וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור... הקב"ה ישלם שכרם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
סופר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 11, 2015 6:36 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל

וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור... הקב"ה ישלם שכרם

שליחה דורך סופר »

‫דער שליח ציבור שטייט איינגעהילט אין זיין טלית נעבן דעם שטענדער אויף מזרח וואנט און ער בעהט זיך אויס אין נאמען פון די מתפללים וואס האבן אים צוגעשיקט צום עמוד, די מזרח-וואנט אידן דאווענען מיט מיט אים און דאס מערהייט פרובירט נאך זיך מיט צו כאפן מיט דעם מנין, בו בעת וואס דער שמש קריגט זיך מיט די קינדער נישט אויסצוגיסן די מילך אויף דער ערד און די אויסגעביגעלטע אינגעלייט בייזערן זיך אז עס איז מער נישט דא קיין מילך נאך ברכו.‬

‫א סצענע האט זיך אנטוויקלט ווען א געשטאלט האט זיך מאניפעסטירט ביי דעם מערבית דרומית ווינקל פון דעם רואיגן בית המדרש. הייסע לאווא אין דעם פארעם פון נאסע שפייעכטס האט געשפריצט פון זיין מויל מיט שוים, זיינע שנויצן האבן זיך אויפגעשטעלט מלא קומתם און מיטגעשפרינגען מיט זיינע פארביסענע ליפן, און זיין קליין בערדל האט שטילערהייט מיט געטאנצן צום טאקט פון די ווילדע גרימאסן פון זיינע גליענדיג רויטע פנימ'ער. מיט זיין רעכטן האנט האט ער אנגעכאפט זיין שטריימל אז עס זאל נישט אנטלויפן, און מיט זיין לינקן פוס האט ער ווילד געטופעט אויף דער ערד אזש זיינע ווייסע זאקן זענען שיעור אראפ געקומען. מיט זיין לינקע האנט האט ער ווילד געוויזן פונעם חזן צום סידור צום דאך און צוריק ווען פון זיין צוריסענעם גארגל האט ער ארויס געקוויטשעט א הארציגן "נוווו". ‬

מיט די איינציגע האנט וואס איז אים נאך געבליבן ליידיג האט ער יעצט אנגעכאפט זיין טלית זייער שטארק אז עס זאל נישט גיין וואו מען קלאפט אויף המן'ען בו בעת ווען זיין לינקע פערטל שיך וואס האט שוין זיכער געזעהן בעסערע צייטן האט געעפנט א מויל אזש עס האט אויסגעקוקט ווי עס גרייט זיך אט אט איינצושלינגען יונא הנביא'ן. דאס אלעס אינאיינעם האט קלאר געמאכט פאר יעדן ביישויער אז עס איז זיכער אז עפעס באדערט אים זייער שטארק, אבער די ליצים פון קעגן איבער אים האבן נאר ווייטער געלאכט אווי זיי זענען שוין צוגעוואוינט צו דעם ספעקטאקל.

דורכאויס דאס רעשט פון דעם דאווענען איז ער צוריקגעקומען יעדע וויילע, ווי צו ווייזן אז ער האט נישט פארגעסן פון זיי, און פון פריש איבערגעשפילט דעם סצענע מיט די ווילדע גרימאסן און פארפירענישן, אבער פון דעם וועג ווי ער איז אוועקגעגאנגען פון דארט יעדעס מאל מיט א זויערע מינע אויפ'ן געזיכט איז פארשטענדליך געווען אז ער האט נישט אויסגעפירט.

ווען מען האט ענדליך געענדיגט דאס דאווענען איז ער צוגעקומען מיט א בייזע מינע אויפ'ן געזיכט און הערשט אנגעהויבן צו פארפירן, מיט א רויטן פנים האט ער געשריגן און פארפירט הפנים א גרופע אינגעלייט קומען אין ביהמ"ד שבת צופרי און מען פארברענגט בשבת אחים גם יחד.

ווען ער איז שטיל געווארן פאר א וויילע און אראפגעשליגען זיינע הייסע שפייעכטס וואס האט געשפריצט פון זיין מויל מיט א שפע דורכאויס די גאנצע צייט וואס ער האט געשריגן, האט דער אינגסטער פון די גרופע וועם ער האט נארוואס בא'שגצ'ט זיך געוואנדן צו אים און אזוי געזאגט; מיר לערנען אין די יעצטיגע וואכן די מעשה פון יציאת מצרים און עס דערמאנט מיר דעם באקאנטן וועלטס קשיא, היתכן פרעה האט באקומען צען מכות, עס שטייט דאך קלאר אין די תורה אז דער אויבערשטער האט געזאגט פאר אברהם'ן "כי גר יהיה זרעך בארץ לא להם ועבדים וענו אותם ארבע מאות שנה", אלזא האט דאך פרעה געטוהן א מצוה און מקיים געווען דעם רצון השם?

איז דא א וועלטס תירוץ - האט דער אינגערמאן פארגעזעצט מיט א מיסטריעזן פייערל אין זיינע אויגן - אז די סיבה פארוואס פרעה האט באקומען די מכות איז ווייל אין די תורה שטייט נישט ווער עס זאל טון אט די מצוה פון פייניגן די אידישע קינדער, און אז פרעה האט זיך צוגעכאפט צו די מצוה פון וויי טוהן א צווייטן קומט זיך אים צען מכות. די זעלבע איז דא - פירט אויס דער אינגערמאן ווען דער מיסטריעזער פייערל אין זיינע אויגן צושפילט זיך - עס שטייט טאקע אין מחבר וגוערין בו, עס שטייט אבער נישט ווער עס זאל עס טון, און אז איר כאפט זיך צו צו אט די מצוה פון שרייען אויף א צווייטן איד קומט זיך אייך גוטע מכות…
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור... הקב"ה ישלם שכרם

שליחה דורך גראף »

איינער פון די גדולים/רבי'ס כ'דענק נישט וועלכע האט געזאגט ענליך. אז ס'שטייט טאקע אין שו''ע אבער דער באשעפער טרעפט זיך שוין זיינע רשעים'ליך..

אבער ערנסט גערעדט. איינער וואס וויל שמועסן אינמיטן דאווענען זאל אדער רעדן גאר שטיל אדער ארויס גיין אין חדר שני.. איך רעד אויך אמאל אבער טאמער ווערט א גערודער מאך איך זיכער אויף צו הערן ועכ''פ איך רעג מיך נישט אויף דער וואס שישקעט. עס איז נישט מער ווי נארמאל אז א שול בשעת התפילה זאל מען נישט שטערן דעם דאווענען.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

Re: וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור... הקב"ה ישלם שכרם

שליחה דורך נעגעל וואסער »

@סופר שיינע שפראך, און אמת'ע נקודה. אבער איין חילוק איז דא, אז פרעה איז נישט געווען מצווה משא"כ גוערין בו איז יא א חיוב אויף מיר און דיר..
הגם אז די מציאות איז עפ"י רוב ווי די זאגסט , אבער קוקט אויס אז איך בין א יוצא מן הכלל. איך קוק נישט אויס אזוי ווי די איד וואס די מאהלסט אפ. און איך רעג נישט דווקא ווען איינער שמועסט סתם, נאר ווען ער ווייזט אז ס'גייט איהם בכלל נישט אהן אז דר'עולם דאווענט יעצט, און שמועס'ן אויף די העכסטע טענער כאילו לא היה.
איך ניץ די גוערין בו אויף א שיינעם אופן.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור... הקב"ה ישלם שכרם

שליחה דורך דעת תורה »

פון וואנעט נעמסטו אז וגוערין בו איז א מצוה און חיוב אויף מיר און דיר?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

Re: וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור... הקב"ה ישלם שכרם

שליחה דורך יהושע חיים »

דעת תורה האט געשריבן:פון וואנעט נעמסטו אז וגוערין בו איז א מצוה און חיוב אויף מיר און דיר?

בעל שבט הלוי זאגט אז די מקור איז די רמב"ם פון חיוב מוחאה
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

Re: וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור... הקב"ה ישלם שכרם

שליחה דורך יהושע חיים »

נעגעל וואסער האט געשריבן:@סופר שיינע שפראך, און אמת'ע נקודה. אבער איין חילוק איז דא, אז פרעה איז נישט געווען מצווה משא"כ גוערין בו איז יא א חיוב אויף מיר און דיר..
הגם אז די מציאות איז עפ"י רוב ווי די זאגסט , אבער קוקט אויס אז איך בין א יוצא מן הכלל. איך קוק נישט אויס אזוי ווי די איד וואס די מאהלסט אפ. און איך רעג נישט דווקא ווען איינער שמועסט סתם, נאר ווען ער ווייזט אז ס'גייט איהם בכלל נישט אהן אז דר'עולם דאווענט יעצט, און שמועס'ן אויף די העכסטע טענער כאילו לא היה.
איך ניץ די גוערין בו אויף א שיינעם אופן.

מיך באדערט ווען מען מאכט א רעש סיי מיטן רעדן און סיי מיט שרייען און שושקענען
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור... הקב"ה ישלם שכרם

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וגוערין בו איז נישט קיין גזיה"כ, אויף וואס מ׳קען קלערען ווי הויך, וויפיהל מאל און ווער. ס׳איז א הלכה פון כבוד ה׳ אז נישט נאר מ׳זאל נישט שמועסען, נאר מ׳זאל מאכען אן אטמאספערע פון כובד ראש, פון יוצא זיין שמונה עשרה מפי הש"צ, פון עומד לפני המלך בציבור. דאס גלייכגילטיגע שמועסען ברענגט אונטער דער גאנצע מעמד. ווען איינער שמועסט דארף מען איהם איבערגעבען דער געפיהל אז דאס איז אן אומערווארטעטע אויפפיהרונג מצדו.
און ווען דער בעל תפלה כיפערט און לויפט, איינשלינגענדיג ווערטער און זאצען, ווען דער עולם איז פארנומען מיט תפילין אראפ תפילין ארויף, ווען מענטשען באמיען זיך נישט אנצוקומען צו שמ"ע באצייטענס אז מ׳זאל האבען א הו"א פון אויסהערען חזרת הש"צ ריכטיג, איז עס אויך א פארלעצונג פון דער גייסט אין וואס חז"ל האבען מתקן געווען חזרת הש"צ, וטעון תיקון.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור... הקב"ה ישלם שכרם

שליחה דורך דעת תורה »

יל"ע צי ס'איז טאקע דא א חיוב מחאה אויף דעם. און אפילו יא, דארף עס דאך זיין בנחת, נישט דורך שרייען, און ברבים.

ווי כ'האב שוין געשריבן במקום אחר, וגוערין בו מיינט פונקט פארקערט ווי מענטשן מיינען. מען נוצט עס ווען מען האט נישט קיין שום אנדערע מיטל צום דיספאזיציע, עס איז נישטא קיין אנדערע סאנקציע וואס מ'קען הלכה'דיג ארויפלייגן, אבער מ'וויל דאך זייער שטארק מ'זאל עס נישט טון. עס איז מער א אנדייטונג צו דעם מענטש וואס טוט עס אז די הלכה איז נישט צופרידן פון זיין אקט. עס איז נישט כדי ארויף צו לייגן א פרישע חיוב אויף זיינע ארומיגע. קען זיין אז איינער וואס זוכט זיך צו אויסגעבן זיינע שלעכטע מידות, האט דא געטראפן א מקום להתגדר, ער קען עס פארטייטשן ליטעראלי און זיין א נבל ברשות התורה.

(הערה: לא עיינתי באחרונים כלל בנידון, ומובטחני שמכל מחברי הספרים במאות השנים האחרונות יש מי שהבין אחרת. אבל הנלענ"ד כתבתי לפי ההקשר של ההשתמשות בתיבות אלו במקומות אחרים).
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דעת תורה האט געשריבן: ווי כ'האב שוין געשריבן במקום אחר, וגוערין בו מיינט פונקט פארקערט ווי מענטשן מיינען. מען נוצט עס ווען מען האט נישט קיין שום אנדערע מיטל צום דיספאזיציע, עס איז נישטא קיין אנדערע סאנקציע וואס מ'קען הלכה'דיג ארויפלייגן, אבער מ'וויל דאך זייער שטארק מ'זאל עס נישט טון. עס איז מער א אנדייטונג צו דעם מענטש וואס טוט עס אז די הלכה איז נישט צופרידן פון זיין אקט. עס איז נישט כדי ארויף צו לייגן א פרישע חיוב אויף זיינע ארומיגע. קען זיין אז איינער וואס זוכט זיך צו אויסגעבן זיינע שלעכטע מידות, האט דא געטראפן א מקום להתגדר, ער קען עס פארטייטשן ליטעראלי און זיין א נבל ברשות התורה.

די מימרא אז גאט טרעפט זיך שוין זיינע רשעים'לעך וואס ווילן מקיים זיין דעם וגוערין בו, האט ר' יאנקעלע פשעווארסקער געזאגט.

דאס איז איינע פון מיינע דוגמאות אין מיין אשכול רבותי, הערטס אויף צו נוצן דעם Joker.

דיין תגובה על דרך שכתבת כאן, איז אין יענעם אשכול, דא [אגב, ס'דארט געווען א לענגערע שמועס דערוועגן, ועיעו"ש לפני כן מש"כ בזה].
פארשפארט