בלאט 1 פון 9
מנשה (פילם)
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 12:11 pm
דורך ישראל גלויבער
[center]מנשה (פילם)
[/center]
כ'וויל מאכן א הקדמה קלה ונקיה
ס'דא וואס האבן מיר געשיקט אין פריוואט, אויב איך בין מנשה לוסטיג אליינס, די ענטפער איז ווי די אמת, אז ניין! אבער כ'וועל נישט לייקענען אז איך קען עהם גוט, אבער נישט פון די נאנט.
היות כ'וויל הערן פרטים וועגן דעם נייעם פילם, וואס ער שפילט דערויף, זיין אייגענע געשיכטע, און כ'זע נישט אז מ'זאל קענען פון עהם ארויסבאקומען צו סאך פרטים, האב איך שוין לאנג געוואלט עפענען א אשכול און הערן ווער ס'האט יא דערווישט פרטים.
איך זע אז ''דער וועקער'' האט עהם אינטערווינערט, אבער כ'גלייב נישט אז דארט שטייט אלעס, ווייל איך בין נאך גענוג נאנט מיט עהם, און פאר מיר האט ער נישט געוואלט רעדן אסאך, ממילא איז דא דא עפעס סודות?
והנה ווער ס'ווייסט מער פרטים, ביטע אהער געבן. ותודה למפרע
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 12:41 pm
דורך איך אויך
א כלל ידוע בעולם אז געווענליך ווען איינער זאגט/שרייבט אז ער גייט זאגן אמת איז עס די ווייטסטע דערפון.
לעצם העניין פון דיין פי אר וואס דו שטופסט אריין אין יעדע צווייטע אשכול, דארפסטו זיך נאך זייער אסאך צולערנען ווייל דו ביסט זייער דארכזוכטיג.
געדענק אז א קלוגע איד האט אמאל געשריבן ''די ניקס דא זענען אסאך קליגער ווי דו מיינסט''.
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 12:44 pm
דורך ישראל גלויבער
צום ענין.
וואספארא אינטערעס האט ער געהאט עס צו מאכן, און האט ער פארדינט פון דעם אויך, און וואס איז די אפקלאנג
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 1:33 pm
דורך כוכב
איך אויך, לאז דער באן פארן.
ס'איז זיכער אן אינטערעסאנטע פענאמען דער מנשה פילם און לאמיר קוקן וויאזוי עס וועט זיך אנטוויקלען דער אפקלאנג.
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 1:41 pm
דורך איך אויך
א שנעלע זוך ווייט מיר עט ליעסט 10 אשכולות ווי דער פרעגט/טראלט אזוי 'בתמימות' איבער ענד איבער וועגן א אומבאקאנטע פילם.
גלייב מיר איך האב עם שוין די ערשטע מאל געוואלט בעטן ער זאל פליז נישט דרייען די אייער אבער אזוי ווי עס נעמט נישט קיין עק מוז מען זאגן ברחל בתך כדי מען זאל נישט באקימן א פילינג אז דא דייע זיך נאר נערנים און נארישע כופרים.
Re: מנשה (פילם)
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 1:59 pm
דורך סאשי פיש
יעצט אז דו זאגסט טראכט איך אז דו ביסט טאקע אים
Re: מנשה (פילם)
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 2:01 pm
דורך סאשי פיש
איך אויך האט געשריבן:א שנעלע זוך ווייט מיר עט ליעסט 10 אשכולות ווי דער פרעגט/טראלט אזוי 'בתמימות' איבער ענד איבער וועגן א אומבאקאנטע פילם.
גלייב מיר איך האב עם שוין די ערשטע מאל געוואלט בעטן ער זאל פליז נישט דרייען די אייער אבער אזוי ווי עס נעמט נישט קיין עק מוז מען זאגן ברחל בתך כדי מען זאל נישט באקימן א פילינג אז דא דייע זיך נאר נערנים און נארישע כופרים.
ער שטעלט אן א פנים ווי א תם און שטויסט ווי א מועד...!!!
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 2:11 pm
דורך סמבטיון
וועם גייט אן ווער ער איז איז וואס זיין מטרה איז? גראדע בין איך אויך נייגעריג צו וויסן מער איבער דעם פילם, נו אז איך פרעג שוין מיין דריטע מאל וועגן דעם פילם בין איך חייב סקילה?
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 2:12 pm
דורך ישראל גלויבער
סמבטיון האט געשריבן:וועם גייט אן ווער ער איז איז וואס זיין מטרה איז? גראדע בין איך אויך נייגעריג צו וויסן מער איבער דעם פילם, נו אז איך פרעג שוין מיין דריטע מאל וועגן דעם פילם בין איך חייב סקילה? בדרך אגב, איך אויך, דו באקומסט א געהאלט פון קאווע שטיבעל אריינצופראקן אין יעדעם וואס שרייבט עפעס וואס דו שמעקט נישט?
גענוי!
וואס דארף איך טון זאלסט מיר גלייבן, כ'וועל דארפן באצאלן אויך? איך בין נייגעריג, ס'איז א אינטערעסאנטע נושא, און קיינער ענטפערט מיר נישט.
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 2:15 pm
דורך סאשי פיש
איך ווארט דו זאלסט אנהייבן ארויסלייגן די אימעילס וואס מען גייט דיך שיקען...
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 2:36 pm
דורך [NAMELESS]
ישראל גלויבער האט געשריבן:צום ענין.
וואספארא אינטערעס האט ער געהאט עס צו מאכן, און האט ער פארדינט פון דעם אויך, און וואס איז די אפקלאנג
דיין קשיא איז צוטיילט אין דריי:
א) וואספארא אינטערעס האט ער געהאט עס צו מאכן,
ב) האט ער פארדינט פון דעם אויך,
ג) וואס איז די אפקלאנג.
פאר א פרעמדער אינטערסירט נישט קיינער פון די דריי זאכן. וועם גייט אן וואס די אפקלאנג איז, ס'איז קיינעם נישט נוגע חוץ פאר די ארויסגעבער אליין, די זעלבע צו ער האט פארדינט דערפון, דאס איז עפעס וואס אינטערסירט נישט פאר סתם א מענטש, און די שאלה וואספארא אינטערעס האט ער געהאט עס צו מאכן איז אויך עפעס א יוצא דופן קשיא.
פאר א פרעמדער וואלט ענדערשט אינטערסירט די פאלגענדע דריי קשיות, וואס איז די מעשה פון די פילם, ווי פראפעשענעל און ווי אינטערסאנט איז עס, ווען און ווי גייט מען עס קענען זעהן.
אצינד געב אהער הונדערט טאללער פאר קאנסאלטינג און עפען א פרישער אשכול, ס'וועט אויסזעהן סך בעסער.
אגב לויט ווי איך קען מנשה'ס פעדער איז עס נישט די זעלבע ווי [tag]ישראל גלויבער[/tag]
Re: מנשה (פילם)
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 2:45 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א. מנשה גלויבט אין זעלבסט אויסדרוק און האט שטארק ליעב אז אנדערע זאלען הנאה האבען פון זיין טאלאנט. פונקט ווי זינגער׳ס וואס איך קען וואס יו"ט איז נישט דער זעלבער טאמער דארפען זיי הערען מוסף פון א צווייטען חזן.
ב. אין די אינטערוויו זאגט ער אז מ׳האט איהם עטוואס באצאלט, און טאמער איז עס מצליח, וועט ער באקומען נאך.
ג. ס׳איז נאך נישט דא קיין אפקלאנג בשעת אז ס׳איז נאך נישט ארויס לרחוב דאהי אין אמעריקא
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 3:02 pm
דורך ישראל גלויבער
פארוואס רעדט ער נישט וועגן דעם, צו קיינעם
Re: מנשה (פילם)
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 3:45 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ער רעדט דאך יא.
למעשה זיין ענטפער אויף דער מיינונג פון דער סקווערער ליעדער איז מורא׳דיג. קוקט׳ס אינ׳ם וועקער.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 3:48 pm
דורך ישראל גלויבער
איך האב עס נישט זוכה געווען צו זען. דאס וואס איך חליש שוין צו הערן א לאנגע צייט.
כ'מיין אז ער האט זיך געשעמט וועגן דעם האט ער נישט גערעדט, ווייל ס'מיר א חידוש אז פארן 'וועקער' זאל ער יא פארציילן, ווען איך פרעג פון אלע מיינע חברים קיינער ווייסט גארנישט
Re: מנשה (פילם)
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 3:50 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
גיי קויף א וועקער. אויף וואס ווארטס דו? ס׳קומט אין א ברוינע קאווערט, מ׳קען נישט זע׳ען פונדרויסען וואס דאס איז, און דער פארקויפער ווייסט נישט דיין אידענטיטעט
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: מנשה (פילם)
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 4:04 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
אגב כהאב ערגעץ ווי געליינט זיין געלעבנס געשיכטע ( כמיין אויף איי וועלט) חברה כבין געוועהן אויס מענטש צובראכן פאר איהם כהאב אפארמאל געמוזט גיין כאפן ליפט פשוט אוועק צונעמען דער מוח.
איז אויב לייגט מען עס דארט אראפ אזוי ווי מנשה שרייבט איז עס ווערד צו זעהן.
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 4:14 pm
דורך ישראל גלויבער
אויף איי וועלט ליגט עס נישט, איך האב עס דארט געזוכט
Re: מנשה (פילם)
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 4:17 pm
דורך החוקר
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס׳קומט אין א ברוינע קאווערט, מ׳קען נישט זע׳ען פונדרויסען וואס דאס איז, און דער פארקויפער ווייסט נישט דיין אידענטיטעט
אוי גאטניו, ווי האלטן מיר? איז דער מצב שוין טאקע אז אביסל חכמה און מדע דארף מען באהאלטן ווי א XXX מאגאזין, און נאר אזוי קען מען עס עררייכן.
אוי, טאטע העלף.
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 4:21 pm
דורך יואליש
כ'האב נישט געזעהן אז "מנשה" זאל האבן געווינען אן אווארד ביי די סאנדענס פילם פעסטיווייל.
נאך די פעסטיוויל, וועט מען עס קענען זעהן ערגעץ?
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 4:22 pm
דורך ישראל גלויבער
וואס מיינט א אווארד
Re: מנשה (פילם)
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 4:35 pm
דורך החוקר
Re: מנשה (פילם)
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 4:35 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
Award
Sent from my LG-K373 using Tapatalk