בלאט 1 פון 2
לאמיר אויסניצן דעם אימשאצבארן מתנה וואס מיר פארמאגן: עברית
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 4:04 am
דורך moshav zekeinim
ווייניג מענטשן אין די וועלט קענען פליסיג ליינען זייערס א שפראך וואס איז געשריבן געווארן מיט פיר הונדערט יאר צוריק, יידיש פון פיר הונדערט יאר צוריק איז קוים פארשטאנדבאר פאר מאדערן יידיש רעדנדע, שעיקספיר אויך פון פיר הונדערט יאר צוריק קוקט כמעט נישט אויס ווי ענגליש פאר א מאדערנער ענגליש רעדנדער.
נאך ווייניגער מענטשן קענען ליינען שריפטן פון איבער טויזנט יאר צוריק, אראבערס וועלעכע ליינען די קוראן און לאטייניש רעדנדע, אייסלענדיש רעדנדע, זענען פון די וואס קענען דאס באווייזן. ענגליש איז נאך דעמאלס ניטאמאל געבוירן געווארן.
אבער נאך א קלענערע צאל זענען די וואס קענען פליסיג ליינען שריפטן געשריבן מיט קרוב צו דריי טויזנט צוריק. פון אט די געציילטע זענען טייל הינדוס וועלעכע זענען פליסיג אין סאנסקריט, און בענגלאדעשער וועלעכע זענען פליסיג אין טאהאלי, און אידן וועלעכע זענען פליסיג אין שפת עבר. רוב היינטיגע פאפולערע שפראכן זענען נאך ווייט נישט געבוירן געווארן דעמאלס.
לאמיר נאר אריין טראכטן וואס פאר אן אומשאצבארער אוצר דאס איז צו קענען פליסיג ליינען שריפטן פון טויזנטע יארן צוריק ככתבם וכלשונם. דאס איז א דירעקטער פענסטער צו גאר ווייטע פארגאנגענע צייטן. מיר זענען ערמעגליכט צו זעהן עפעס וואס אנדערע קענען נישט זעהן, עס איז אזויווי מיר זאלן קענען זעהן בילדער פון יענע גאר ווייטע תקופות אינדערצייט וואס אנדערע קענען זיי נישט זעהן.
די לשונות זענען קלאר און פארשטענדליך, מיר האבן די בילדער פאר די אויגן, די דירעקטע לשונות פון כותבים פאר איבער צוויי טויזנט יאר צוריק, לאמיר נאר אויפמאכן די אויגן און זיי באטראכטן, שפאצירן צווישן זייערע ליניעס, באטאפן די ווייטע אמאל מיט די בלויזע הענט. און אודאי לאמיר נישט לאזן דרשנים ומוסרנים פארנעפלען און דערווייטערן זייער קלארקייט און ארגינעלקייט, כי קרוב אלך הדבר מאוד.
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 10:29 am
דורך קאווע טרינקער
אמאל זאגטסע גוט.
איין פראבלעם נאר, פאר 2000 יאר צוריק האט דער שפראך געהייסען "עברי", נישט עברית. אבער דיין POINT איז ריכטיג, אונז האבן א קשר און א שלשלת וואס ציעט זיך זייער לאנג. עם הספר.
Re: לאמיר אויסניצן דעם אימשאצבארן מתנה וואס מיר פארמאגן: עבר
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 11:02 am
דורך מפוזרי
'עברי' קיינמאל. בזמן בית ראשון 'יהודית', ובימי בית שני (2000 יאר צוריק) 'עברית' אבער בעיקר 'לשון הקודש'.
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 12:54 pm
דורך moshav zekeinim
רש"י אין פרשת בראשית רופט עס לשון עברי. שוין אין די משנה אין גיטין טרעפט מען "עברית": גט שכתבו עברית ועדיו יונית, יונית ועדיו עברית. דאס איז אבער לכאורה אויפן כתב און נישט אויפן שפה. יהודית איז נאר ביי די מעשה פון רבשקה און בימי נחמיה, ד.ה. שוין נאך גלות עשרת השבטים ווען בלויז מלכות יהודה איז פארבליבן. אינטרעסאנט טאקע אז מען זעהט נישט ערגעץ אנדערש אין תנ"ך אנרופן ביים נאמען דעם שפראך מיט וואס זי ווערט עפ"י רוב געשריבן.
Re: לאמיר אויסניצן דעם אימשאצבארן מתנה וואס מיר פארמאגן: עבר
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 1:14 pm
דורך מפוזרי
לשון עברי איז אזוי ווי מ'זאגט לשון יווני, אבער דער שפראך הייסט יוונית.
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 1:35 pm
דורך moshav zekeinim
בכלל איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז אין די תורה און די נביאים ראשונים ווערן קיין נעמען פון שפראכן בכלל נישט דערמאנט. עס ליגט מיר נישט אין קאפ אז עס זאל דארט ווערן דערמאנט "מצרית" כנענית ארמית פלושתית שבאית, כאטש די שפראך אישו וואלט געדארפט זיין א וויכטיגער טייל פון די סיפורים. אבער עס ווערט נישט דערמאנט קיין פיפס דערוועגן. אויסער דער פסוק אין דברים צִידֹנִים יִקְרְאוּ לְחֶרְמוֹן שִׂרְיֹן וְהָאֱמֹרִי יִקְרְאוּ לוֹ שְׂנִיר וואס דאס איז אן ענין פון א נאמען, נישט פון א גאנצער שפראך, און ווי אויך שטייט נישט "בצידונית קוראים... ובהאמורית קוראים...
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 1:58 pm
דורך moshav zekeinim
קאווע טרינקער האט געשריבן: אונז האבן א קשר און א שלשלת וואס ציעט זיך זייער לאנג. עם הספר.
וואס איך מיין ארויס צוברענגען איז אז מיר פארמאגן א דירעקטער קשר צום גאר ווייטן אמאל, מיר קענען דעריבער פארשטיין בעסער יענע תקופות, און מיר וואלטן אפילו געקענט געהעריג קאמיוניקעטן מיט די מענטשן.
לאמיר זיך מצייר זיין ווי מיר זעצן זיך אין א צייט מאשין אינאיינעם מיט מענטשן פון פארשידענע אנדערע פעלקער, מיר פארן צוריק דריי טויזנט יאר צו די מדינות פון ווי די רייזנדע שטאמען, וויפיל פון די פארשידנארטיגע רייזנדע וואלטן געקענט קאמיוניקעיטן מיט זייערע אור פאטער? דער ענגלישער נישט דער פראנצויז אויך נישט, אבער מיר וועלעכע קענען און פארשטייען לשון המקרא וואלטן גרינג געקענט קאמיוניקעטן מיט שפן הסופר און אפילו שמואל הנביא. צו דעם דארף מען אבער קענען א ריינעם לשון הקודש און זיך נישט לאזן פון סילופים פון פארשידענע דורשי המקרא.
אגב, אידן אלס עם הספר שטאמט דוכט זיך פונעם קוראן.
Re: לאמיר אויסניצן דעם אימשאצבארן מתנה וואס מיר פארמאגן: עבר
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 2:22 pm
דורך מפוזרי
בכתב וואלט מען זיך טאקע געקענט פארשטענדיגן, אבער נישט מיטן מויל. ווארשיינליך, איז דער הברה און אקצענט פארדרייט געווארן לבלי היכר. אפילו די תימנ'ער.
לגבי שפראכן אין די תורה; טאקע נישט קיין שפראך נעמען, אבער חילוקי שפות ווערט שוין דערמאנט ביי די פרשה פון מגדל בבל, יגר שהדותא בײ לבנ'ן, און כי המליץ בינותם בײ יוסף.
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 6:15 pm
דורך moshav zekeinim
און גוי אשר לא תשמע לשונו.
און אז דו קוקסט שוין אויף די דיאלעקט אונטערשידן, לאמיר דיר דערמאנען אז דער אמאליגער כתב איז געווען כתב עברי און נישט כתב ארמי וואס מיר ניצן היינט.
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 6:42 pm
דורך שלמה המלך
היצטערט נאך אלע הסבירים וויזוי קען מען עס טאקע אויסנוצען?
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 7:29 pm
דורך moshav zekeinim
די פסוקי התורה ונ"ך וואס מען האט פאר די אויגן זאל מען באטראכטן מיט אן אויפמערקזאמער בליק, און פראבירן גוט ארויס צו האבן די ווערטער און אויסדרוקן.
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 7:30 pm
דורך דולה ומשקה
זעהט ויס דער האט בכלל נישט אדורך געקוקט/געלערנט דער 'מאמר לשון הקודש' פון רבין זכרונו לברכה.
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 7:37 pm
דורך moshav zekeinim
איך האב טאקע נישט. וואס שרייבט ער דארטן לענינו?
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 11:45 pm
דורך berlbalaguleh
דולה ומשקה: דער עיקר (אדער, לכה"פ א גרויס חלק) פונ'ם מאמר לשון הקודש אין ויואל משה רעדט איבער דעם פאקט אז מ'טאר נישט און מ'זאלל נישט לערנען תורה מיט מיידלעך...!
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 11:56 pm
דורך berlbalaguleh
פונקט אזוי ווי ענגליש, למשל פון 70/80 יאר צוריק איז אנדערש פון די היינטיגע גערעדטע שפראך. און די ענגלישע אויסדרוקן און אינטאנאציע פון עטליכע הונדערט יאר צוריק איז זיכער אינגאצן אנדערש פון די היינטיגע גערעדטע שפראך. איז כל שכן וקל וחומר אז ביי לשון הקודש, וואס איז שוין אלט טויזנטער יארן איז זיכער דא א גרויסער חילוק פון די שפראך וואס אידן האבן גערעדט בימי התנ"ך און בימי התלמוד ביז די מאדערנע שפראך עברית וואס ווערט היינט גערעדט אין ארץ ישראל. און אין דעם אליינס איז אויכעט דא חילוקים. ס'איז דא א קלאסישע מאדערן היברו און א קאללאקיועל שפראך וואס דער פראסטער המון עם רעדט...!
אליעזר בן יהודה, דער גרינדער און פארפאסער פון די היינטיגע מאדערנע עברית, כאטש ער איז (אנגעבליך) געווען אן אפיקורס. אבער ער האט דאך געקענט לערנען און געווען א גרויסער ידען. ווייל די היינטיגע מאדערן עברית איז אינגאנצן געבויעט אויף ווערטער און אויסדרוקן פון תנ"ך און תלמוד...!
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 1:30 am
דורך מבקר
moshav zekeinim האט געשריבן:אינטרעסאנט טאקע אז מען זעהט נישט ערגעץ אנדערש אין תנ"ך אנרופן ביים נאמען דעם שפראך מיט וואס זי ווערט עפ"י רוב געשריבן.
עיין ישעיה (נכון, הוא מהנביאים האחרונים) פרק י"ט פ' י"ח
ועיין רמב"ן בפירושו עה"ת בראשית פרק מ"ה פ' י"ב (ולפלא שלא מציין לספר ישעיה).
Re: לאמיר אויסניצן דעם אימשאצבארן מתנה וואס מיר פארמאגן: עבר
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 8:12 am
דורך מפוזרי
דער פסוק אין ישעיהו רעדט קלאר פון די אידן (עובדי הוי') וואס וואוינען אין ארץ כנען.
ס'איז א שיינער צושטעל, אבער נישט קיין פלא אויפן רמב"ן.
נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2017 11:03 am
דורך מאטי
Moreover, suppose the Jewish youth educated in the association’s schools travels to the world’s enlightened countries (for the association will send them to the best universities for advanced study)—and behold another wonder! Educated young Jews who are not Germans, French, or anything but sons and daughters of the Land of Israel communicating with one another in the Hebrew language of yore! . . . Seeing the honor accorded it, the language of Scripture, by their Christian friends, Jews, too, will recognize that their ancient tongue has come gloriously back to life. Many will become aware of its grace and beauty and long to learn it themselves. And when they do, they will have teachers, Hebrew speakers from Palestine, whom they will prefer to instructors from their own countries, just as one would always rather be taught by a native speaker.
Ahad Ha'am
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 2:44 pm
דורך ישראל גלויבער
וואס אין דויטש איז א גאנצע פסוק איז אין עברית איין ווארט און אמאל איין אות
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 9:03 pm
דורך berlbalaguleh
איין משל: דער פסוק..."הרה נסו"...צו דעם בארג זענען זיי אנטלאפן...! 6 ווערטער, אין אידיש. וואס אין לשה"ק איז עס נאר 2 ווערטער...!
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 9:31 pm
דורך ישראל גלויבער
אז איך וויל זאגן, ''וואס מיינסטו צו זאגן''' דארפסטו נישט מער ווי שרייבן צו יענעם א וואוו
למשל, אמרת שאם אני יהיה שם אני יאכל משהו.
און איך ענטפער ו...
ווי איינער זאגט, נו וואס ווייטער?
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 10:19 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל גלויבער: דאס איז א ריין עיברית'ער אויסדרוק. פונקט אזוי ווי אן איזראעלי ווען ער גייט אויף אן אינטערוויו...האסט שוין אמאל געהערט...מ'פרגעט ביי איהם...מה השם שלך...רוני...עה...שאולזון...איפה אתה גר...עה... אני גר...עה ב'תל אביב. עה...עה...אני גר עה...בבית מגורים...עה...ו'עה...אני עה...עובד ב'...צמיגים....עה... אני עה...מוכר צמיגים...עה... חדשים...עה...ומשומשים...עה...אני...ממהר...עה. כי יש לי...עה... תור אצל עה...הרופא שיניים..עההה שלום...!
נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2017 3:02 pm
דורך ישראל גלויבער
שטעל דיך פאר די ציונים וואלטן גערעדט יידיש.. און טאמער מ'וואלט עס גע'אסר'ט, און גערעדט ביי היימישע לשון הקודש, וואלט געפעלט די זאפטיגע אויסדרוקן. אבער יעדע זאך האט מעלות און חסרונות.