קומען און אקאמאדירן ממש אלע רעליגיעזע פאדערונגען. זיי וועלן זיין רעדי זיך פורש צו זיין 5 און 7, און למשל אין איוואנקא טראמפ'ס פאל, אנהייבן א גענצליך נייע לעבן פיל מיט שיעבודים און מצוות, און אליין ווערן א טייל דערפון. (כ'בין נייגעריג גראדע צי כיסוי הראש וואלט מען געקענט ביי איר פועל'ן [emoji4] )
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 2:48 am
דורך ליפא
כיסוי הראש דארף מען קודם פועל'ן ביי איר מאן, ער גייט נישט מיט א קאפל
Re: הילף פאר א שידוך
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 8:14 am
דורך דעת תורה
כיסוי הראש ביי איר מאן איז געהעריג אויס געהאלטן לויט אסאך פוסקים. ביי א פרוי איז עס א חיוב דאורייתא
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 1:12 pm
דורך וואלווי
מאנסי אינגערמאן האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:לאו דוקא א פראבלעם, זיי גייען זיך פארבינדען און אישי און אויסשמועסען פרטים און ווער ווייסט אפשר וועט עס געלונגען און ס'איז א פיינע זעך אז איינער טרייט אויף אלע פראנטען און ס'קומט עם קרעדיט, נאר די פראבלעם מיט דעם אופן איז טשענסעס זענען ווייט אז ס'זאל פארן ווען מ'הייבט אן מיט אזא סארט צוזאמשטעל ס'איז אזוי ווי א לאטארי טיקעט.
די זעלבע זאך איז ביי סתם א שדכן אויך
דא רעדט מען אז די צוויי שדכנים קענען זיך אויך נישט נאר אישי'ן זיך אויף ק"ש. איז אפילו מ'רעדט פרטים, וואס ביי איינעם מיינט שטיל איז ביים צווייטן איידל, ביי איינעם לעבעדיג איז ביים צווייטען צולאזט. בקיצור, ס'דא אסאך געס ווארק אינוואלווד, אבער ס'קען געלאנגען און ס'לוינט זיך דאך צן טרייען.
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 1:36 pm
דורך טשולענט
שלום שטיסל האט געשריבן:אויב וויל מען מסביר זיין וואס איז נישט בסדר מיט אונזער שידוך סיסטעם ברויך מען נישט מער ווי געבן א בליק אין די אשכול.
נישט מער און נישט ווייניגער דער ווייסט ניטאמאל ווער דער מדובר איז, ניטאמאל ווייסט ער ווער ס'איז די שדכן מיט וועם ער האנדלט, קיין איין פרט איז ניטאמאל געשריבן געווארן וועגן אים חוץ אז ער איז א בחור, און דער האט שוין א געדאנק.
באמת איז דאס נישט מער ווי פארשטענדליך, דער ווייסט פון א בחור און דער ווייסט פון א מיידל, נו וואס דען איז א שידוך אויב נישט א בחור מיט א מיידל, אנדערע מינדערוויכטיגע קליינליכע דעטאלן קען מען שוין אויסארבעטן נאכן לעצטן שבע ברכות. נאך אביסל און מ'ברעכט טעללער, וויאזוי זאגן זיי נאר, זאל זיין, וואס קען שוין געשעהן....
כהאף אז קאווע שטיבל באקומט שדכנות.
יתכן אז אונזער שידוכים סיסטעם איז נישט בסדר, אבער די אשכול זאגט נאך גארנישט איבער די סיסטעם.
איך מיין אז איך האב געשריבן גענוג אינפארמאציע אז עמיצער זאל וויסן מיט וואספארא סארט געדאנק מיר צו אישי'ען. (מיין אישי קעסטל יוכיח)
מ'קען גענוג גוט פארשטיין וועלכע סארט מיידל איז בכלל פאסיג צו אויפברענגען, פאר פערסאנעלעטי איפאו גייט מען אין אישי און עס נעמט צוויי מינוט צו זעהן אויב ס'קען בכלל ארבעטן.
אויב קען עס ארבעטן גיין ווייטער, נעמט מען עס צו די נעקסטע סטעפ און די צוויי טרעפן זיך/דעיטן און ס'קען ארויסקומען גוטע זאכן דערפון.
רעקאמאנדירן עמיצן א שידוך איז בכלל נישט עפעס וואס אונזער סיסטעם דארף זיך שעמען מיט, נישט יעדע שידוך מוז האבן מיט זיך א מעשה וואו און וויאזוי מ'האט זיך געטראפן דאס ערשטע מאל.
מ'רעקאמאנדירט א געדאנק, מ'מאכט אינפארמאציע מ'טרעפט זיך אפאר מאל אפצולערנען יענעמ'ס שניט און שאיפות'ן אין לעבן, און נאכדעם קומט מען צו א דורכגעטראכטע החלטה.
Re: הילף פאר א שידוך
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 1:49 pm
דורך מאנסי אינגערמאן
וואלווי האט געשריבן:מאנסי אינגערמאן האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:לאו דוקא א פראבלעם, זיי גייען זיך פארבינדען און אישי און אויסשמועסען פרטים און ווער ווייסט אפשר וועט עס געלונגען און ס'איז א פיינע זעך אז איינער טרייט אויף אלע פראנטען און ס'קומט עם קרעדיט, נאר די פראבלעם מיט דעם אופן איז טשענסעס זענען ווייט אז ס'זאל פארן ווען מ'הייבט אן מיט אזא סארט צוזאמשטעל ס'איז אזוי ווי א לאטארי טיקעט.
די זעלבע זאך איז ביי סתם א שדכן אויך
דא רעדט מען אז די צוויי שדכנים קענען זיך אויך נישט נאר אישי'ן זיך אויף ק"ש. איז אפילו מ'רעדט פרטים, וואס ביי איינעם מיינט שטיל איז ביים צווייטן איידל, ביי איינעם לעבעדיג איז ביים צווייטען צולאזט. בקיצור, ס'דא אסאך געס ווארק אינוואלווד, אבער ס'קען געלאנגען און ס'לוינט זיך דאך צן טרייען.
נא קודם גייען זיך די שדכנים ציזאמרעדען
ה
ביידעוועי נארמאל שדכנים קענען זיך נישט איינער דעים צווייטען
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 2:27 pm
דורך וואלווי
מיט אירע תחינות און זיינע מעשים טובים לאמיר האפען אז דער "טשולענט" זאל זיך גוט אויסקאכן!
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 9:37 pm
דורך שמעקעדיג
נו השתא דאתית להכי, אפשר קען מען טרעפן עפעס א גוטן שידוך פאר חברינו @גרוש?
וועמען קען מען קאנטאקטן אין אישי?