בלאט 1 פון 1

21 יעריגע אידיש מיידל לויפט פאר מעיאר אין בינגהעמטאן, נ.י.

נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2017 7:25 pm
דורך ימי קדם
אן אינטערעסאנטער נייעס:

א אינג אידיש מיידל, בילא רובינטאן, אינגאנצען 21 יאר אלט, האט דערקלערט אז זי גייט לויפן פאר מעיאר פון די שטאט בינגהעמטאן אין אפסטעיט ניו יארק. זי לויפט אלס א דעמאקראט, אנטעקעגן די אמטירענדיגער מעיאר, ריטשארד דייוד - א רעפובליקאנער.
אירע שאנסען צו געוואונען אפילו די פריימעריס זענען לכאורה גאר שוואך. אויב זי באווייזט עס יא וועט זי ווערן די אינגסטער מעיאר אין די פאראייניגטע שטאטן, אוועקנעמענדיג דעם טיטל פון Svante Myrick וואס איז געווען א קנאפע 24 יאר ווען ער איז געווארען מעיאר פון די שטאט איטעקע, אויך אין ניו יארק.

בינגהעמטאן האט בערך 50,000 איינוואוינער, אבער עס האט אויך א חשיבות אלס די היים פון די "בינגהעמטען אוניווערסיטעט" איינע פון די בעסטע פובליק אוניווערסיטעטן אין ניו יארק.

דא זענען אפאר נייעס ארטיקלען איבער דעם:
www.pressconnects.com/story/news/local/new-york/2017/01/13/binghamton-university-student-announces-run-mayor/96551858/
www.wicz.com/clip/13032441/bu-student-running-for-mayor-putting-people-first