הגה"צ וויזניצע רב איז מקנא קנאת השם
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 2:55 pm
[justify]עס ווערט אצינד באריכטעט אין די חרדישע פרעסע די העראישע אקט פון הרב הצדיק המפורסם רבי יצחק יוחנן האגער אבדק"ק וויזיניץ וומסב"ג בן כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ שליט"א זקן האדמורי"ם. געווען איז דאס ביי די מלוה מלכה לטובת מוסדות וויזניץ ווען עימיצער פון די מחרחרי ריב האט פוער פיו געווען און מיט א דרייסטע חוצפה ארויסגעטרעטן קעגן די וועלכע איז באשערט עוסק זיין על המחיה ועל הכלכלה, און מיט זיין שמוציגער לשון אנגעהויבן רעדן בשבח פון די השומרים קארטלעך וואס איז פארפיינטעט ביי יעדען ערליכער איד און ביי גאנץ כלל ישראל, הרה"צ רבי יצחק יוחנן וואס איז געזעצן דארט בראש המסובים האט מיט עזות דקדושה שטיל געמאכט דעם פאררעטער, און כאטש די פחד וואס די גרופע סיקריקים טראגן מיט זיך, אנווארפנדיג א שרעק מיט די אלע טעראר מיטלן וואס זיי נוצן כסדר פאר יעדעם וואס שטייט זיי און וועג, האט זיך וויזניצע רב נישט דערשראקן דערפון נאר מקיים געווען דעם ויגבה ליבו בדרכי ה'.
כאטש דער גרופע טעראריסטן וואס שטייען אונטער די ביזנעס פון די השומרים קארטלעך פרובירן אייביג אויפצוווייזן און אפצופרעגן יעדער פאסירונג פון סיי וועלכער רב עס רעדט ארויס קעגן זייערע מעשים תועבים, ווי אויך פרובירן זיי ארומצוגיין רעדן ברבים דערפון פארנט פון גדולי ישראל וויסנדיג אז נישט יעדער גייט זיי מבייש זיין און אפשטעלן, און דערנאך נוצן די שתיקה אלץ א הודאה, האבן זיי דא איינגענומען א שטילשווייגעניש דערנאך וואס די מעשה רב איז פארגעקומען בתוך כל הקהל הקודש, פארנט פון די אויגן פון הונדערטער אידן, דער מחוצף זענדיג כי כלתה אליו הרעה, און איינמאל פאר אלעמאל איז קלאר אויפגעוויזן געווארן אז ערליכע אידן טרייסלן זיך אפ פון זייערע געמיינע מעשים, נישט ווי זיי פרובירן צו פראפעגאנדירן אז זיי האבן די הסכמה פון אלע גדולי ישראל, איז געווארן רויט ווי פייער, די בושה האט אים געפלאמט אין פנים, הרצים יצאו דחופים, די פאסירונג האט זיך שנעל פארשפרייט מאוזן לאוזן, און כלל ישראל איבער די וועלט האט עס אויפגענומען מיט א פרייליכע שטימונג און דריקט אויס א שבח צום בורא עולם אשר לא השבית לנו גואל.
מיר זענען שוין נמאס פון צוקוקן ווי ראדיקאלן נוצן אונזערע קינדערלעך פאר זייערע מיאוסע מעשים, דאס נוצן די קינדער פאר טעראר איז א אלטע מיטל ביי אלע צוריקגעשטאנענע גרופעס אין די מיטל מזרח און אין די דראג קארטאל'ן אין נארט אמעריקא און אין אפריקא, דאס איז גענוי וואס די אייסיס טעראריסטן טוהן. אין די פארגעשריטענע וועלט ווייסט מען אבער אז דארט ווי מ'קעמפט פאר יושר מיט יושר'דיגע מיטלן, דארף מען נישט ניצן קיין קינדער, און אויב נוצט מען קינדער ווייסט מען אז דאס קומט ווייל צו א אפגעפרעגטע זאך קען מען נאר נוצן אומערפארענע קינדער זיך צו ספראווען דערמיט. דער יוגנט איז שוין מיד פון די פאלטשע מערכות שלא לשם שמים, מיר געדענקן נאך ווען מ'האט גענוצט די יוגנט צו טשעפענען די אלטע קלויזענבורגע רב, מ'האט זיין שוין גענוצט נאכצושרייען און נאכווארפן שטיינער די אלטע סאטמערע רעבעצען, נאכצושרייען מאנטיווידעא רב, קארלסבורגע רב, מיט נאך א פולע ליסטע, מיר ווילן דאס מער נישט זעהן זיך איבערחזר'ן, מיר ווייסן שוין וואס די לשם שמים מערכות ווי מ'נוצט די יוגענט ברענגט מיט זיך, לאזט ארויס די יוגנט פון די סארט חאזעריי, אויב וויל סיי ווער בויען א ביזנעס פון קינדער שפילצייג און בויען די ברענד פון השומרים קארטלעך, זאל ער עס אליין פארטיילן, נישט נוצן די קינדער פאר זייערע מארקעטינג.
אויב האט איר קינדער אין שטוב לערנט זיי די הוראה פון גדולי ומאורי הדור אז אזאנע שפילצייג איז סם המוות, דאס איז די נעץ פונעם שטן, ווי אויך דארפט איר אנרופן די מוסד פון אייער קינד און פארלאנגן אז איר ווילט נישט אז אייער קינד זאל לערנען אין איין קלאס מיט א קינד פון א משפחה וואס ביי זיי אינדערהיים קומט אריין די טריפה'נע קארטלעך, מיר געדענקן נאך ווי גדולי ישראל האבן באקעפט די טעלאוויזיע ווייל זיי האבן נישט געוואלט מ'זאל מיטהאלטן די אלע געמיינע שאוס וואס האט אין זיך שפיכות דם וכו', אט דאס ווילן די יונגאטשעס אריינברענגן ביי אונז, זיי זענען מפרסם בילדער ווי מ'הארגעט מענטשן וכו' ווער ווייסט וואס דאס קען נאך ברענגן מיט זיך. כלל ישראל איז אנטשלאסן צו באקעמפן די טומאה פון די השומרים קארטלעך, מיר נעמען נישט אן קיין תירוצים אז דער גרינדער פון די קארטלעך דארף דאס צו מאכן פרנסה, פרנסה דארף זיין בהיתר ולא באיסור.
און פאר די עלטערן פון אזאנע קינדער וואס זענען שוין פארכאפט מיט די ראדיקאלע אנשויונגען לאמיר קלארמאכן, אצינד מאכט אייער קינד א חיים טובים, ווארט נאר צו ביז ער גייט דארפן אנגענומען ווערן אין א ישיבה, דאן וועלן די זעלבע אייגענטומער פון די השומרים קארטלעך ביזנעס שרייען אז דער בחור איז דאך א מחוצף, קוק ווי אזוי ער רעדט צו עלטערע, הער זיין שפראך, איר וועט אייך דעמאלטס קלאפן קאפ און וואנט און נישט וויסן פון ווי דער קינד האט זיך דאס אלעס אויסגעלערנט. און צום סויף וועט ער נאך ארומגיין שלאגן מענטשן אזוי ווי מיר הייבן לעצטענס אן זעהן, און מ'וועט אים ארעסטירן אויף הארבע קלאגעס, וואס וועט איר דעמאלטס טוהן? ראה הזהרתיך!
--------------------------
זעהט דא א לינק צו די נייעס: http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=114253[/justify]