דער מענטש, איר עבר, הווה און עתיד #1

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

דער מענטש, איר עבר, הווה און עתיד #1

שליחה דורך חקרן »

[center]דער מענטש[/center]
[center]איר עבר, הווה און עתיד[/center]

מיטן הילף פונעם אחד יחיד ומיוחד וויל איך דא אנהויבן שרייבן פארשידענע געדאנקען, ארומצורעדן פארשידענע ענינים איבער די אבואלוציע פון די מענטשהייט, איר אנטוויקלונג און איר היסטאריע, ווי אזוי דער מענטש איז אנטוויקלט געווארן, ביז די היינטיגע טעג, בשעת דאס מענטשהייט האט דורכגעמאכט אזא ווייטע מהלך, ביז די היינטיגע טעכנעלאגישע עפאכע, א מהלך וואס קיין שום יצור און אביעקט אויף די וועלט, האט נישט באוויזן דורכצוגיין.

די מטרה פון די ארטיקלען איז, א בליק צו געבן אויפן עבר ביז אהער, און אזוי ארום פראבירן אפצולערנען וואס עס ווארט אונז אפ אין די קומענדיגע יארן, ווי אזוי די וועלט וועט אויסקוקן אין דער עתיד, מיט וואס איז צו ערווארטן אז דער מענטש זאל זיך אנטוויקלען מער פון ביז אהער, און אין וואספארא סארט וועלט מיר וועלן לעבן, אויב דער מענטש וועט דאס בכלל דערלעבן.

איך האב נישט געפינען קיין בעסערן ארט צו פאבליצירן מיינע ארטיקלען, וואו אויף קאווע שטיבל, וויבאלד דא איז אן ארט וואו עס איז פאראן א צימאון, א וועלן און אן אפנקייט צו די סארט שמועסן, מען זאל קענען הערן, זען און פארשטיין וואס מיר זענען, ווער מיר זענען און וואו אונזער עתיד נעמט אונז.

עס דארף באטאנט ווערן, נאך איידערן אנהויבן שרייבן:
אונזערע ארטיקלען זענען נישט געשטעלט צו נעמען א צד אין פארשידענע טעאלאגישע שאלות און ספיקות, וועלכע קענען אריינקומען במהלך פון אונזערע ארטיקלען און מיר באציען זיך לגמרי נישט דערצו – דערויף זענען שוין פאראן פארשידענע אנדערע געהענגלען וואו עס לאזט זיך דעבאטירן ווי אזוי עס דארף זיין דער בליק פון א איד בנוגע עוולוציע און תורה – מיר שרייבן דא פון א בלויזע חוקרי'שע שטאנדפונקט, אן אריינצוגין ווי אזוי מיר, אלס אידן דארפן אפלערנען די זאכן. דער אמת דערוועגן איז סיי ווי פארהוילן פון אונזערע אויגן, דאס זענען פון די איינציגסטע זאכן וואס אפילו די גרויסע חוקרים פארמאגן נישט קיין גענצליכע קלארקייטן דערין, און מיר אלס אידן אויך נישט, ווי די מפרשי התורה שרייבן אז מען קען נישט ארויסהאבן די ריכטיגע בילד איבער בריאת-העולם, דורכן לערנען מעשי-בראשית. די זאכן זענען העכער פון אונז און פארהוילן.

אונזער געהענגל באציעט זיך בלויז, מיט א חוקרי'שער בליק, איבער דאס אנטוויקלונג פון דער מענטש, און איר אויסקוק אויפן עתיד, וואס מיר האבן צו ערווארטן אין די קומענדיגע יארן.

...
די חוקרים צייכענען אפ דריי רעוועלאציעס אין די היסטאריע פון דער מענטשהייט, וואס א דאנק די דאזיגע רעוועלאציעס, האט זיך דער מענטש דערהויבן ביז צו איר היינטיגע שטאנד, זיך ערווארבן זיין מאכט און שטארקייט מער פון אנדערע בעלי-חיים, אויפן פארנעם וואס זי פארמאגט היינטיגע טעג.

א. דער שפראך רעוועלאציע – זיבעציג טויזנט יאר צוריק.
ב. דער פארמער רעוועלאציע – צען טויזנט יאר צוריק.
ג. די טעכנעלאגישע רעוועלאציע – פינף הונדערט יאר צוריק אנגעהויבן, און עס האלט נאך ביים אנהויב.

די דאזיגע דריי רעוועלאציעס, האבן געטוישט דער מענטש אויף שטענדיג, איר מאכנדיג פאר דער בחיר היצירה, דער אויסדעוועלטסטע פון אלע בעלי חיים און באשטאנדטיילן וואס געפינען זיך אויף דער וועלט.

אצינד וועלן מיר אראפגעבן עטליכע ווערטער אויף די דאזיגע דריי רעוועלאציעס, איר בעסער צו ערקלערן.

דער שפראך רעוועלאציע
ביי א געוויסע פונקט אין די היסטאריע פון דער מענטשהייט, פאר זיבעציג טויזנט יאר צוריק האט זיך דער מענטש ערווארבן א וויכטיגע פעהיגקייט, וואס האט אים דראסטיש געטוישט און אים פיל אויפגעהויבן העכער אלע בעלי-חיים פון די וועלט.

דאס איז געווען די שפראך רעוועלאציע.

דער מענטש האט באקומען די פעהיגקייט צו רעדן און דערמיט צו קאמיוניקירן מיט אנדערע מענטשן זיינס גלייכן. דאס האט פיל צוגעגעבן צו זיין אנטוויקלונג, דורך דעם האבן מענטשן מיטגעטיילט פארשידענע ידיעות איינע מיטן צווייטן, מען האט צוזאמען זיך דורכגערעדט און זיך פארשטאנען, און דאס האט אויפגעבויעט דער מחשבה און געפיל פון דער מענטש, זיך צו קענען אנטוויקלען.

שטעלט אייך פאר ווען מענטשן קענען היינטיגע טעג נישט רעדן. אין אזא פאל וואלט מען בשום-אופן נישט געקענט האלטן דארט וואו מיר האלטן היינט, מען וואלט נישט געקענט איבערגעבן אינפארמאציע, מען וואלט נישט געקענט ערקלערן געוויסע זאכן און איבערגעבן ווייטער און דער מענטש וואלט געבליבן אומצוויליזירט.

דער מציאות איז, אז כמעט יעדע ערפינדונג וואס מיר פארמאגן היינטיגע טעג, איז נישט געמאכט געווארן דורך איין מענטש. איינעם פאלט איין א געוויסער געדאנק, ער זאגט עס פארן חבר, וועלכער לייגט צו עפעס א קליינע הערה, דער ערשטער הערט, טראכט עס דורך און שמועסט עס איבער ווייטער, מיטן ערשט חבר אדער מיט א צווייטן, און נאך איבערשמועסן זאכן קומט מען אויף מיט געדאנקען.

אין חז"ל געפינען מיר שוין דעם 'ותשועה ברוב יועץ' און 'מכל מלמדי השכלתי'. ווען עס פעלט דעם חוש הדיבור, דאן פעלט א חלק פון דאס חיות פון א מענטש. אויסער דעם וואס מען קען זיך פאקטיש נישט אנטוויקלען געהעריג אן דעם חוש הדיבור, פארלירט דאס אויך דער מוט צו וועלן וויסן און פארשטיין. אויב מען קען נישט פארקויפן ווייטער אינפארמאציע, דאן האט מען נישט דעם באדארף צו וויסן זאכן, און אזוי ווערן זאכן פארשלאפן.

ווען דער מענטש האט באקומען דעם חוש הדיבור – ווי מיר וועלן שפעטער מער אויספירליך ערקלערן – האט דאס אים צוגעגעבן א שטיק נשמה, א פיל דראסטיש מער חיות פון אנדערע בעלי חיים, און דאס האט אים אנטוויקלט און געפירט אויף ווייטע שטרעקעס, זיך צו קענען דערהייבן פיל העכער פון אנדערע בעלי-חיים.

גאנץ מעגליך אז דאס איז דער באדייט אין פסוק "ויפח באפיו נשמת רוח חיים". לויט טייל מפרשים, איז דער אדם הראשון פון פרק א' אין בראשית, נישט דער זעלבער אדם הראשון פון פרק ב' – אלה תולדות שמים והארץ, וואו דארט ווערט פארגעשטעלט איבער די בריאה פון דער מענטש, און עס שטייט "ויפח באפיו רוח חיים ויהי האדם לנפש חיה". דער תרגום טייטשט דערויף "רוח ממללא" – א רעדעוודיגער מענטש.

אין ספרים ווערט ערקלערט – און באמת איז דאס א דבר פשוט מאוד – אז דער שכל ליגט אין דעם דיבור, נפשי יצאה בדברו. דאס רעדן שארפט אויס א מענטש, עס ערלויבט אים ארויסצוגעבן זיינע מחשבות און דאס אליין שארפט אויס זיינע מחשבות. ווען נישט דער מענטש קען רעדן, וואלט ער געבליבן פארמאכט אין זיך, און ער וואלט זיך נישט געקענט אנטוויקלען אויף דער מצב ווי אזוי ער האט זיך פאקטיש אנטוויקלט.

דאס איז געווען די ערשטע רעוועלאציע פון דער מענטש – דער שפראך רעוועלאציע!

דער פארמער רעוועלאציע
אין די ערשטע תקופה פון דער מענטש, פלעגט זיין דער געווענליכער סדר היום, אז יעדן טאג ווען מען האט געוואלט עסן, איז מען ארויסגעגאנגען פון די היילן, מען האט געריסן אביסל יאגדעס פון בוים, געפאנגען אפאר חיה'לעך און געגעסן.

ביי א געוויסער פונקט אין די היסטאריע, איז דער מענטש אויפגעקלערט געווארן און זיך געמאכט דעם חשבון: 'פארוואס זאל איך יעדן טאג פריש ארויסגיין זוכן עסן? – איך וועל נעמען א שטח, איינפלאנצן אביסל ווייץ מיט גערשטן, אזוי וועל איך שטענדיג האבן די עסן ביי מיר אין גארטן, איך וועל נישט דארפן יעדן טאג ארויסגיין זוכן עסן'.

די מענטשן האבן דאן אפגעשיידט ערטער פאר פעלדער, מען האט אנגעהויבן מאכן גרעניצן וואס עס באלאנגט פאר דיר און וואס עס באלאנגט פאר מיר, און מען האט אנגעהויבן לעבן מער מסודר.
אויפן ערשטן בליק קוקט עס אויס ווי א דבר של מה בכך. ערלעדיגט, איז מען קלוגער געווארן און מען האט געמאכט אייגענע פעלדער, וואס האט דאס צוגעגעבן מער צו דאס מענטשהייט אין אלגעמיין?
דער ענטפער איז, אז דאס האט דראסטיש געטוישט דעם גאנצן מענטש מיט איר גאנצער הלוך-ילך.

איידער די מענטשן זענען אויפגעקלערט געווארן, האט יעדער געלעבט מיט א געוויסער סארט רואיגקייט. קיינער האט גארנישט צוגענומען פון קיינעם, יעדער האט געהאט די זעלבע רעכטן אויף די ערד און אירע געוואוקסן, יעדן אינדערפרי פלעגט דער מענטש ארויסגיין זוכן עסן, געפינען און געגעסן און געגאנגען שלאפן און פארטיג.

ווען מען האט אנגעהויבן האדעווען פעלדער, האבן זיך אנגעהויבן געוויסע פראבלעמען, וואס צוליב דעם האט מען געמוזט טוישן דעם גאנצן הלוך-ילך פון דער מענטש. עס האבן זיך געשאפן באנדיטן, וועלכע האבן געזען א באוואקסן פעלד, האבן זיי זיך געמאכט דעם חשבון: 'פארוואס זאל איך פלאנצן און זיך מוטשענען מיט עסן, בשעת עס איז פאראן א פיל גרינגערע וועג?' – אויפצומארגנס האבן זיך אויפגעהויבן עטליכע באנדיטן, אפגע'הרג'עט די בעלי-בתים פון די פעלדער און "איינגענומען" די פעלדער פאר זיך...

פארשטייט זיך אז דאס האט געברענגט אז מען זאל שטעלן וואך און שמירה, עס האט זיך אנגעהויבן מיט טערעטאריעס, יעדער איינער האט געוויסט וועלכער פעלד און וועמענ'ס, עס האט זיך אנגעהויבן מאכן סכסוכים אויף פעלדער און אויף שטחים. צוביסלעך האבן זיך גענומען ווירבלען שטעט און דערנאך גרויסע לענדער מיט רעגירונגען, וואו יעדע רעגירונג האט אכטונג געגעבן אויף אירע בירגער און יעדער האט געהאט זיינע שטחים וואס האט באלאנגט פאר אים.

און אז עס זענען פאראן לענדער, ווערט מלחמות, שלום געשפרעכן, ווערט פאליטיק און עס ווערט אן אנדערן סארט לעבן פון וואס עס איז געווען ביז דעמאלס.

דאס איז געווען א מהפיכה אין די היסטאריע פון דער מענטש, און האט אויסגעפארמט דאס מענטשליכער לעבן און זיין הלוך-ילך צו די באגריפן וואס מיר זעען היינט צוטאגס.

די טעכנעלאגישע רעוועלאציע
דאס דארף מען נישט צופיל ערקלערן, דאס קומט פאר אין פארנט פון אונזערע אויגן און מיר זעען באשריינפערליך ווי אזוי דאס טוישט דאס לעבן פון דער מענטש, און עס האלט זיך נאך אינמיטן טוישן.

די דאזיגע דריי רעוועלאציעס, וועלן שפעטער אויספירליך פארברייטערט ווערן, מיט די מטרה ארויסצוקומען מיט א מסקנא, אויף וועלכן ריכטונג מיר זענען אצינד, וואו איז אונזער ציל און וואס וועט פאסירן מיט דער מענטשהייט און דעם קומענדיגן עתיד.

די תקופה פאר די רעוועלאציעס
מיר זענען מעגליך געשפרינגען אביסל צו שנעל, ערקלערנדיג די דריי רעוועלאציעס, אבער מיר האבן זיך דערווייל לגמרי נישט אפגעגעבן מיט דאס מענטשהייט, ווי אזוי זי האט אויסגעקוקט נאך איידער די רעוועלאציעס האבן אויסגעבראכן. ווי אזוי האט דער מענטש דעמאלס אויסגעקוקט? – ווי אזוי האט די וועלט אויסגעקוקט אין די אויגן פון דער מענטש?

לאמיר צוריקגיין א וויילע און א בליק געבן ווי אזוי דער מענטש האט אויסגעקוקט פון אנהויב, איידער די דאזיגע רעוועלאציעס האבן געטוישט דער מענטש בפרט און די בריאה בכלל, אויף שטענדיג.

מענטשן האבן זיך שוין געפינען אויף אונזער פלאנעט, אזוי פרי ווי צוויי-און-א-האלב מיליאן יאר צוריק, לויט רוב שאצונגען פון די היסטאריקער, אבער אין יענע צייט, ביז לאנגע יארן שפעטער (איבער א מיליאן יאר), איז דער מענטש געווען פונקט אזא בעל-חי ווי אנדערע בעלי חיים: זיי זענען געבוירן געווארן, זיי פלעגן עסן, שלאפן, זיך געקריגט, שלום געמאכט, אנטלאפן, נאכגעלאפן, זיך אויפגערעגט, זיך בארואיגט, געשפילט, זיך געפארט צוזאמען, געבוירן קינדער, קראנק געווארן, פארעלטערט, געשטארבן. זייערע קריגערייען, עסן געוואונהייטן און שפילערייען, זענען געפירט געווארן לויט זייערע אינסטינקטן, פונקט ווי אנדערע בעלי-חיים טוען זייערע געוואוינהייטן און פונקט ווי עס פירן זיך אויף היינטיגע טעג די מאלפעס, עלעפאנטן, וועלף און אנדערע.

די דאזיגע מענטשן האבן נישט געהאט קיין שום חשיבות קעגן אנדערע בעלי-חיים. זיי זענען געווען פונקט אזעלכע בעלי-חיים ווי די מאנקיס, דזשיראפעס און זעבראס – זייערע שכנים מיט וועמען זיי האבן געלעבט אינאיינעם אין דזשונגל. די אנדערע חיות אין וואלד האבן זיי נישט אפגעגעבן קיין איבעריגן כבוד און זיי האבן זיך נישט דערשראקן צופיל פון דער מענטש. דער מענטש איז געווען א חיה פונקט ווי אנדערע חיות און עס האט נישט אויסגעקוקט אויפן האריזאנט אז אט די דאזיגע חיה וועט זיך איין טאג אויפהייבן און זיך דערקלערן באלעבאס איבער די וועלט. גארנישט אין די לופטן האט אויסגעקוקט אדער אנגעדייטעט אז פונקט דער מענטש וועט נאך אמאל געוועלטיגן איבער די וועלט.

...
אונזערע קאזינען

ווי באקאנט ווערן בעלי-חיים איינגעטיילט לויט משפחות. געווענליך ווערן זיי איינגעטיילט, אויב מען זעט צוויי בעלי חיים וואס האבן א נטיה זיך צו פארן איינער מיטן אנדערן און געבוירן קינדער צוזאמען, ווערן זיי פאררעכנט אלס מיטגלידער פון איין משפחה. לדוגמא, דער לייב, דער טיגער מיטן לעמפערט, ווערן אלע פאררעכנט אלס איין מין, עס הייסט אז אלע האבן געהאט איין באבע וואס האט געלעבט פיר-און-צוואנציג מיליאן יאר צוריק און זיי ווערן פאררעכנט אלס דער "קעץ" משפחה. אזוי ווערן אלע בעלי-חיים צוטיילט אין משפחות, געוואנדן אין זייער ביאלאגיע, לויט ווי אזוי זיי ווערן אפגעשאצט דורך די חוקרים און פארשער.

וואס טוט זיך מיט דער מענטש? – פארמאגט אויך דער מענטש א משפחה? – אדער איז ער א קאלעכיגער יתום?

איינע פון די זאכן וואס מענטשן שעמען זיך דערמיט איז, אז אויך זיי פארמאגן משפחה, און גאר א גרויסער משפחה. די מענטשן שעמען זיך דערמיט, וויבאלד אויב מען וועט געוואויער ווערן ווער זייערע קאזינס זענען, וועט דאס זיין א גרויסן פלעק אויף זייער אפשטאם, און וועט אפפרעגן דעם ייחוס פון דער מענטש אלס בעלי-בתים אויף די וועלט. דעריבער פראבירן דאס די מענטשן צו באהאלטן.
וואס איז אבער דער אמת?

דער מענטש פארמאגט א גרויסער משפחה, ברידער מיט קאזינען לרוב. א חלק פון די משפחה, וועלכע לעבן נאך אצינד, זענען די גארילעס, מאנקיס ודומיהם. מיט זעקס מיליאן יאר צורק בערך, האט זיך דא געפינע אויף אונזער וועלטל די באבע, וועלכע האט פארמאגט צוויי טעכטער, פון איין טאכטער האט זיך אנטוויקלט די שימפאנזיע און פון א צווייטע טאכטער – מיר, די מענטשן (ששש, זאג קיינעם נישט אויס).

אין גמרא געפינען מיר א דעה "לאבות אבותינו היה זנב" – פאר אונזערע אור-עלטערן האט געוואקסן א וויידל. אין פאקט פארמאגט נאך יעדער מענטש א ביין ביים עק, וואס ווערט אנגערופן "די טעיל באון" – דער וויידל ביין, וואס פון דעם ביין איז פאראן די יסודות פון א וויידל, וואס מיר מענטשן פארמאגן שוין נישט היינטיגע צייטן. (ברוך השם פאר דעם.)

אונזערע געשוויסטער
נאך א גרעסערער סוד, וואס מיר מענטשן באהאלטן איז, אז מיר פארמאגן נישט נאר פיל קאזינען, נאר אויך פיל געשוויסטער מיט וועמען מיר שעמען זיך.

מיר זענען נישט די איינציגסטע סארט מענטשן אויף די וועלט, אין די לאנגע היסטאריע זענען געווען נאך פילערליי מענטשן וועלכע האבן אויך אנטייל גענומען אין די דאזיגע וועלט, און מיטגעטיילט מיט אונז זייער לעבן.

דער ערשטער סארט מענטש האט געלעבט פאר צוויי-און-א-האלב מיליאן יאר צוריק, זי ווערט אנגערופן דורך די היינטיגע חוקרים "אסטרלאפיטקוס" (Australopithecus) – וואס באדייט "דרומ'דיגער מאלפע מענטש", צוליב דעם וואס זי האט געוואוינט אין דער דרום ראיאן.

פאר צוויי מיליאן יאר צוריק זענען מענטשן ארויסגעגאנגען פון מזרח אפריקע, זיך אויסשפרייטנדיג איבער צפון-אפריקע, יוראפ און אזיע. איבעראל וואו זיי זענען אהינגעקומען, האבן זיי זיך געטוישט במשך די יארן, לויט די וועטער און די אומשטענדן פון יענע ערטער, וואס האבן אנטוויקלט אנדערע סארט מענטשן מיט אנדערע נעמען.

אין יוראפ און אזיע האט זיך אויסגעפארעמט א מענטש וואס ווערט היינט אנגערופן "הואמא ניאנדרטלניזיס" (דער מענטש פון דעם טאל ניאנדער – ניאנדער איז אן ארט אין דייטשלאנד, וואו די פארשער האבן די ערשטע געפינען ביינער פון די סארט מענטש). דער ניאנדרטלניזיס האט שטארק צוגעפאסט צו די קאלטע יוראפאישע וועטער, זיי זענען געווען פיל שטערקער און פעסטער פון אונז (הואמא סאפיינס – דאס איז די נאמען פון אונזער סארט מענטש).

אין אינדיאנאזיע האט זיך אנטוויקלט דער "הואמא סאלאנזיס" (דער מענטש פון דעם טאל סאלא), וועלכער האט צוגעפאסט צו דער טראפישער וועטער פון יענעם ארט. אויף אן אנדערן ארט אין אינדיאנאזיע האט זיך אנטוויקלט דער "הואמא פלארסייניזיס", א קליינטשיגער מענטשעלע וואס איז געווען גרויס אונטער א פוס, ער איז געווען זייער א געצוימטער און נישט געהאט די מעגליכקייטן וואס אנדערע סארט מענטשן האבן פארמאגט.

אין אזיע האט זיך פארמירט דער "הואמא ארקטוס" (דער שטאלצער מענטש), וועלכער איז געווען פיל העכער פון היינטיגע מאדערענע מענטשן, ווי אויך דער "הואמא דניסאווע", וואס זיין געביין האט מען געפינען צווישן די פארשנייעטע בערג.

אין די זעלבע צייט האבן עקזיסטירט אין אפריקע אנדערע סארט מענטשן "דער הואמא האביליס", "האומא ערנגסטער", "האומא ראדאפנזיס", "האומא ראדזיניס", און לאמיר נישט פארגעסן דער "האומא סאפיינס" (דער קלוגער מענטש), וואו מיר היינטיגע מענטשן באלאנגען.

אט דאס זענען אונזערע פארלוירענע געשוויסטער, מיט וועמען מיר פלעגן מיטטיילן די וועלט, צומאל האנט ביי האנט, מיטטיילנדיג דעם זעלבן שטח ערד און לעבנדיג אינאיינעם מיט זיי, זייט ביי זייט. טייל פון די סארט מענטשן פלעגן עסן פלייש, אנדערע פלעגן זיך אויפהאלטן בלויז פון עסן געוואוקסן און גראז, יעדער איינער מיט זיינע נייגונגען, אבער אלע פון זיי זענען געווען "מענטשן".

פונקט ווי מיר געפינען היינטיגע טעג אין די דזשונגלען, ווי אזוי עס טיילן מיט איין שטיקל שטח, דער לייב, דער טיגער מיטן לעמפערט, פונקט אזוי האבן געקענט מיטטיילן אויף איין שטח פארשידענע סארט מענטשן, און צומאל אזויפיל ווי זעקס סארט מענטשן אויף איין פלאץ. ריכטיג, אין פיל ערטער האבן די סארט מענטשן געלעבט אין באזונדערע ערטער, געוואנדן לויט די ווערטער און גיאגראפישער געבוי פונעם ארט, אבער אין פיל פעלער האט מען געלעבט ממש אינאיינעם האנט ביי האנט.

נ.ב. פיל חילוקי דעות זענען פאראן צווישן די חוקרים, איבער די אלע סארט מענטשן, זייער געבוי און אויסקוק, ווי אויך וואספארא ראלע זיי האבן געפילט אין די היסטאריע פון דער מענטשהייט און וועלכע צייטן זיי האבן געלעבט. אויף אזויפיל איז אבער קלאר אז זיי האבן עקזיסטירט און זיי האבן מיטגעטיילט די זעלבע טערעטאריע מיט האומא סאפיינס, וואס דאס זענען אונזערע מענטשן וואס לעבן נאך היינט צו טאגס.

[center]המשך יבוא אי"ה[/center]
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

אזוי הערליך און לויטער באשריבן. עס צוגייט אין מויל.

מען קען זאגן אז יעקב איז מרמז אויף דער מענטש און עשיו דער שימפאזיע. דוק ותשכח וועסטו זעהן אז עס שטימט. און די פארלוירענע עשרת השבטים זענען נישט עפעס אנדערש ווי אונזערע פארלוירענע געשוויסטער די פארשווינדענע הומא'ס.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 290
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 523 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל

שליחה דורך קומזיץ »

די שפראך איז זייער שיין , איך פרעגט דא ווי אן עם הארץ , איז עס דאס וואס ווערט אנגעריפן evolution? שטימט עס מיט חז"ל? איז דא גדולי ישראל וואס האלטן אז עס שטימט ע"פ תורה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קומזיץ, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

יעצט פארשטיי איך בעסער די משנה ״מטמא משכב ומוש״ב״
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

@חקרן, האסט מיר משמח געווען מיט דעם ארטיקל, אזוי שיין און קלאר געשריבן. דו ווייסט וואס מען זאגט אויף פראפעסאר נח הררי, מנח ועד נח לא קם כנח. אויך דער היינטיגער נח איז תמים בדורותיו, רעדט מיט גלייכקייט איבער די דורות.

אגב, אויף יוטוב האב איך מיר אנגעשטויסן אין א טשענל "פארבאטענע ארכיאלאגיע", זיי טענה'ן אז הומא ספיימס איז פיל עלטער ווי מען מיינט און איז נישט קיין פראדוקט פון עוועלוציע.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

ווען האט דער מענטש באשלאסן זיך צו באקליידן?און פארוואס?
און אז איך שטעל שוין קשיות וויל איך פרעגן , הייסט אין מיליון יאר ארים וועלן זיך חיות אנהייבן צו באקליידן און אנפאנגן צו רעדן...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאצקע ציקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

מערקווירדיג אז דער אשכול איז שוין כמעט פיר און צוואנציג שעה אלט און [tag]הקטן[/tag] האט עס נאכנישט אפגעפרעגט..

איך וואלט דיר געראטן צו ליינען דער בוך sapiens פון יובל נח הררי, לעת עתה דער בעסטער בוך אויף אנטראפאלאגיע.
אדער אפשר איז דאס שוין געבויט אויף דעם בוך?
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

שמערל, נישט שיין אז דו דערמאנסט הררי'ן איגנארירנדיג מיין דערמאנען הררי'ן עטליכע שירות ארויף.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך שמעלקא'לע »

כככ....

פאר צוויי מיליאן יאר צוריק האבן געוואוינט מענטשן...

אזוינע דמיונות...
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: דער מענטש, איר עבר, הווה און עתיד #1

שליחה דורך טאמבל סאס »

חח צוויי מיליאן. מקען מיינען וויפיהל יאהר דאס סאיז.
קליינע השגות

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

אמאל איז דמיונות אויך א פאקט.

ווי זאגט נאר דער פסוק "אם תרצו אין זו אגדה!
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

לויט די "פארבאטענע ארכיאלאגיע" קאנספיריטארן איז דער מענטש אלט כאטש א 50 מיליאן יאר. והיה בצאת היובל. פאר די מאמינים אין די תורת השמיטות פון די מקובלי אשכנז קען דאס זיין גוטע נייעס, מען האלס שוין ביי תיקון השלם.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

moshav zekeinim האט געשריבן:שמערל, נישט שיין אז דו דערמאנסט הררי'ן איגנארירנדיג מיין דערמאנען הררי'ן עטליכע שירות ארויף.

אנטשולדיגט כ'בין צו שנעל אדורכגעלאפן דעם אשכול, און עס נישט באמערקט, אתכם הסליחה.
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: דער מענטש, איר עבר, הווה און עתיד #1

שליחה דורך גר ותושב »

קען איינער אפשר מסביר זיין פון ווי נעמט זיך די נומערן צוויי מיליאן יאר פופציג מיליאן איז עס אבי אין די וועלט אריין אדער עס איז דא ראיות דעראויף?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די ראיות זענען גאר שטארק און ס'איז נישט שייך אפצופרעגן.
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: דער מענטש, איר עבר, הווה און עתיד #1

שליחה דורך טמיר »

בן אדם האט געשריבן:די ראיות זענען גאר שטארק און ס'איז נישט שייך אפצופרעגן.

עס איז דא ראיות אז עס איז 50 מיליאן און נישט 40?
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

moshav zekeinim האט געשריבן:שמערל, נישט שיין אז דו דערמאנסט הררי'ן איגנארירנדיג מיין דערמאנען הררי'ן עטליכע שירות ארויף.


זייער א גיטע ביכל. איך האב עס דאכצעך די ערשטע רעקאמנדירט אויף קאווע שטיבל, יעדער וואלט עס געדארפט לייענען.
viewtopic.php?f=24&t=11202&p=358976&hilit=yuval#p358976


הייב אן מיט די ביכל א נ״י טיימס בעסט סעללער Sapiens: A Brief History of Humankind
פון יובל נח הררי, עס איז אוועליובעל אויך אויף עברית.
פון וויקיפידיע:
His book Sapiens: A Brief History of Humankind was published in Hebrew in 2011 and then in English in 2014; it has since then been translated into close to 30 additional languages. The book surveys the entire length of human history, from the evolution of Homo sapiens in the Stone Age up to the political and technological revolutions of the 21st century. The Hebrew edition became a bestseller in Israel, and generated much interest both in the academic community and among the general public, turning Harari into a celebrity. YouTube Video clips of Harari’s Hebrew lectures on the history of the world have been viewed by tens of thousands of Israelis;

Full Interview President Obama on Sapiens book
https://www.youtube.com/watch?v=AnPs8vnZ0I4

?How Did Humans Get Smart
By Bill Gates
https://www.gatesnotes.com/Books/Sapien ... -Humankind
I would recommend this book to anyone interested in a fun, engaging look at early human history…you’ll have a hard time putting it down. Bill Gates

:Mark Zuckerberg
My next book for A Year of Books is Sapiens: A Brief History of Humankind by Yuval Harari
This book is a big history narrative of human civilization -- from how we developed from hunter-gatherers early on to how we organize our society and economy today
Following the Muqaddimah, which was a history from the perspective of an intellectual in the 1300s, Sapiens is a contemporary exploration of many similar questions. I'm looking forward to reading these different perspectives
Sapiens: A Brief History of Humankind
Book
https://www.facebook.com/zuck/posts/10102182252999291
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שמעלקא'לע האט געשריבן:כככ....

פאר צוויי מיליאן יאר צוריק האבן געוואוינט מענטשן...

אזוינע דמיונות...
זאגסטע אז ס׳שטימט נישט מיט דיינע חשבונות?. הער איך.

א קליינע נקודה נאר, ווען דו שרייבסט כַכַַכַַ פארשעמסטו ממש אלע סייענטיסטן ברבים און ווי דו ווייסט דאך זענען גאר אסאך סייענטיסטן אידן, אלזא קען זיך מאכן ערנסטע הלכה שאלות ווי המלבין פני חברו ברבים אין לו חלק בעולם הבא.

#מזאל נישט געפּרובט ווערן ח״ו.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך שמעלקא'לע »

שבת אחים האט געשריבן:
שמעלקא'לע האט געשריבן:כככ....

פאר צוויי מיליאן יאר צוריק האבן געוואוינט מענטשן...

אזוינע דמיונות...
זאגסטע אז ס׳שטימט נישט מיט דיינע חשבונות?. הער איך.

א קליינע נקודה נאר, ווען דו שרייבסט כַכַַכַַ פארשעמסטו ממש אלע סייענטיסטן ברבים און ווי דו ווייסט דאך זענען גאר אסאך סייענטיסטן אידן, אלזא קען זיך מאכן ערנסטע הלכה שאלות ווי המלבין פני חברו ברבים אין לו חלק בעולם הבא.

#מזאל נישט געפּרובט ווערן ח״ו.


איך פארשעם בעלי דמיון, וואס ווערן נישט רויט ביים זיך רופן סייענטיסטן...
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

פרוכט האבן זיך אויך איוואלווט מיט די יארן?
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

קאצקע ציקער האט געשריבן:פרוכט האבן זיך אויך איוואלווט מיט די יארן?

אוודאי אזוי.

וואס חקרן האט אויסגעלאזט איז אז די גרעסטע חלק פון דער פארמער רעוואלוציע איז געווען אז מענטשן האבן זיך אויסגעלערנט צו משנה זיין סדרי בראשית און אנגעהויבן דורך סעלעקטיוו ברידינג צו דאמעסטיקעטן בהמות און פרוכט.
פאר יענע תקופה זענען נאר געווען ווילדע פרוכט (וואס זענען קליין און זויער) און ווילדע ציגן און באקן. מענטשן האבן במשך טויזענטער יארן פון דאמעסטיקעשאן, באוויזן צו אהערשטעלן פרוכט און גרינצייג וואס וואקסן גרויס און זיס, און גרויסע פעטע בהמות וואס לאזן זיך רואיג קאנטראלירן דורך מענטשן. די ווילדע עסן וואלטן נישט געווען אומשטאנד צו קענען שפייזן די פארמער וואס האבן געבויט די ערשטע ציוויליזאציעס.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

קאצקע ציקער האט געשריבן:ווען האט דער מענטש באשלאסן זיך צו באקליידן?און פארוואס?

דער 'מענטש' אלס א כלל האט קיינמאל נישט באשלאסן זיך צו באקליידן, אין פאקט פארשידענע ווילדע שבטים איבער די וועלט וואס לעבן נאך היינט אויפן זעלבן שטייגער ווי זייערע זיידעס האבן געלעבט פאר צענדליגע טויזענטער יארן צוריק, גייען נאך היינט גענצליך נאקעט.
אנדערע שבטים דעקן יא צו די מקום הערוה, און עס איז נישט קלאר די סיבה פארוואס געוויסע חלקים פון די מענטשהייט האט יא מחליט געווען זיך צו קליידן.

קאצקע ציקער האט געשריבן:וון אז איך שטעל שוין קשיות וויל איך פרעגן , הייסט אין מיליון יאר ארים וועלן זיך חיות אנהייבן צו באקליידן און אנפאנגן צו רעדן...

קליידער און רעדן זענען נישט רילעטעד. אבער אין טעאריע קען געמאלט זיין אז אנדערע בעלי חיים זאלן אויך אמאל ווערן אזוי קליג ווי מענטשן.
פארשפארט