בלאט 1 פון 1

די צוויבל

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:04 am
דורך קראנט
אברעמעל האט געשריבן:איז דאס א צוויבל סטייל אדער א געהעריגע צייטונג.

וואס מיינט דאס א צוויבל מעשה, נאך קיינמאל נישט געהערט אזא אויסדריק?

אפגעטיילט פון viewtopic.php?p=25372#p25372

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:07 am
דורך לעמיל
קראנט האט געשריבן:
אברעמעל האט געשריבן:איז דאס א צוויבל סטייל אדער א געהעריגע צייטונג.

וואס מיינט דאס א צוויבל מעשה, נאך קיינמאל נישט געהערט אזא אויסדריק?

עס איז דא א גויעשע צייטונג מיטען נאמען צוויבעל וואס שרייבט זאכען וואס איז קיינמאל נישט געשעין און וועט נישט קיינמאל נישט געשעין (קרעדיט דער שטערען)

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:07 am
דורך זר זהב
דא האסטע די צוויבל אויף טעלעוויזשען. גיב אבאכט דיין קאווע זאל זיך נישט אויסגוסן...
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=c3_95F5e-Ac[/youtube]

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:07 am
דורך זר זהב
לעמיל האט געשריבן:
קראנט האט געשריבן:
אברעמעל האט געשריבן:איז דאס א צוויבל סטייל אדער א געהעריגע צייטונג.

וואס מיינט דאס א צוויבל מעשה, נאך קיינמאל נישט געהערט אזא אויסדריק?

עס איז דא א גויעשע צייטונג מיטען נאמען צוויבעל וואס שרייבט זאכען וואס איז קיינמאל נישט געשעין און וועט נישט קיינמאל נישט געשעין (קרעדיט דער שטערען)

ממש אזוי? און פון וואו נעמט עס דער שטערן... 8-)

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:09 am
דורך לעמיל
זר זהב האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:
קראנט האט געשריבן:
אברעמעל האט געשריבן:איז דאס א צוויבל סטייל אדער א געהעריגע צייטונג.

וואס מיינט דאס א צוויבל מעשה, נאך קיינמאל נישט געהערט אזא אויסדריק?

עס איז דא א גויעשע צייטונג מיטען נאמען צוויבעל וואס שרייבט זאכען וואס איז קיינמאל נישט געשעין און וועט נישט קיינמאל נישט געשעין (קרעדיט דער שטערען)

ממש אזוי? און פון וואו נעמט עס דער שטערן... 8-)

איך האב עס דארט געליינט עס גייט מיך נישט אן ווי שמען ראלינצקי האט עס געליינט

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:11 am
דורך אברעמעל
אטא דא זעהסטו די בראך פונעם שטערן, ס'קלערט אויף די יוגנט.

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:15 am
דורך זר זהב
די אניאן האט אמאל געהאט א באריכט... די העדליין האט זיך געליינט אזוי: "8 מיליאן מענטשן מאפן אוועק פון די גהינם וואס רופט זיך ניו יארק סיטי"... און מענטשן האבן כלומרש'ט גערעדט צו זייערע רעפארטערס אז זיי אליינס פארשטייען נישט וויאזוי זיי האבן אויסגעהאלטן אזוי פיל יארן צו וואוינען אין אזא "העלל האלל" ווי עס איז ניו יארק... -- ס'געווען עפעס מורא'דיג. (איז עס דען אזוי פאלש?)

דא איז יענער ארטיקל, ס'איז א "מאסט ריעד"
8.4 Million New Yorkers Suddenly Realize New York City A Horrible Place To Live
We're Getting The Hell Out Of This Sewer

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:23 am
דורך לאדיך אפ
ביטע אפטיילן די תגובות וואס רעדן פון די אניאן (די צוויבל)

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:26 am
דורך זר זהב
סארי דאס באלאנגט אינעם מידיע אפטיילונג

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:38 am
דורך אלבערט
דאכט זיך אז מען קען זען אנליין זייערע צייטונגען. ווער קען לינקען?

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:41 am
דורך ידען
אלבערט האט געשריבן:דאכט זיך אז מען קען זען אנליין זייערע צייטונגען. ווער קען לינקען?

www.theonion.com

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:42 am
דורך זר זהב
אלבערט האט געשריבן:דאכט זיך אז מען קען זען אנליין זייערע צייטונגען. ווער קען לינקען?

מיין לינק פון יענעם ארטיקל לינקט דאך צו זייער סייט

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:48 am
דורך אלבערט
זר זהב האט געשריבן:
אלבערט האט געשריבן:דאכט זיך אז מען קען זען אנליין זייערע צייטונגען. ווער קען לינקען?

מיין לינק פון יענעם ארטיקל לינקט דאך צו זייער סייט

אנטשולדיגט איך בין נישט אריין דערין, טראצדיין באפעל אז עס איז א מוז....

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 12:07 pm
דורך עס עפעס
דער העכסט-אינטערעסאנטער ארטיקל וואס איז ערשינען אינעם שטערן איבער דעם צוויבל

נאר אין אמעריקע:.
אפילו איין ווארט אמת פאלט נישט אריין דארטן...
ליינט איבער דעם אינטערעסאנטן צייטונג "די צוויבל" וועלכע איז געגרינדעט געווארן דורך עטליכע יוגענטליכע סטודענטן מיטן ציל צו שרייבן נאר שקרים, שטותים און ליצנות, און איז היינט פון די שטארק אויפגעכאפטע אויסגאבעס איבער גאנץ אמעריקע נאר אדאנק דעם וואס זי האט זיך אויסגעצייכנט מיט אירע נארישע, פיקטיווע און פאלשע באריכטן

אין רוסלאנד, ווען קאמוניזם האט נאך געהערשט אין גרויסן, האט די קרעמלין באוועגונג ארויסגעגעבן א צייטונג, מיטן נאמען "פראוודאו". אלע באריכטן, נייעסן און ארטיקלען אינעם צייטונג, האבן געהאט צוטון מיטן קאמוניסטישן באוועגונג. פלעגט מען זאגן אז אין דעם צייטונג, איז גארנישט אמת, אפילו דער נאמען אירע (אויף רוסיש מיינט "פראוודאו" - "אמת") איז אויך נישט אמת. איין זאך, האבן די מענטשן דארטן געזאגט, איז לכאורה יא אמת, דער דאטום און די פרייז.
א קליינער שפאציר צו סיי וועלכע צייטונג קיאסק איבער אמעריקע, פארציילט אונז אז דער "פראוודאו" האט זיך טאקע שוין צוגעשפארט, אבער עס איז דא אין אמעריקע א צייטונג –"די צוויבל", וואס נישט נאר מען איז חושד אז וואס זי שרייבט איז שקר, נאר יעדער ווייסט דאס, און דאך שטייט עס נאך.
איר קלערט זיכער, נו, זענען עטליכע מענטשן פארנומען מיט שקר און שטותים, אבער –קלערט איר- רוב מענטשן האלטן נישט דערפון און וואלטן געוואלט זען דעם צייטונג פארשפארט... עס איז דא פאר אייך גרויסע נייעס, איר לעבט אין א טעות! נישט נאר אז די צייטונג "די צוויבל" האט מיליאנען ליינער פון איבער גאנץ אמעריקע, און עס הייסט היינט צוטאגס פון די שטארק פאפולערע אויסגאבעס אין אמעריקע, נאר -איר וועט זיין שאקירט צו הערן- דווקא דאס אז דער צייטונג שרייבט בלויזע פאנטאזיעס, זאכן וואס מיט רעאליטעט האט דאס קנאפ שייכות, דווקא דאס איז שולדיג אין די אויפגעכאפטקייט פונעם צייטונג, און דאס האט צוגעברענגט אז אין די וואכן, ווען זיי צייכענען אפ צוואנציג יאר פון די גרינדונג פונעם צייטונג, פייערן זיי דאס מיט גרויס פאמפע, זיי שעמען זיך נישט, עס איז גאר א שטאלץ... נו, קיין וואונדער, אין אמעריקע איז שקר א 'האט אייטעם', ליגיונות און פאנטאזיעס פארקויפט זיך גוט.

צוויי סטודענטן זוכן אויפצולעבן זייער אוניווערזיטעט, זייער עצה: צושפרייטן 'צוויבל'...

דער היינטיגער, היפש פאפולערער צייטונג "די צוויבל" -וואס איר וואונדערט זיך אוודאי וויאזוי עס האבן ערוואקסענע נארמאלע אמעריקאנער באשלאסן צו שרייבן הבלים און פאנטאזיעס פארן פובליק- האט זיך אייגענטליך אנגעהויבן אין א קליינעם שלאף צימער אינעם "מעדיסאן אוניווערזיטעט", וועלכע געפונט זיך אין וויסקאנסין.
טים קאוק און קריסטאפער זשאנסאן זענען געווען צוויי סטודענטן אין זייערע צוואנציגער יארן, זיי זענען געווען פארהעלטנמעסיג גוטע סטודענטן, זיי האבן גוט שטודירט, זיך צוגעשטעלט צום סדר, און אנטייל גענומען ביי אלע צוזאמענקונפטן פונעם אוניווערזיטעט.
זיי האבן אבער אינאכט גענומען איין זאך, וואס האט זיי געפערליך געקרענקט, נעמליך, דאס אנגעזעצקייט און פארכמארעטקייט וואס האט געהערשט אינעם שולע, כ'מיין, אנגעזעצקייט? בסך הכל איז דאס געווען שטרענגע דיסציפלין, וואס איז אינאמתן א ברכה אין א אוניווערזיטעט, אבער פאר יונגע צענערלינגען, וועלכע האבן ליב 'לעבעדיגקייט' איז דאס געווארן אויסגעטייטשט כאילו עפעס א סארט מרה שחורה נעמט ארום דעם אוניווערזיטעט קעמפוס.
זיי האבן באשלאסן דאס אויסצוראטן, און אריינברענגען א פרייליכע גייסט ביי אלע סטודענטן, דורכן טון עפעס וואס וועט ארויפברענגען א שמייכל אויף אלעמענס ליפן. נאך עטליכע וואכן פון פלאנירן און אויסארבעטן אלע דעטאלן, האבן זיי באשלאסן צו פארשפרייטן אינעם אוניווערזיטעט צוויבל... נע, נישט ממש צוויבל, נאר א 'צייטונג' מיטן נאמען 'די צוויבל', וואס וועט אנטהאלטן פיקטיווע נייעס און פאבריצירטע געשיכטעלעך און וועט מאכן דעם עולם אביסל לויז פון די פרעשור וואס זיי האבן פון די לערעס.
'א צייטונג' האבן מיר געזאגט? יא יא, דאס איז עס היינט צוטאגס, אבער עס האט געדויערט א שטיקל צייט ביז עס איז געווארן א געהעריגע עסטאבלירטע צייטונג, ומעשה שהיה כך היה.
זיי האבן צוערשט געבארגט פון זייערע עלטערן אכט טויזנט דאלער, וואס אזויפיל האט זיי אפגעקאסט אנצוהייבן מיטן פראיעקט. דערנאך האבן זיי אנגעפאנגען דורכצוליינען עטליכע פאפולערע צייטונגען און ארויסגענומען פון דארטן שטיקלעך נייעס און ארטיקלען, וואס זיי האבן דערנאך פארדרייט און באשאפן דערפון פרישע אויפגעטראכטע נייעס.
ווען זיי האבן שוין פארמאגט גענוג שטאף פאר די ערשטע אויסגאבע, האבן זיי זיך דערטראכט א נאמען צו געבן פארן צייטונג 'די צוויבל', על שם וואס מען האט גערופן דעם אוניווערזיטעט מיטן נאמען 'צוויבל אוניווערזיטעט', ווארשיינליך האט דאס געהאט א באדייט אויפן חשבון פון די שולע פירערשאפט...
זיי האבן געשלאסן א געשעפט מיט א דרוקעריי פירמע, וואס האט פאר זיי אפגעדרוקט דעם ערשטן צייטונג פאר א ספעציעלן ביליגן פרייז, און... דער ערשטער 'צוויבל' איז ערשינען. עס איז באשטאנען פון בלויז פיר זייטן, און זיי האבן דאס פארטיילט אומזיסט פאר אלע זייערע נאענטע פריינט פונעם שולע קעמפוס.
א געלעכטער איז ווייניג געזאגט, עס האט אויפגעלעבט די סטודענטן און ארויפגעברענגעט ברייטע שמייכלען אויף אלעמענס פענימער, מיט יעדע פרישע שורה, האט מען אויסגעבראכן אין א פרישן געלעכטער, הקיצור, זייער פלאן האט זיך שוין איינמאל אויסגעארבעט.
צי האט עס געשטערט פאר די שולע פירערשאפט? אינגאנצן נישט! אדרבה, דאס אז די סטודענטן האבן זיך אביסל אויסגעלופטערט מיטן 'צוויבל', האט אויך געמאכט אז זיי זאלן זיין קלארער ביי די שולע לעקציעס.
'די צוויבל' איז געווארן גאר פאפולער אינעם אוניווערזיטעט, מיט יעדע פרישע ערשיינונג, האבן זיי איינגעקויפט פרישע ליינער, דער עולם האט זיך פעסמאקעוועט מיט די שטותים און פאנטאזיעס, וועלכע האבן איבערגעפולט די בלעטער, און מען איז געווארן מער און מער צוגעבינדן דערצו.

דער גערוך פון "די צוויבל" פארשפרייט זיך איבער אמעריקע...

פונדעסטוועגן האבן טים און קריסטאפער אונטערגעשאצט זייער ארבעט, הויפטזעכליך ווייל זיי האבן נישט געקלערט וואס עס קען נאך ווערן פון זייער צייטונג. אזוי צי אזוי, האבן זיי פארקויפט דעם צייטונג פאר צוויי פון זייערע פריינט אינעם אוניווערזיטעט, פארן נישטיגן פרייז פון 19 טויזנט דאלער.
טים און קריסטאפער, זענען געבליבן די שרייבער פונעם צייטונג, אבער מיט די געלט זאכן און אנדערע ענינים האבן זיי נישט געהאט קיין שייכות, עס האט זיי אבער נישט געשטערט, ווייל, ווי פריער ערווענט, האבן זיי נישט געגלייבט אז עס קען נאך עפעס ווערן דערפון.
די צוויי נייע בעלי בתים האבן אבער אנדערש געטראכט, און בלויז עטליכע וואכן נאכדעם וואס זיי האבן אפגעקויפט דעם צייטונג, האבן זיי שוין אנגעפאנגען אויסצופירן זייערע פלענער עס צו פארברייטערן. זיי האבן דאס ארויסגעלייגט אין געשעפטן וועלכע זענען געווען בשכינות פונעם אוניווערזיטעט, אזוי אז אנדערע מענטשן זאלן געוואויר ווערן איבער דעם און די פארלאנג דערנאך זאל ווערן מער און מער.
עס האט זיך היפש גוט אויסגעארבעט פאר זיי, און עס האט זיך אנגעפאנגען צו פארשרייטן אין נאך געשעפטן, אלס ווייטער און ווייטער פונעם אוניווערזיטעט. זיי האבן באקומען טעלעפאון רופן פון מענטשן אינעם אנדערן עק וויסקאנסין, וואו מענטשן האבן געוואלט זען דעם נייעם, מאדנעם צייטונג.
פארשטייט זיך אז ווי מער אויפגעכאפט און פאפולער דער צייטונג איז געווארן, אלס מער שרייבער און זשורנאליסטן האט מען געדארפט האבן דערפאר. אבער זיי האבן זיך נישט געקענט ערלויבן אריינצונעמען אבי ווייסעך וועמען, די שרייבער האבן געדארפט זיין הומאריסטן, זיי האבן געדארפט קענען נעמען אקטועלע נייעסן און פאקטן און עס אויסדרייען, עס זאל מיט די ווירקליכקייט, וואס עס שפילט זיך אפ אין פאקט, האבן קנאפע שייכות.
זיי האבן ארויסגעשטעלט מעלדונגען אין די פובליק פלעצער פון די שולע, אז ווער עס וויל קען זיך איינשרייבן צו ווערן א שרייבער אינעם 'צוויבל', ענדגילטיג האבן זיי, פון אכציג סטודענטן וועלכע האבן זיך געמאלדן, אויסגעוועלט דריי נייע שרייבער, דורכן ליינען עקזעמפלארן וואס די איינגעשריבענע האבן פאר זיי צוגעשטעלט, געוויס האבן די דריי דערוועלטע זיך אויסגעצייכנט אין שרייבן די מערסטע שטותים און שקרים, אנדעם וואס זיי (ליין:זייערע פעדערס...) זאלן רויט ווערן.
שפעטער, אין אנהויב פון די ניינציגער יארן, מיטן אויפקום פונעם אינטערנעט, האט זיך געעפנט פאר זיי נייע מעגליכקייטן, צו ברענגען ברייטערע פאפולאריטעט פארן 'צוויבל', און פארשפרייטן זייער פראדוקט-פאראדאקס איבער גאנץ אמעריקע.
זיי האבן אלזא געעפנט א זייטל, וואו זיי האבן ארויפגעשטעלט טעגליכע נייעס און ארטיקלען, פארשטייט זיך אז מען איז נישט אפגעטרעטן פון די פרינציפן, און קיין איין ווארט, האט נישט געהאט מיט רעאליטעט קיין מגע ומשא.
זייער פלאן האט זיך גוט אויסגעארבעט און עס האט אנגעהויבן שלאגן ווארצלען איבער גאנץ אמעריקע, דער צייטונג "די צוויבל" האט אנגעהויבן צו ווערן מער און מער פארשפרייט איבער גאנץ אמעריקע.
אבער נישט דער צייטונג זעלבסט, נאר בלויז די ידיעה אז עס איז פאראן אזא סארט צייטונג, וואס הייסט? אט הערט!
אין א געלונגענע סטראטעגיע, האבן זיי באשלאסן אז ווי נאר די צוויבל וועט ווערן מער פאפולער, וועט מען נישט דרוקן מער עקזעמפלארן, און דאס וועט ברענגען אזא סארט רייץ, עס וועט זיין א 'זכיה' ווער עס האט א 'צוויבל'.
עס איז טאקע אזוי געווען, און ווען זיי האבן אנגעהויבן צו פארשפרייטן דעם צוויבל אין אנדערע שטעט, האבן זיי זיך געהאלטן צום נידריגן ציפער פון 5 טויזנט שטיק פער וואך, אזוי ארום איז זעלטן געווען צו באקומען דעם צוויבל און ווער עס האט שוין יא דערשנאפט, איז געווען א 'גליקליכער', אלע זיינע פריינט און שכנים האבן דאס געבארגט פון אים און זיך פעסמאקעוועט דערמיט, די נאכפראגע איז געווארן אומגעהויער.
ערשט ווען זיי האבן געשאצט אז גענוג מענטשן האבן שוין באקומען דעם אפעטיט צו קויפן 'די צוויבל', האבן זיי אנגעפאנגען דרוקן נאך עקזעמפלארן, עס האט זיך בליץ שנעל פארשרייט פון איין געגנט צום אנדערן און פון איין שטאט צום צווייטן, מיט יעדע פארבייגייענדע וואך, האבן זיי געהעכערט דעם נומער פון וויפיל זיי האבן געדרוקט.
זיי האבן דאן באשלאסן אריבערצוציען זייער הויפטקווארטיר קיין ניו יארק, וועלכע ווערט באטראכט אלס די ביזנעס הויפטשטאט פון אמעריקע. דאס האט זיי געגעבן נייע מעגליכקייטן צו פארברייטערן זייער שטאב פון קארעספאנדענטן און דזשורנאליסטן, און... און, "די צוויבל" ווערט היינט צוטאגס געליינט דורך מיליאנען אמעריקאנער, איבער אלע פופציג שטאטן אין אמעריקע.
איין מינוט... וואס איז נאר 'די צוויבל'? א נוצבארע טעכנאלאגיע? א פראפעסאריש ביכל? נע, הויל ליצנות און פאנטאזיעס! זאג נאכאמאל איבער: עס ווערט געליינט דורך מיליאנען אמעריקאנער בירגער וועכנטליך, וואס? מי שאכל שום וריחו נודף יחזור ויאכל שום?
יא יא אויב די 'צוויבל עסער', די מיליאנען ליינער פונעם צייטונג, זענען אמעריקאנער, איז עס נישט שווער צו פארשטיין, ווארום, שקר, ליצנות און דמיונות איז דאך א פריאריטעט אין אמעריקע...

א וועכנטליכער 'פורים צייטונג'...

עס איז אבער נישט ממש אזוי, די אמעריקאנער זענען נישט אינגאנצן משוגע און נעמען אין די הענט אריין צו ליינען סיי וואס. 'די צוויבל -אזוי ווי יעדע פראפעסיאנאלע צייטונג אין אמעריקע- האט אפטיילונגען און קאלום'ס, עס איז אויסגעשטעלט ווי א ערנסטע אויסגאבע, נאכמער, ווען איר הויבט אן ליינען, לאמיר זאגן דעם 'העדליין', וועט געדויערן אפאר מינוט ביז איר וועט כאפן אז עס איז פאנטאזיע, שקר און שפאס.
לאמיר אייך נישט פירן אין דער טונקל, כ'וועל אייך ברענגען עטליכע אויסצוגן.

נאציאנאלע נייעס
א אינטערעסאנט קעפל איז געווען אז "דזשארדזש דאבעליו בוש באזוכט אין ווייסן הויז", וואס האט נאכגעפאלגט א גאנצע באריכט איבער דעם באזוך פון בוש אינעם ווייסן הויז, וואו עס איז אים נישט אויסגעקומען צו זיין פאר א לענגערע צייט, וויילנדיג אויף גאר 'קריטישע' וואקאציעס אין זיין רענטש אין טעקסאס...
צווישן אנדערן איז געווען א באריכט פון א מענטשן-רעכט גרופע, וואו זיי ווארענען איבער די פארפלייצונג פון טעלעפאון ביכלעך, און זיי פאדערן אויף אז מען זאל היטן אויפן טעל. נומער ווי אויפן שווארץ אפעל פונעם אויג, "אויב די טעלעפאון ביכער ווערן צו שטארק פארשפרייט, זענען מיר אין געפאר אז יעדער זאל וואוסן גענוי וואו מיר וואוינען, עס איז שרעקעדיג" פירט אויס דער באריכט...
גאנץ לעצטנס איז געווען שרייענדע 'העדליינס' אינעם צוויבל, אז די אמעריקאנער סענאטארן און קאנגרעסלייט האבן געבעטן אז מען זאל אראפווארפן און איבערבויען דעם קעפיטאל געביידע, אויב נישט וועלן זיי דעפעקטירן און אריבערגיין דינען אלס קאגרעס און סענאט פון א אנדער לאנד, וואס וועט זיי, גאנץ זיכער, אויפנעמען מיט אפענע ארעמעס...
עס קען זיין אז איר לאכט, אבער עס איז פאראן א געוויסער כינעזער רעפארטער וועלכער לאכט שוין גארנישט, די מעשה האט אים געקאסט זיין פאסטן, אט הערט וויאזוי.
די אויבערהארן פונעם רעפארטער, וועלכער איז דאן געווען ניי אויף זיין שטעלע, האבן אים געוואלט אויספרובירן דורכן אים שיקן קיין אויסלאנד צו דעקן און באריכטן נייעסן פון אנדערע לענדער, זיי האבן אים דעריבער ארויסגעשיקט קיין אמעריקע און, וואס מיינט איר איז געווען די ערשטע נייעס וואס ער האט פאר זיי באריכטעט? דער כאאטישער צושטאנד וואס נעמט ארום קאנגרעס... זייענדיג נאאיוו, נישט וואוסנדיג אז 'די צוויבל' איז א 'פורים צייטונג', האט ער גענומען די נייעס מיט אן ערנסטקייט. ווען זיינע אויבערהארן זענען דערפון געוואויר געווארן, האבן זיי אים נישטאמאל געוואלט צאלן דעם טיקעט אהיים...

איראקער נייעס
אויב דארף עס נישט האבן שייכות מיט ווירקליכקייט, און טיילמאל מעג זיך עס אפילו סותר זיין מיטן מציאות, קען מען האבן גאנצעטע פעק מיט נייעס, אט איז איין ביישפיל, וועלכע איז געווען באריכטעט מיט עטליכע וואכן צוריק.
דער קעפל האט געשריגן "בוש נישט צופרידן פון איראקער מלחמה", נאכפאלגענדיג א לענגערן באריכט, 'עקסקלוסיוו צום צוויבל', אז בוש האט אפגעהאלטן א געהיימע זיצונג מיט די איראקער רעבעלן, איבער דעם מצב פון די מלחמה.
אין אן אינטערוויו מיטן צוויבל האט דער אמעריקאנער פרעזידענט זיך אויסגעדרוקט מיט אנטוישונג "די מלחמה אין איראק הויבט אן ווייזן גוטע סימנים, מען מוז דאס אפשטעלן אויף אלע קאסטן, דאס איז די סיבה פארוואס איך האב אפגענויגט פון מיין פאליסי נישט צו פארהאנדלען מיט טעראריסטן, און איך האב זיי גערופן אויף אן עמערדזשענסי מיטונג, כהאב זיי געבעטן אז זיי זאלן באנייען די אטאקעס אויף די אמעריקאנער זעלנער"...

מיטל מזרח און אידישע נייעס
פארשטייט זיך אז אידן קענען נישט ווערן ארויסגעלאזט פונעם בילד, זיכער אויב די רעדע איז פון ליצנות און שפאס, קען נישט 'די צוויבל' זיך ערלויבן צו איגנארירן די אידישע זייט פון די מטבע.
אין ליכט פון די לעצטערע שלום געשפרעכן צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער, האט די צוויבל באריכטעט אז זיי האבן אינטערוויואירט דעם פאלעסטינער פירער מוכאמעד אבאס, און ער האט אויסגעדרוקט שטארק ענטוזיאזם איבערן צוקונפט. צווישן אנדערן האט אויך אבאס אויפגעדעקט אז ער האט א מאסיוון פלאן וואס וועט ענדגילטיג לעזן דעם קאנפליקט צווישן מדינת ישראל און די אראבער "איך וועל מאכן א ריזן צוזאמענקום פאר אלע אידן פון איבער די וועלט –זאגט אבאס מיט פארע- דערנאך וועל איך שטעלן באמבעס ארום דעם פלאץ וואו עס וועט פארקומען די מאסן פארזאמלונג, און אזוי ארום ברענגען א פרידליכע ענדע צו די בלוטיגע קאנפליקטן"...
אין אנדערע נייעס האט די צוויבל לעצטנס געמאלדן אז דער האלאקאוסט מוזעאום אין וואשינגטאן, וועט ווערן אפגעשפארט אין עטליכע וואכן ארום. ווי זיי האבן ציטירט פון א הויכן באאמטן אינערהאלב די מוזעאום פירערשאפט, איז די סיבה דערצו וויבאלד אין לויף פון איר עקזיסטענץ האבן שוין באזוכט אינעם מוזעאום זעקס מיליאן מענטשן, וואס דאס איז גענוי דער ציפער פון וויפיל אידן עס זענען אומגעברענגט געווארן ביים וועלט קריג, און די נקמה אין היטלער איז א פולקאמע...

גלאבאלער אנווארעמונג
די רעדאקציע פונעם צוויבל פעסמאקעוועט זיך מיט די טעמע פון גלאבאלער אנווארעמונג, און על גאור איז ביי זיי א געשמאקער ציל ברעט, אין וועמען מען קען אריינשמירן די גרעסטע ליצנות.
אין א לעצטערן באריכט האבן זיי געשריבן אז זיי האבן געהערט פון א נאנטן געהילף צו על גאור אז ער פלאנט צו עפענען א פירמע וועלכע וועט קאנקורירן מיט די באקאנטע פירמע 'ווינדעקס'.
די סיבה דערצו איז, ווייל גאור איז געוואויר געווארן, אז די בעלי בתים פון די 'ווינדעקס' פירמע דרייוון געהעריגע אויטאס, נישט די הייבריד סארט, און דאס ברענגט לופט פארפעסטיגונג. און ווען גאור האט געוואלט אויספוצן און רייניגן זיין 'נאבעל שלום פרייז מעדאל' האט ער נישט געקענט נוצן 'ווינדעקס', דעריבער איז א קאנקורענץ פאר זייער פירמע א אומפארמיידבארע זאך...

קאמפיין 08'
ווען עס קומט צו אמעריקאנער פאליטיק און ספעציפיש פרעזידענט קאמפיינס, איז 'די צוויבל' פארנומען מיט ארבעט ביז איבערן קאפ. זיי דארפן זען אז יעדער קאנדידאט באקומט אייניגע דעקונג...
דעקונג? מען מאכט דארטן דאס גענאר פון זיי אויף די העכסטע גראדן, מען צונעמט זייערע פעלערן און מיסברויכן, מען צעשמירט דאס אויפן פאפיר מיטן גאנצן זאפט, אזש ס'גייט א רויעך.
אט הערט א צוויבלדיגער קאפ שטיק!
רודי זשוליאני, דער געוועזענער ניו יארקער מעיאר, לויפט אין די היי יאריגע וואלן, צו געווינען די פרעזידענט קאנדידאט נאמינאציע אויפן רעפובליקאנער טיקעט. זיין קוראזש צו לויפן האט ער, ווי אלע ווייסן, גענומען פון דעם וואס ער האט זיך ארויסגעשטעלט ווי א העלד ביי די סעפטעמבער 11 אטאקעס, וואו ער האט אריינגעבלאזן א גייסט פון האפענונג אין ניו יארק און פאר אמעריקע בכלל.
אוודאי זאגט ער עס נישט קלאר ארויס, ער פאמפעט נישט אז בלויז וועגן דעם לויפט ער פאר פרעזידענט, אבער א ווארט דא און א ווארט דארט, און די געפילן פון די וויילער ווערן צעשטורעמט ווען מען דערמאנט זיך פון די אטאקעס, אזוי ארום האפט ער אז עס וועט עפעס ווערן פון אים.
אלזא, די צוויבל האט גענומע דעם זשוליאני אויפן צימבל, און זיי מאכן פון אים דאס גענאר עד לב השמים. לאמיר אייך ציטירן דעם פולן טעקסט פונעם באריכט איבער זשוליאני'ס קאמפיין.
דער קעפל ליינט זיך "זשוליאני פארשפרעכט א נייע 9/11"...
געוועזענער ניו יארקער מעיאר רודי זשוליאני האט שוין אנגעהויבן העפטיג קאמפיינען אין אייאווע, אין צוגרייטונג צו די קאקוסעס, וואו די וויילער וועלן שטימען ווער עס זאל זיין דער קומענדיגער 9/11 פרעזידענט.
זשוליאני האט אנאנסירט אז ער לויפט פאר פרעזידענט אין א אכצן מינוטיגע רעדע, וואו ער איז געשטאנען פארנט פון א האלב פארברענטן אמעריקאנעם פאן, און ער האט דערקלערט מיט ענטוזיאזם "אלס פרעזידענט פון 9/11, וועל איך ארבעטן שווער צו ברענגען 'טשעינדזש' אינערהאלב גאנץ 9/11, אויב מען וועט מיר ערוועלן, טו איך פארזיכערן א נייע 9/11".
תיכף נאכן אנאנסירן אז ער לויפט פאר פרעזידענט, איז זשוליאני צוגעפארן קיין פענסילוועניע, אויפן ארט וואו דער פליגער האט אראפגעקראכט אום סעפטעמבער 11, וואו ער האט אפגעהאלטן א פייערליכע פאנדרעיזינג דינער אין א טענט, וועלכע איז געווען דעקארירט מיט ריזיגע שטיקער אש און אויף דער ערד איבערן גאנצן טענט איז געווען אויסגעווארפן האלב פארברענטע אפיס פאפירן און ענוועלאופס, אזוי אויך האט זשוליאני פארארדענט אז מען זאל אראפברענגען צוויי אויטענטישע שטיקער ברוכווארג פון די צווילינג טורעמעס.
ווי דער קארעספאנדענט פונעם צוויבל אין אייאווע גיבט אונז איבער, האט זשוליאני שוין פארהעלטנסמעסיג אנגעפאנגען צו קאמפיינען אין אייאווע, אין צוגרייטונג צו די קאקוסעס, און זיינע קאמפיין געהילפן געבן איבער אז זשוליאני וועט –אנשטאט א קאמפיין באס- נוצן א האלב צעשמעטערטן ניו יארקער פייער טראק.
טייל מענטשן זאגן אז זיי האבן דאס שוין געזען ארומקורסירן עטליכע קליינע גאסן אין א שטעטל אין אייאווע, און ווי זיי זאגן, איז דאס הערליך דעקארירט מיט באלונס, קאמפיין אויפשריפטן, און, פארשטייט זיך ווי עס פאסט פאר 9/11, ריזיגע פלעקן פון בלוט.
עס איז ארויסגערינען צום 'צוויבל' אז די אפיציעלע הימנע פונעם זשוליאני קאמפיין, וועט זיין די סירענעס און אלארמען פון די פייער טרעקלעך. דאס וועט אלעמען דערמאנען ווי שטארק אמעריקע איז אנגעוויזן אין א פרעזידענט וועלכער האט מיטגעהאלטן די געבורט-ווייען פון 9/11.
אפילו אלע אנקעטעס ווייזן אז זשוליאני וועט ווארשיינליך געווינען די רעפובליקאנער נאמינאציע און ענדגילטיג אויך די פרעזידענטשאפט, האט אבער זשוליאני זיך אנטזאגט פון ארויסגעבן ווער עס וועט זיין דער מיטלויפער אלס וויצע פרעזידענט, ער האט אויך געלייקנט די שמועות וואס קורסירן ארום אז ער האט געהאט א מיטונג מיט א ריזיג שטיקל ביעם פון די טווין טאוערס און אים געבעטן ער זאל מיטלויפן מיט אים אין 08'.
"לאזן אריינפאלן 9/11 אין די הענט פון די דעמאקראטן אין 08' –זאגט זשוליאני- איז א טראגעדיע, פון ווען 9/11 איז געגרינדעט געווארן אין יענעם האפענונגספולן טאג פון 9/11, שטייט 9/11 פאר איין זאך, און דאס איז: 9/11".
אינעם 'צוויבל' פון פארגאנגענע וואך, האבן זיי געהאט א בריוו וואס דער געוועזענער אמעריקאנער פרעזידענט זשימי קארטער, האט צוגעשיקט צו זייער רעדאקציע, אין בעפארברייטונג צו די 08' וואלן.
קארטער (...) גיבט אויס זיין כעס אויף די שוואכע קאנדידאטן וואס ביידע פארטייען האבן ארויסגעשטעלט, ער שוימט "ווען די אלע קאנדידאטן זענען נאך געליגן אין די וויגעלעך, האב איך שוין געשוויצט און פארהאנדלט א שלום פון מדינת ישראל מיט די אראבער, זיי ווייסן אפילו נישט ווי שווער עס איז מיר אנגעקומען אויסצושטעלן סאדאט מיט בעגין אז דער בילד ווי זיי רייכן זיך די הענט זאל געלונגען".
אין זיין בריוו, זאגט קארטער פארן אמעריקאנעם פאלק אז מען זאל אים ערוועלן אלס פרעזידענט אין 08', "איך האב די קוואליפיקאציעס צו טון די ריכטיגע זאכן צו וואס אמעריקע דארף צוקומען אין אירע איצטיגע שווערע טעג. עס הערשט היינט צוטאגס א קאמוניזם אין אמעריקע, נישט א קאמוניזם פון רשעות, אבער א קאמוניזם וואס ווערט גערופן 'כאריזמע', ווער עס האט דאס, זאל ער זיין ווי נאריש און אומאינטעליגענט ער איז, וועט ער ערוועלט ווערן."
קארטער פירט אויס "איך גיי זיך אבער נישט אראפלאזן צו אייך, נארישע קינדערישע בירגער, און אייך בעטן אז איר זאלט מיר ארויפלייגן אויפן טיקעט פון די קאנדידאטן, איר זאלט בעסער פאלן פאר מיינע פיס און מיר מודה זיין אז איר בענקט זיך צוריק צו די צייטן ווען איך, זשימי קארטער, האב רעגירט אין אייער נאריש לאנד".
מיט דעם פונקט פון דעם 'כאריזמע קאמוניזם' איז קארטער ביטער גערעכט, אבער נאר אויב דאס שרייבט טאקע קארטער אליינס, אבער אין פאקט איז עס נאר א 'צוויבלישער' ליצנות, טא, לאכט מיט...

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 12:09 pm
דורך אלבערט
א הערצליכן דאנק

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 7:45 pm
דורך town1
אפשר עפענט מען אזא צייטונג און אידיש און עס זאל הייסן די קנאבל

איראנע פארשטייען נישט צו סארקאזם...

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 29, 2012 9:49 pm
דורך זר זהב
A joke by the satirical newspaper The Onion appears to have gotten lost in translation. An Iranian news agency has picked up as fact a story from the paper about a supposed survey showing a majority of white Americans would rather vote for Iranian President Mahmoud Ahmadinejad (ah-muh-DEE'-neh-zhahd) than President Barack Obama.

די כינעזע אויך נישט...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 5:59 pm
דורך געפילטע פיש
די וועבסייט פון די כינעזע קאמאניסטישע פארטיי האט פארעפענטליכט א נייעסל בשם די צוויבל, אז די דיקטאטור פון צפון קארעא, קים ז'אנג און, איז די מערסטע סעקסישע מאן פון יארע 2012 למס', ווי זיי ציטירן פונעם סאטירישן שטיקל, "זיין אויסטערליכע שיינקייט, קיילעכדיג פנימ'ל, קינדישע חן, און זיין שטארקע מאכטפולע געזיכט, דעי פיוניענג געבוירענע צערטל קינד איז יעדע פרויס חלום".
סיפור מלא

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 3:33 pm
דורך יידל
די כינעזע האבן נישט געכאפט אז עס איז סאטירע http://www.mail.com/news/world/1727798- ... subhero1-2

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 4:22 pm
דורך געפילטע פיש
דאס האב איך געמיינט מיט די קעפל "די כינעזע אויך נישט..." וואס באציט זיך צו זר זהב'ס קעפל א תגובה פריער וואס לויטעט "איראנע פארשטייען נישט צו סארקאזם...", בתקוה להבנה.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 10:38 am
דורך פידלער
אן אויסגעצייכענטע שטיקל מיט א גוטע מוסר השכל

http://www.theonion.com/articles/awkwar ... %3ADefault

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 1:29 am
דורך דער (פינטעל) איד
זיי הערן אויף עס צו דרוקן , סגייט זיין נאר אנליין.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:38 pm
דורך יין שרף
סקווירא עסט דאך נאר צוויבל קוגעל לרמז אז אלעס איז איין שטיק בלאף...!