האט אבאמא געזאלט פארדאנירן רובאשקין?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: האט אבאמא געזאלט פארדאנירן רובאשקין?

שליחה דורך mevakesh »

גראדע האט אובמא גערעדט קעגן רובאשקין אנהייב פון די פרשה ווען ער האט קאמפיינט די ערשטע מאל
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 335
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך שאולדיספריםפאקער »

mevakesh האט געשריבן:גראדע האט אובמא גערעדט קעגן רובאשקין אנהייב פון די פרשה ווען ער האט קאמפיינט די ערשטע מאל

וואס הייסט?
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

mevakesh האט געשריבן:גראדע האט אובמא גערעדט קעגן רובאשקין אנהייב פון די פרשה ווען ער האט קאמפיינט די ערשטע מאל


ער האט געענטפערט א פראגע פון אן אייווא פרוי איבער רובאשקין. ער האט גערעדט ווי. א פאליטישאן אז "מ'ליינט אין די צייטונגן" אז אינגע קינדער ארבייטן אין מיעטפעקינג... וכו און ס'איז א פראבלעם.

כ'גלייב שווער אז פרעזידענט טראמפ וועט קענען עפעס טוהן אפי' אויב ער זאל וועלן, ווייל רובאשקין'ס ביזנעס איז געווען א טארגעט צוליב זייער הייערן איליגעל אימיגראנטן. דאס איז טראמפ'ס פוטער ברויט אישו, מידוועיסט, איליגעל אימיגרעשאן און אוועקנעמען זשאבס.

אבער אפשר צום סוף פון זיין קאדענץ ווען ער לויפט שוין נישט פאר ריעלעקשאן ווענט איוואנקא'ס באציאונגן מיט די חב"ד געמיינדע געבן די אוזן קשבת. ווי העניך שרייבט, ס'ווענד זיך אין מזל און באציאונגן מיט די ריכטיגע מענטשן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואליש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: האט אבאמא געזאלט פארדאנירן רובאשקין?

שליחה דורך החוקר »

mevakesh האט געשריבן:גראדע האט אובמא גערעדט קעגן רובאשקין אנהייב פון די פרשה ווען ער האט קאמפיינט די ערשטע מאל

אינטערסאנט, איך האב קיינמאל נישטמגעהערט אדער געזען דאס, קענסט אפשר ברענגען א מקור.
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: האט אבאמא געזאלט פארדאנירן רובאשקין?

שליחה דורך mevakesh »

החוקר האט געשריבן:
mevakesh האט געשריבן:גראדע האט אובמא גערעדט קעגן רובאשקין אנהייב פון די פרשה ווען ער האט קאמפיינט די ערשטע מאל

אינטערסאנט, איך האב קיינמאל נישטמגעהערט אדער געזען דאס, קענסט אפשר ברענגען א מקור.

http://wcfcourier.com/news/politics/article_c4145400-c390-5a2f-9120-5755f674dd20.html
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

האפענטליך יעצט ווען די קושנער'ס ווערן מעמבערס אין די שול פון הרב לוי שם-טוב בנוסף צו זייער וויזיט ביים ציון הנשיא קורץ ביפאר די וואלן, וועט חב''ד אויסנוצען די קשר און בעזרת השם יצליח.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

רובאשקין איז אין תפיסה אלס א רעזולטאט פון די בוש אדמיניסטראציע'ס פאליסי צו זיין שטייף אויף אומלעגאלע אימיגראנטן. רובאשקין זעלבסט אבער זיצט פאר פינאנציעלע מיסברויכן וואס איז אנדעקט געווארן דורכאויס די אימעגראציע אבעלאווא. די אבאמא אדמיניסטרציע האט געדראפט די אימיגראציע קלאגעס, זאגענדיג אז רובאשקין זיצט שוין ממילא א לאנגע טערמין.

ביים קאמפיינען אין אייאווא פאר די קאקאוסעס אין 2008 איז באריכטעט געווארן אין די דעמאן רעגיסטער אז קאנדידאט אבאמא איז אנגעפרעגט געווארן איבער די אגריפראסעסינג אבעלאווא.

ליין דא אויף וואס איז נייעס.

http://www.vosizneias.com/19708
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: האט אבאמא געזאלט פארדאנירן רובאשקין?

שליחה דורך החוקר »

mevakesh האט געשריבן:
החוקר האט געשריבן:אינטערסאנט, איך האב קיינמאל נישטמגעהערט אדער געזען דאס, קענסט אפשר ברענגען א מקור.

http://wcfcourier.com/news/politics/article_c4145400-c390-5a2f-9120-5755f674dd20.html

איך ווייס נישט צו די ביסט נישט באהאווענט אין דאטומען, אדער פשוט די האסט נישט געכאפט, אבער די לינק וואס די שטעלסט צו איז פון אוגעסט 2008 און רובאשקין איז פאראורטיילט געווארן נאוועמבער צוויי טויזענט ניין, דאס איז איבער א יאר. עס איז זייער פארשטענדליך אז ווען די נייעס איז געווען הייס, און לויט די אויבנאויף'דיגע פאקטן, האט רובאשקין אויסגעזען שילדיג, האט אבאמא אראפגעריסן א אויבנאויף'דיגע שילדיגער, נאכמער די עבירה צו וואס אבאמא באציעט זיך איז למעשה ארויסגעווארפען געווארן.


Sent from my Nexus 6 using Tapatalk
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

בלוקר
ביסט ווארשיינליך אביסל יונג, אבער די וואס געדענקען ווייסען אז אבאמא האט מער ווי גערעדט קעגען אים. דער שופטת האט געטוהן וואס דער אדמיניסטראציע האט פארלאנגט.

ד.ה. הגם ער איז נישט געגאנגען אין תפיסה צוליב די חטאים וואס זיי האבן אין געוואלט אריין לייגן, אבער די סיבה איז זיין עפענטליכע חוצפה פין נעמען נישט לעגאלע ארבייטער אויף א גרויסע פארנעם וואס איז נישט געוועהן אין קיין אנדערע קאמפאניס.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: האט אבאמא געזאלט פארדאנירן רובאשקין?

שליחה דורך דעת תורה »

* צ"ל די וואס געדענקען וואס איש תשבי האט געשמועסט אין מקוה 8 יאר צוריק. עס איז נישטא גארנישט וואס די "אדמיניסטראציע" איז געווען פארמישט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: האט אבאמא געזאלט פארדאנירן רובאשקין?

שליחה דורך החוקר »

אישתישבי האט געשריבן:בלוקר
ביסט ווארשיינליך אביסל יונג, אבער די וואס געדענקען ווייסען אז אבאמא האט מער ווי גערעדט קעגען אים. דער שופטת האט געטוהן וואס דער אדמיניסטראציע האט פארלאנגט.

ד.ה. הגם ער איז נישט געגאנגען אין תפיסה צוליב די חטאים וואס זיי האבן אין געוואלט אריין לייגן, אבער די סיבה איז זיין עפענטליכע חוצפה פין נעמען נישט לעגאלע ארבייטער אויף א גרויסע פארנעם וואס איז נישט געוועהן אין קיין אנדערע קאמפאניס.


איך ווייס נישט ווי מיין יארגאנג קומט אהער, איך האב געפרעגט:
החוקר האט געשריבן:אינטערסאנט, איך האב קיינמאל נישט געהערט אדער געזען דאס, קענסט אפשר ברענגען א מקור.

mevakesh האט עפעס געלינקט, אבער דארט שטייט נישט וואס ער אדער די זאגן, האלטן מיר ביי אלף.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום החוקר, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יעל מיט ירד זענען געווען ביים ציון די מוצ"ש פאר די עלעקשאנ'ס.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אין וויקיפעדיע שטייט אז עס האט געברויכט זיין אסאך פריער נאר צוליב פאליטישע סיבות איז די אבעללעוווע אפגערופן געווארן.

אבאמא האט געהאקט אויף רובאשקין ווען ער איז נאך געלאפן פרעזידענט, און אין זיין ערשטע יאר איז די אבעללעוווע געשעהן.

הוה אומר אז אבאמא האט דאס דוקא געוואלט.

בערך וויאזוי טראמפ איז געלאפן האט ער גערעדט וועגען די צרות וואס די מעקסיקאנער מאכען אהן, און ווען עס ווערט פארווירקליכט און ער שיקט אהיים אסאך מעקסיקאנער, איז עס ווייל ער האט עס געוואלט.

און בשעת מעשה איז געווען נאך ראיות לדבר וואס מען האט געוויסט.

בעטען אבאמא זאל פארדענען רובאשקין איז אזויווי בעטען אהרן זאל פארדענען משה גבאי. גייט נישט געשעהן, איז נישט געשעהן, און קען נישט געשעהן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: האט אבאמא געזאלט פארדאנירן רובאשקין?

שליחה דורך דעת תורה »

ר' איד טייערער, די אבלאווע האט פאסירט פעסט אונטער בוש'ס רעגירונג. אבאמא האט רעאגירט צו די נייעס איבער די אבלאווע אלס קאנדידאט. כ'ווייס נישט וואס שטייט אין וויקיפעדיע נאר די פאקטן האט יעדער מיטגעהאלטן.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: האט אבאמא געזאלט פארדאנירן רובאשקין?

שליחה דורך החוקר »

אישתישבי האט געשריבן:אין וויקיפעדיע שטייט אז עס האט געברויכט זיין אסאך פריער נאר צוליב פאליטישע סיבות איז די אבעללעוווע אפגערופן געווארן.

יגעתי ולא מצאתי, קענסט דאס אפשר מער פונקטליכער אראפברענגען?
איך געדענק אז עס איז געווארן אפגעשטופט, דענק איך נישט עס איז געווען וועגן פאליטישע סיבות, און אפילו אויב יא מהיכי תיתי אז עס איז צוליב אבאמא'ס פאליטיק?

אישתישבי האט געשריבן:אבאמא האט געהאקט אויף רובאשקין ווען ער איז נאך געלאפן פרעזידענט, און אין זיין ערשטע יאר איז די אבעללעוווע געשעהן.

אישתישבי האט געשריבן:און בשעת מעשה איז געווען נאך ראיות לדבר וואס מען האט געוויסט.
.

וועל איך צום דריטן מאל בעטן, קענסטו ביטע צוברענגען א מקור, אפילו נאר איינס איז שוין עפעס. איך לייקען נישט אבער א מקור וואלט שיין געווען.
בדרך אגב, די אבלאווע האט נישט פאסירט אינטער זיין קאדענץ.
אישתישבי האט געשריבן:בערך וויאזוי טראמפ איז געלאפן האט ער גערעדט וועגען די צרות וואס די מעקסיקאנער מאכען אהן, און ווען עס ווערט פארווירקליכט און ער שיקט אהיים אסאך מעקסיקאנער, איז עס ווייל ער האט עס געוואלט.

איך מיין א גלייכערע משל וואלט געווען, אויב אבאמא האט נישט קיין מיינונג איבער איראק, און נאכן ווערן פרעזידענט זאגט מען אז די מלחמה האט מען אנגעהויבן צוליב אים.

איך וויל קלאר מאכן אז איך האב ריכטיג פארשטאנען, לשיטתך, האט אבאמא באיינפלוסט בוש'ס פראקורארן ווייל ער האט אים פערזענליך געוואלט זען אין תפיסה, א שטייגער ווי אהרן און משה גבאי, ריכטיג?

שיעור פארגעסן איין קליינע דעטאל, אבאמא איז נאך ניטאמאל געווען פארזיכערט מיט די דעמאקראטישע נאמינאציע ווען די אבלאווע האט פאסירט.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

סארי פאר די נישט מדויק'דיגע אינפארמאציע.

ווען אלעס איז אבער געגאנגען פאר רובאשקען מיט די לינקע פאה, דארף מען זיין היבש נאאיוו אנצונעמען אז די פרעזידענט האט נישט געווינקען לאותו דרך.

די פעדעראלע פראסעקיוטערס האבען געוואלט לכתחילה לעבנסלענגליכע טורמע און מחמת פרעשור האבען זיי נאכגעלאזט אויף פינף און צוואנציג יאר, און דער שופטת האט צוגעגעבען נאך צוויי יאר, אהן קיין פחד, און ווען פערציג קאנגרעסלייט האבען געשריבען צו די דיפארטמענט אף יוסטיץ אז מען טוט דא אן עוולה האט דער ווייסער הויז מיט דער יוסטיץ דעפארטמענט דוחה געוועהן בקש.

ווי אויך דער סופרים קארט האט נישט געוואלט אננעמען זיין קעיס.

כלומר, טאמער וואלט אבאמא געוואלט טוהן, האט ער געקענט טוהן למפרע אסאך מער און גרינגער דורך גרינגערע אופנים ווי געבען א פארדאן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
שצם_חנכל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך שצם_חנכל »

צווישען די אלע קלעמענסי געניסער, וויפיל האבן סערווירט פאר ווייסע-קאלנער קריים אזויווי רובאשקין? כ'וואלט נישט געווען איבעראשט אויב די נומער איז אונטער צען.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

אישתישבי האט געשריבן:דארף מען זיין היבש נאאיוו אנצונעמען אז די פרעזידענט האט נישט געווינקען לאותו דרך.


נעווערמיינד אז א מינוט צוריק האסטו נישט געוויסט וועלכע יאר אינעם קאלענדער די אבעלאווא איז פארגעקומען, האסט נישט געוויסט וועלכער פרעזידענט'ס אדמיניסטראציע האט דאס פארארדערט, כאטש דאס זענען פאקטן וואס מ'קען באשטעטעגן מיט איין גוגעל זיך, און כאטש וואס עס איז פארצייכענט געווארן טאקע דא אינעם אשכול. אבער פון באשולדיגן א צווייטן אין זיין "צו אינג" צו געדענקן די "אלטארנאטיווע פאקטן" ביז זיך קרייצן אז מ'ברויך נאיוו זיין נישט צו "אנעמען" באזיסלאזע קאנספעראציעס איבער אבאמא'ס ןוינקן מעג אריימקומען א הכנעה'דיגע אנטשולדיג צום "אינגן" מיטגליד און אן הודאה אז ס'איז געווען באזיסלאז.

כ'האב פערזענליך גערעדט מיט דע אדוואקאטן וואס האט געארבייט אויף די רובאשקין קעיס און כ'האב אנטייל גענימען אין באראטונגס סעסיעס. קיינמאל, קיינמאל איז נישט געווען קיין פארדאכט אז אבאמא, ראמני, טראמפ אדער קלינטאן און אפי' בוש אדער סיי וועלכע הויכראנקיגע פאליטישאן זאל האבן סיי וויאזוי אינטערווינירט קעגן רובאשקין. עס איז פשוט נישט פארהאן די באווייזן דאס צו חושד זיין און ס'מאכט נישט קיין סענס אז זיי זאלן זיך קימערן מיט א פארבארגענער ארעסטאנט, בלויז איינס פון מיליאנען ארעסטאנטן. רובאשקין ווי טויזענטער און מיליאנען אנדערע איז אריינגעפאלן אין די יוסטיץ סיסטעם, און די יוסטיץ סיסטעם ברויך נישט קיין שום "אינטערווענציע" פון א פרעזידענט אז ס'זאל זיין שטייף, עקסטרעם און ברוטאל. דאס איז די סיסטעם זעלבסט. ווי געזאגט, די איינציגסטע דירעקטע באשלוס פון די אריינקומענדיגע אבאמא אדמיניסטרציע'ס יוסטיץ דעפארטמענט איז געווען די באשלוס צו "נישט" גיין ווייטער מיט די אימיגראציע קלאגעס קעגן רובאשקין וועלכע האט נאך געהאנגן איבער אים זינט די בוש אדמיניסטראציע'ס אבעלאווא אלס א חלק פון איר מלחמה קעגן אומלעגאלע אימיגראציע ארבייטסגעבער.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

א פרישע בליק איבער די 'אנטיסעמיטישקייט' אינעם רובאשקין קעיס. פאר מיר פערזענליך קאנפערמד עס וואס איז בשעתו געווען א סוד פאר גאנץ בראד אז מען האט עם גענוג מאל געווארנט, בעסער געזאגט מען האט עם צענדליגער מאל געווארנט.

ביז 15-18 מינוט איז סתם איבערגעקייט וואס יעדער וויייס שוין, נאכדעם איז אינטרעסאנט.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Yi9xvTtLiXU[/youtube]
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
פארשפארט