לעצטנס ערשינען ארטיקל "א דורכפאל"

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
פאטאש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 28, 2017 5:16 pm
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

לעצטנס ערשינען ארטיקל "א דורכפאל"

שליחה דורך פאטאש »

מיין דורוכפאל, צו יעדעמס דורוכפאל?
א דורוכפאל!!


א העכסט אינספערירנדע בריוו געשריבן דורך א בחור'ל וועלכע איז ווי פילע אנדערע פארשוועמט געווארן אין די רוישיגע וואלן וואס זוכן צו פארניכטן דאס וועלט, און אין שפעטערע שטאפלן, ווען ער זעלבסט האט זיך צוריקגעכאפט צו די אויסגעטראטענע ליניעס, האט ער אפגשריבן א הארצרייסנדע בריוו צו זיין געוועזענע גאר נאענטע פריינד, אינהאלטענדיג אין זיך א געמיש פון שטורעמישע און אויפברויזענדע געפיהלן באגלייט מיט האפענונג צום צוקונפט, בארירענדיג די מערסט אקטואלע נושאים און שווערעקייטן שפרייזענדיג איבער די שטורעמישע בחור'ישע יארן, וואס פילע גייען אדורוך.

דער בריוו האט שוין געשלאגן טיפע ווארצלן אין די לעצטע אפשניט פון צייט, זייענדיג געשריבן אויפן לאנג-יעריגן סוקסעספולע 'נשמה שפראך', געמישט מיט ספיריטואלע און העכערע געפיהלן, ווערנדיג איבערגענומען אונטערן הערשאפט פון אינספירציע, און אט יעצט וויל דער בחור וואס האט ערהאלטן דעם בריוו אייך מזכה זיין דערמיט, אפשר וועט איר אויך האבן א תועלת דערפון...



צו מיין טייערע און באליבטע חבר ישעי’ הי"ו.

מיין הארץ בענקט. מיין וויסנד רייסט. מיין געמיהט איז אנגעפילט מיט רחמנות. מיין פערזענליכע געפיהל איז צעשאסן. איך טראכט, איך חלום, איך דמיון... מיר האבן זיך שוין נישט געזעהן פאר עטליכע חדשים, אבער דאך טוה איך פארמאגן א גאר טיפע און אינערליכע בענקשאפט צו דיר, א געפיהל פון האפענונג אויסגעמישט מיט ענדלאזע רחמנות, א געפיהל וואס נעמט מיר מיט אירע ברייט-פארצווייגטע פליגלן צום ווייטן צוקונפט...

פילע חדשים, לאנגע יארן, און ענדלאזע שעות האבן מיר פארברענג אינאיינעם, מיר האבן פארמאגט ווי א אייגן נעסט און א אנגענעמע געזעלבשאפט איינער נעבן דעם אנדערן, מיר זענען געזיצן אויף באקוועמע פאטעלן און געשמועסט על דא ועל הא, אויף סיי וואספארא טעמע עס איז נאר אונטערגעקומען, שטענדיג האבן מיר געטראפן א נייע נושא אויף וואס צו פארברענגען די צייט זייענדיג אין אנגענעמע געמיהטער, מיר האבן געטוען אנאליזירן און אדורוך אקערן פאליטישע אנגעלעגענהייטן, אנגייענדע נייעסלעך, טשיקאווע געדאנקען און סיי וואס, ווען אין דער זעלבער צייט האבן מיר זיך פארשטאנען אויפן ווינק און אויפן אויגן בליק.

לאמיר זיך דערמאנען אביסל פארגעסענע זכרונות און צוריק מישן דעם קאלענדער צו עטליכע יאר פריער -

פון די גאר יונגע עלטער האבן מיר זיך געקענט, מיר זענען אויפגעצויגן געווארן אינאיינעם, מיר זענען געווען נאענטע שכנים אין שטאט, זיך געשפילט צוזאמען אויף די גראז אין קאנטרי, אינאיינעם געשטופט געווארן אין די וויגעלע דורוך אונזערע איבערגעגעבענע מאמע'ס. שפעטער זענען מיר געגאנגען אין די זעלבע מוסד אין חדר, אונזער ריסעס איז מער ווייניגער איינגעפאקט געווארן מיט טאקט אז עס זאל פארמאגן גענוי די זעלבע אינהאלט, אונזערע עלטערן האבן געוויסט אז דאס איז א פריינדשאפט וואס וועט זיך נישט אזוי שנעל אפהאקן. עס איז געווען א אמת'ע און נאענטע פריינדשאפט.

אין שפעטערדיגע שטאפלן האבן מיר ווייטער אנגעהאלטן אונזער נאענטשאפט. אינאיינעם האבן מיר געשפאנט מיט זיכערע טריט די ערשטע טאג צו די טויערן פון ישיבה, מיר זענען געוען אנטשלאסן און ענטוזיאסטיש אז מיר גייען דא אינאיינעם וועבן הערליכע און גאלדענע בחור'ישע יארן, מיר זענען געקומען מיט די דיקע בבא בתרא גמרות אינטערן ארעם, זייענדיג פארזיכערט אז דאס גייט זיין אונזער האב און גוטס פאר די קומענדיגע יארן. אונזער משגיח האט שנעל אנערקענט אז דאס איז עפעס ספעציעל, די פריינדשאפט גייט זיך נישט אזוי שנעל אפטיילן, עס איז עפעס טיפער פון טיף, עס איז ריין אמת'דיג.

עווענטואל האבן מיר זיך אנגעכאפט נאך שטערקער איינער אינעם צווייטען, מיר האבן געעפענט א נייע בלעטל אין אונזער לעבן, מיר זענען אדורוך שטורעמישע וואסערן ווען פון אלע זייטן האט מען פרובירט אונז צו צוטיילן, אונזער ארומיגע האבן פאראויסגעזעהן אז עפעס פארט נישט גלאטיג, די רעלסן פונעם באן האבן אנגעהויבן באקריגן דינע אבער טיפע שפאלטענעס, די פריינדשאפט האט אנגעהויבן פארן צו א צווייטע ריכטונג... און אונזערע מחנכים זענען געווען גרייט צו טוען סיי וואס מעגליך צו ראטעווען און אומקערן דאס פארלוירענע.

את חטאי אני מזכיר היום, אנגעהויבן האט זיך עס מיט מיר, און איך בין ווירקליך געווען דער פראבלעם. איך בין געווען דער אויפגעקלערטער וועלכע האט זיך אנגעריקט איין טאג מיט דעם גרויסן עלעקטעראנישע דעווייס. יא, עס איז מיין שולד, היינט צו טאגס וואלט איך זיכער געטראכט עטליכע מאל איידער נעמען אזא געוואגטע שריט, אבער דאן בין איך נאך געווען יונג און רייף, איך האב נישט געטראכט קיין סאך, עס האט אויסגעזעהן גוט און ציענד, און איך האב נישט פארמאגט די נויטיגע כוחות זיך צוריק-צו-האלטן דערפון... אויב ווילסטו זיך שפירן ריין פון סיי וואספארא סארט אומ-אנגענעמע שילד געפיהלן, דאן האסטו די רעכט עס ארויפצוווארפן אויף מיינע פלייצעס, איך וועל מעגליך ליידן דערפאר, אבער דו וועסט זיך קענען שפירן ריין פון אלעם, עס איז יענעמס שילד. אויב פלאנסטו צו טייטלן מיט דיין פינגער אויף מיר, און אלעס אנווארפן אויף מיר און באאויפטרוגען מיט דעם שווערע לאסט, דאן איז מעגליך אז עס וועט דיר געלונגען...

אבער ישעי’, ישעי’! איך קען דיר דאך גאר גוט, איך ווייס דאך יא אז דו בוסט א קליגע בחור, א פארשטענדליכע מענטש, און א פערזאן מיט טאקט און קלוגע שריט. ישעי’, דו ווייסט דאך יא גאנץ גוט אז עס זענען שוין אדורוך עטליכע יארן זינט דאן, עס איז צייט צו רעדן פון הארץ צו הארץ, עס איז צייט אויסצושמועסן זאכן וואס איך האב זיך קיינמאל נישט געטרויעט ארויף צו ברענגען אויפן מויל. לאמיר דיר איבערגעבן מיינע געפיהלן, לאמיך מיטטיילן מיט דיר דאס וואס איך שפיר, דאס וואס איך טראכט, און אייגענטליך דאס וואס 'דו' טראכסט... איך קוק אויף דיר מיט שעצונג, דו בוסט פיל מיט מעלות און הערליכע טאלאנטן און כשרונות און איבער אלעם פארמאגסטו געוואלדיגע כוחות, דו אליינס ווייסט גארנישט וואס עס ליגט באהאלטן אין דיר, א שטיק גוטסקייט, איי... איך בענק זיך נאך די גוטע צייטן אין דיין געזעלבשאפט.

אלזא, נעם ביטע די מיה און ליין ביטע דורוך די קומענדיגע שורות וואס איך שרייב צו דיר פון טיפן הארץ. איך בין זיכער אז דו וועסט זיך באגעגענען דא מיט פילע אויסדרוקן און שרייבערייען וואס וועלן דיר איבערצייגן אין מיין איבערגעגעבענקייט, שעצונג, ריינע כוונה און אמת'ע ציהל.

לאמיר זיך דערמאנען איבער די נאענטע פארגאנגענהייט... מיר זענען דאן געזיצן אויף א דרינגענד וויכטיגע זיצונג. איך דערמאן זיך יעצט אין די דאזיגע מאמענטן ווען מיר זענען געזיצן אונטער א ברייט פארצווייגטע בוים, וועלכע האט געווארפן א ברייטע שאטן איבערן איידעלן טיש וואס איז געווען ווי באהאלטן אונטער איר, די גרינע גראז ארום און ארום האבן בלויז געהאלפן מיטשפילן מיט די רואיגקייט וואס האט דאן געהערשט, און די אנגענעמע וועטער האט ווי געטוען איינלאדענען זיך צו זעצן צום טיש.

מיר זענען דאן געווען אין א שטארקע פארגלעגענהייט, מיט בלויז געציילטע טעג פריער איז געפאלן אויף אונזער קאפ א מאכטפולע און אומגערישטע באמבע פיל מיט פולווער, דער ראש ישיבה איז צוגעקומען צו אונז ביידע, און מיט א קאלטע געזיכט אונז געווינטשען לחיים ולשלום... מיר האבן זיך אנגעקוקט איינעם דעם צווייטן, מיר האבן געהאפט אז עס איז א געווען בלויז א בייזע חלום, אבער ניין, דאס אמת האט געקלאפט אין פנים.

- און אט אין די טעג האט זיך אפגעשפילט די געהיימע שמועס וואס מיר האבן דאן אפגעהאלטן אינעם פארק אינדרויסן פון די רוישיגע שטאט'ישע גאסן. מיר האבן פשוט נישט געוויסט וואס צו טוען ווייטער.

ישעי’, מעגליך אז איך האב זיך קיינמאל נישט ארויסגעברענגט און דיר איבערגעבן מיינע דעמאלסטיגע געפיהלן, אבער יעצט, ווען מיין פענע טוט פליסן איבערן גלאטן פאפיר, שפיר איך אז עס א פאסיגע מאמענט דיר עס איבערצוגעבן גענוי ווי עס איז געווען.

איך בין געזיצן מיט מיינע הענט פארדעקענדיג מיין פארטרויערטע געזיכט, ווען אינדערמיט בלייבט איבער א קליינע דינע שפאלט פון ווי ארויסצובליקן, איך האב געקוקט פון צעווישן די שפאלטענעס מיט פארוויינטע אויגן צו דיר, טראכטענדיג אז דאס איז עס, מיר זענען געבליבן אליינס, קיינער איז נישט מיט אונז, די גוטע בחורים ווילן זיך נישט חבר'ען מיט די צוויי ארויסגעווארפענע בחורים, ווידער די אנדערע סארט קרייז, די וועלעכע דרייען זיך דורכאויס די נעכט אין די גאז-סטאנציע... ווילן אויך נישט קוקן צו אונזער זייט, זאגאר אונזער שפראך, קליידונג און פירונג איז געווען ווייט פון זייערע.

איך בין געבליבן אויסגעשפילט. איך האב געציטערט ווי די פיש פונעם ים בלויז טראכטענדיג וואס וועט זיין די רעאקציע פון מיינע עלטערן, און איך גלייב אז די זעלבע איז געווען ביי דיר זעלבסט, האסט ווירקליך אויך אויסגעקוקט צעמישט און צעטראגן. נישט איך און נישט דו האבן זיך געראכטן אויף דעם.

מיר האבן געקוקט אויף אונזערע מחנכים מיט בייזע בליקן, מיר זענען געווען אין א שרעקליכע אויפגערעגטע גיסטע, מיר האבן אינאיינעם אויפגעבויעט א קלארע טעאריע אז די מחנכים מיינען בלויז זיך, זיי ווילן בלויז בויען די נאמען פונעם ישיבה, און זיי קימערן זיך נישט איבער די וואוילזיין פון די תמימות'דיגע און איידעלע בחורים וואס איז באשערט פאר זיי אדורוך צו גיין שווערעקייטן אין לעבן.

און ישעי’, דו ווייסט וואס איך וועל דיר זאגן? עס איז שטארק מעגליך אז דו בוסט הונדערט פראצענט גערעכט מיט דיין מיינונג. עס איז שוין פארביי זינט דאן עטליכע יאר, דאכצעך מיר אז עס איז שוין באלד זיבן יאר שפעטער, אבער סיי ווען איך טראכט נאר איבער וועגן דעם שארפן משגיח און איבער זיין ווילדע באנעמונג צו אונז קומט מיר ארויף רוישענדע מחשבות, איך פארמאג מעגליך אין מיך א אנגעווייטאגטע ארט ווי איך ערגער זיך איבער דעם יעניגן, איך קען אים נישט מוחל זיין מיטן גאנצען הארץ, איך קוק אויף אים ווי א אומ-אחריות'דיגער פערזאן, האט ער דען פרובירט מיט אלע מיטלען אז איך זאל נישט אנקומען צו ווי איך בין אין די ענדע אנגעקומען? איז דאס טאקע געווען די איינציגסטע אויסוואהל וואס ער האט פארמאגט?

אבער ווען איך טראכט אריין מיט א טיפערע בליק ווערט מיר מיין פונסטערע נעפל אויסגעקלארט און אויפגעלאכטן, עס קען טאקע זיין אז ער איז שולדיג... אבער וואס האט דאס מיט מיר? צו וועט דאס אוועקנעמען פון מיר מיינע שווערעקייטן? ער איז מעגליך דורוך געפאלן זיין פרעזענליכע פראבע, ער איז זיך טאקע באגאנגען צו אונז מיט אומרעכט, אבער וואס העלפט דאס מיר? צו דען טוט דאס ריינוואשן מיינע פראבלעמען? דער ראש ישיבה איז טאקע א אומ-סטאבילן פערזאן, אבער טוט דאס דען מיך בארעכטיגן אויף אלעס?

אין ענליכע געלעגענהייטן האבן מיר אדורוך געאקערט אונזער עתיד, מיר זענען ווירקליך געווען דאן מיט עטליכע יאר יונגער, אבער דאך האבן מיר זיך אינאיינעם געהאלטן ווי די וועלט'ס קלוגסטע פערזאנען דורכאויס די צוויי-טוינזט עפאכע, מיר האבן אסאך געטראכט, גערעדט און געטוהן איבער דעם נושא, מיר האבן זיך געוואלט פארזיכערן אז אונזער צוקונפט וועט ווירקליך זיין ווי געפלאנט, דערפאר האבן מיר טאקע גענומען פארשידענע געוואגטע שריט אין דעם פעלד, מיר האבן מעגליך געטוהן זאכן וואס זאל אויפרעגן אונזער ארומיגע, אריינגערעכנט אונזערע מחנכים, עלטערן און געשוויסטער, אבער מיר האבן געהאט פאר זיך א ציהל, מיר האבן געוויסט קלאר וואס מיר ווילן, און מיר זענען גרייט געווען צו אינוועסטירן סיי וואספארא נויטיגע בעפארברייטונגען עס פעהלט זיך אויס דערצו.

אין אונזער דעמאלטסטיגע שטאנד, זיצענדיג דארט אויפן באנק פארטראכט אין פארפלאגענדע און מיטשענדע מחשבות און געדאנקן, זענען מיר צוגעקומען צו א ענדגילטיגע החלטה, מיר האבן באשלאסן מיט א פעסטקייט אז דאס איז עס, מיר קענען נישט ווייטער ציען אויף אזא שטייגער, פערטיג... מיר גייען זיך אויפרייסן, אונז זעמיר מער נישט קיין ישיבה בחורים, אונז זעמיר מער נישט קיין 'ארויסגעווארפענע' בחורים... פון היינט און ווייטער זענען מיר אפיציעלע 'באמעס'. מען גייט צום בארבער שאפ, די קאפל ווערט פארקלענערט צו א כזית'ל און די הויזן דארף כמעט פלאצן אויפן פיס, פארשטייט זיך אז אין צעזאמענהאנג דארף די שיך אויך באקומען איר פערזענליכע אויפמערקזאמקייט און א ספעציעלע אפגרעיד... בקיצור, איך דארף דיר נישט אראפלייגן די קומענדיגע שריט וואס מיר האבן גענומען, ווייל איך גלייב אז דו געדענקסט עס פונקט ווי מיר.

אונזער דעמאלטסטיגע שריט איז נישט געקומען פון קיין ספעציעלע קלארע און באזעסענע באשלוס, מיר זענען דאן געווען אין א פא'חמורע'טע גוסטע, אויפגערעגט אויף די גאנצע וועלט און מיר האבן באשלאסן אז מיר גייען זיך נעמען שטויסן אויף אלע זייטן און ריכטונגען... איך האב גוט געציטערט פון מיין טאטע, אבער איך בין געווען שטארק אנטשלאסן און פארזיכערט אז דאס וועט זיין מיין בעסטע אויסוואהל פאר א גוטע און זיגרייכע עתיד, איך האב געשפירט ביי מיך אז אנדערש בין איך א פארלוירענער, און דערפאר בין איך גרייט געווען אוועקצוקוקן פון אלע שטרויכלונגען און שווערעקייטן וואס וועלן אונטער קומען אויפן וועג.

ישעי’, איך דערמאן זיך יעצט איבער אונזער דעמאלטסטיגע געפיהל, מיר האבן זיך געשפירט איינזאם אליין, דו האסט געקוקט אויף מיך און איך האב געקוקט אויף דיך, מיר האבן געוויסט אז אויסער אונז צוויי טוט קיינער נישט מיטשפירן דאס וואס מיר גייען דורך, מיר זענען געווען ווי צעבראכענע שארבן, און אט דאס האט צוגעברענגט צו אונזער פעסטע באשלוס אז מיר וועלן ענדגילטיג טוישן אונזער לעבנס-שטייגער. מיר האבן ארויסשפאצירט פונעם פארק מיט זיכערע טריט, כ'דערמאן זיך יעצט ווי אויפן וועג ארויס האב איך מיך פארענטפערט מיט א ערנסטע שטימע אז מיר וועלן נישט ליידן קיין שום קאנסעקווענצן דערפון, און די גיהנום? דאס וועלן אונזערע משגיחים באקומען.

עס האט זיך אנגעהויבן פאר אונז א נייע סארט לעבן. די לעבן האט ווי געשיינט און געבליטשקעט מיט רוישיגע קאלירן, ווי איך בין געגאנגען האב איך געזעהן פאר מיינע אויגן בלויז תענוג און הנאה, אלעס איז געפארן ווי געפלאנט... מיר האבן זיך איינגעהאנדלט די נייעסטע סארט גאלאקסי, און מיר האבן באקומען צענדליגע נייע פריינד איבער די ברייט-פארצווייגטע היינטיגע סאציאלע מידיא... טאג און נאכט האב איך געהאט מיט וועם צו פארברענגען, אלע האבן געוויסט מיין נאמען, און פילע האבן געקוקט אויף מיך מיט אזוי-גערופענע שעצונג און טייל מיט אויסגעשטאכענע קנאה, ביינאכט זענען מיר נישט געגאנגען שלאפן ווי קיין צוריקגעשטאנענע ישיבה בחורים... מיר זענען געגאנגען אין באר און געטרונקען ביר און גערויכערט ציגערעטלעך... עס האט מיר גארנישט געפעהלט אין לעבן, די פרישע געווארפענע בחורים האבן געזיכט צו זיין גוט מיט מיר, און זיי האבן מיר אוועקגעשאנקן גענוג געלט אויף צו קענען שפענדן ווי אימער עס פעהלט זיך אויס... בקיצור, אלעס וואס איך האב נאר געקענט טראכטן האב איך פארמאגט.

אין די ערשטע אפשניט פון צייט האב איך געהאט טעגליך פרישע זאכן און עפיזאדן וואס זאלן מיר געבן דעם גוטן שפיר אז איך בין ווירקליך גוטע (אנטשולדיגט: פיינע) נייעס... דא האב איך זיך אנגעטוהן א בלויע טישיר"ט אנשטאס א בלויזע העמד, און איך האב זיך געשפירט ווי פראנץ יאזעף אליינס, צומארגענס האב איך זיך איינגעהאנדעלט א נייע פאסיק וואס האט מיר געגעבן דעם געפיהל אז איך בין ראקעפעלער בכבודו ובעצמו, א אנדערע מאל האב איך געקויפט א ריזיגע זייגער וואס האט פארנומען די לענג און ברייט פון מיין דארע האנט, און איך בין געווען זיכער אז היינט בין איך געווארן ראטשילד דער גביר (אין די היינטיגע וועטער-אויפלאגע וואלט עס מן הסתם ערזעצט געווארן מיט דאנעלד טראמפ, אבער אין אונזער דעמאלטסטיגע השגות איז עס נאכנישט באשטאנען)... עס איז געווען געהאקט א לעבן... פיינע פרישע נייעס...

אבער דא, ישעי’, וויל איך שרייבן און ארויסברענגען דאס וואס איך האב דיר קיינמאל נישט אנטפלעקט, איך האב דיר עס קיינמאל נישט געזאגט... אבער דאך האב איך עס געזעהן און באמערקט אין דיינע אויגן, אין דיין פארשלאפענע געזיכט. איך האב דארט געזעהן אז דו ווילסט מיר עפעס זאגן, דו ווילסט זיך ערקלערן אבער דו האסט א סארט געפיהל פון מורא און אנגסט בלויז עס ארויפצוברענגען אויף דיינע ליפן, איך האב עס שטענדיג געשפירט, איך האב געזעהן דארט צעווישן דיינע ווערטער און שטריכן ווי עפעס ליגט דיר אויפן הארץ ווי א שווערע און מאכטפולע שטיין, איך האב געזעהן די לאסט וואס דו טראגסט אויף דיינע איבערגעשטרענגטע רוקן ביינער, אבער וואס זאל איך טוען, איך האב נישט געוואלט רעדן דערוועגן, דיין לאסט איז אויך געווען מיין לאסט, דאס וואס דו האסט געטראכט און געשפירט האב איך מיטגעשפירט, איך בין געווען אין די זעלבע פעקל ווי דיר, אבער עס האט מיר נישט געפאסט עס ארויפצוברענגען צום אויבערפלאך, איך האב אזוי געציטערט בלויז פון טראכטן דערפון... די מחשבות האבן מיר אוועקגענומען מיין רואיגקייט, מיין אפעטיט און מיין לעבן'ס קאליר.

די צייט האט זיך נישט אפגעשטעלט, די זייגער איז ווייטער געלאפן אין א שנעלע גאלאפ, און צעביסלעך האט אנגעהויבן אריינקריכן אין מיר א דיקע פארטונקעלטע וואלקן. איך האב פרובירט מיט געוואלד עס צו באהאלטן און אויסקורסירן, אבער איך האב נישט געקענט, איך האב זיך ווידער געשפירט ווי פאר עטליכע חדשים פריער נאכן ווערן ארויסגעווארפן פון ישיבה.

ביינאכט (ליין: אינדערפריה) ווען מיר זענען אהיים געגאנגען נאכן פארברענגען אינאיינעם די גאנצע נאכט בין איך אריינגעלאפן אין בעט, איך האב זיך איבערגעדעקט מיט מיין גרויסע ווארעמע דאכענע און פרובירט איינצושלאפן... איך האב אזוי מורא געהאט פון די מחשבות וואס פלעגן מיר באנעמען אין יענע מינוטן, עס איז געווען פאר מיר א שטענדיג נאכלויפענדע פחד פון די דאזיגע מחשבות, אבער גארנישט האט נישט געהאלפן, איך האב אויסגעשאסן אין א יאמערליכע געוויין ווי א קליין קינד, איך האב געוויינט און געוויינט און געוויינט... איך האב גוט געוויסט ביי מיר ווי ליידיג איך בין, איך האב זיך געשפירט פיסט, ליידיג און אומ-געלונגען. די דעפרעסיע האט נאכגעפאלגט גאר שנעל, איך בין אריינגעפאלן אין א אנגעזעצטע מוט, איך בין געווען צעשאסן. צעקלאפט.

איך האב באמערקט מיין יונגערע ברודער אויפשטיין פארטאגס גייענדיג אין ישיבה, מיין הארץ האט מיר אויפגעגעסן, איך האב נישט געקענט צוקוקן זיין צעפרודענהייט, אבער איך האב עס שנעל פארשטעקט דארט אינעם ווייטן האריזאנט, איך האב זיך אליינס ערקלערט אז עס איז בלויז מאמענטאל אבער אין די ענדע וועל איך... עהם... (וועל איך וואס?). אין קורצן גערעדט, עס האט געציפט.

איך קען גוט דעם שפיל, עס איז א סארט אומ-פארגינערישע און קנאה'דיגע געפיהל וואס שמאגלט זיך אריין אינעם מח, און טוט נישט נאכלאזן קיין איין ליאדע סקונדע, און די איינציגסטע לעזונג דערצו איז נאר דורכן זיך נעמען שעלטן און שימפן אז מיין ברודער איז נאך צוריקגעשטאנען... ער ווייסט נישט וואס לעבן מיינט... בלויז דורכן אנשמיצן די צווייטע זייט וועט מיין געוויסן זיך בארואיגן.

אבער דא וויל איך דיר אנטפלעקן דעם סוד, ישעי’ –

יעצט צוריקקוקענדיג ווייס איך גאנץ גוט אז דו האסט געשפירט פונקטליך די זעלבע ביי דיר אין הארץ... אפילו ווען די האסט פרובירט מיט די מאקסימום כוחות און ענערגיע עס אויס-צו-באהאלטן, וויסענדיג אז אויב דו בוסט נישט צעפרידן פון דיין יעצטיגע מצב דאן בוסטו א טאטאלע דורוכפאל, דאך האסטו נישט מצליח געווען מיט דיין מיסיע, איך – דיין חבר פאר אזויפיל לאנגע יארן – האב עס גוט געשפירט, איך בין געווען זיכער און איבערצייגט אז דו גייסט אדורוך די זעלבע פיין ווי מיר. דאס איז געווען מיין איינציגסטע טרייסט, איך האב געוויסט אז ווילאנג איך בין נישט ריכטיג צעפרידן, בוסטו נישט ריכטיג צעפרידן.

עס איז אדורוך נאך צוויי יאר פון שרעקליכע יסורים און פיינפולע מצבים, אבער איך האב געציטערט ארויפצוברענגען מיינע אינערליכע געפיהלן צום טיש, איך האב געוויסט אז אינדרויסן דארף מען ווייזן סוקסעס, צעפרידנקייט און א שטענדיגע שמייכל. ישעי’, לאמיר דיר פרעגן דעם אמת, צו דען איז דאס אמאל געווען א אמת'ע שמייכל? דו ווייסט דאך גאנץ גוט אז עס איז געווען בלויז צו פארדעקן מיט א דינע ליילעך די טיפע אנגעגעסענע דעפרעסיע וואס איז געליגן פון אונטער דעם. פאר מיר האסטו נישט וואס צו לייקענען, איך בין דאך געווען אין די זעלבע שיך ווי דיר און איך קען גוט דעם שפיל, איך האב אויך געשפילט דעם לעבנסשטייגער באיינדריקענדיג די דרויסענדע אז איך האב דערגרייכט דעם שפיץ אייפעל טאוער, און אז איך בין אנגעקומען צום העכסטן און בעסטן ארט וואס איז נאר פארהאן, איך קען אויך דעם גאנג מיט אלע אירע טאקטיקן...

מיר האבן עס קיינמאל נישט דיסקוסירט אין די עפענטליכקייט, אבער צעווישן די שטריכן האבן מיר באשלאסן אז מ'גיימיר א שטאפל ווייטער. איך האב דיר נישט געקענט ערקלערן פארוואס מיר לויפן אוועק פון אונזער יעצטיגע מצב, און דו האסט מיר עס אויך נישט געקענט ערקלערן, ווארום מיר זענען דאך אפיציעל גליקליך מיט אונזער יעצטיגע שטאנד, ביידע האבן מורא געהאט עס ארויסצוזאגן מיטן מויל, אבער אונזערע הערצער האבן דאס דורוך גערעדט צעווישן זיך... ביידע האבן געשפירט די זעלבע ליידיגקייט...

מיר זענען שוין געווען דאן עטוואס עלטער און מער ערוואקסן און אינאיינעם האבן מיר באשלאסן צו ווערן 'געסעטעלטע מענטשן'. מיר זענען געווען אנטשלאסן אז דאס מאל וועט עס אונז געלונגען, מיר וועלן ווערן אוועקגעשטעלטע מענטשן, טרעפן א דזשאב, פארדינען א לייטישע געהאלט, און קענען 'האקן א לעבן'. פארשטייט זיך אז מיר האבן דאס אויך אויסגעארבייט אז עס זאל זיין אייגענארטיג און אנדערש פון די נארמע און די געווענליכע אנגענומענע מיינונג ביים פרומען קרייז. מיר האבן זיך אליינס מסביר געווען אז דער היימישער עולם לערנט נישט אויס פאר די קינדער קיין אינטעליגענטע און שטודירטע ביכער און טאקטיקן וויאזוי צו מאכן געלט ווען מען ווערט עלטער, מען קען נישט די שפראך, קולטור און יוסטיץ געזעץ... מיר וועלן אבער זיין אויפריכטיג און אויסגעהאלטן פון א ברייטערע קוק ווינקל, און מיר וועלן זיך גיין לערנען די נויטיגע עדיוקעישן וואס מיר האבן פארפאסט אין אונזער יוגענט...

דער אמת איז אז מיר האבן אויך נישט געהאלטן דערביי, מיר האבן נישט געהאט קיין נערווען זיך צו זעצן צום לערנונגס-טישל און זיך מיטשענען צו פארשטיין דאס וואס דזארדש וואשינגטאן און טאמאס עדיסאן האבן געטראכט ביי זיך אין קאפ פאר דריי-הונדערט יאר צוריק... אונז האבן דאך קיינמאל נישט פארמאגט א עקסטערע דאזע פון זיץ פלייש...

ביי דעם פונקט זענען מיר טיילווייז צעטיילט געווארן און מיר זענען געווארן עטוואס פארנומענער ווי ביז אהער, איך האב געטראפן א דזשאב מיט א שיינע געהאלט וואס זאל מיר געבן די פאסיגע מעגליכקייטן צו קענען לעבן ברייט אויף מיין אייגענע און פריוואטע חשבון, און דו האסט אויך געטראפן א פיינע דזשאב מיט א פיינע געהאלט. מיר זענען געווען פארנומען דורוכן טאג און שווער געארבעט, אבער דאך האבן מיר ביידע פארדינט זייער לייטיש.

מיר האבן נישט פארמאגט קיין צייט צו פארברענגען אינאיינעם אזוי ווי אמאל וויבאלד מיר האבן שוין געדארפט זיין אויף אין די פארטאגס שעה'ן פונקט ווי א ערפאלגרייכער ביזנעס-מאן, אבער דאך האבן מיר פארברענגט אינאיינעם די זונטאגס ווען מיר האבן נישט געהאט קיין ארבייט. מיר האבן באקומען א צווייטע סארט שפראך, מיר האבן גערעדט אסאך איבער ביזנעס אנגעלעגענהייטן, זיך שפירענדיג ווי אמת'ע מוצלחים. אונז זעמיר אינאיינעם ארויס געגאנגען אויף טייערע מאלצייטן אין בעסערע און רעסטעראנטן, זיך ערלויבענדיג צו פארוואסערן גרעסערע געלטער.

איך האב פארמאגט אין באנק אקאונט א איבריגע פאר טאללער, און זיך איינגעהאנדעלט א הערליכע לוקסויזרטע קאר. איך האב זיכער געמאכט צו נעמען עפעס וואס זאל שרייען פון זיך סוקסעס. און דו בוסט אויך נישט געבליבן צוריקגעשטאנען און האסט דיר אויך פארגינט עפעס וואס זאלן ציען די גרעסטע מאס אויפמערקזאמקייט און קנאה, דאכצעך מיר א דאדזש טשעלענדזשער – פארשטייט זיך לימיטיד עדישאן... (כ'ווייס נאכנישט וויאזוי דו האסט עס געדעקט סוף חודש, אבער איך האב געמוזט אננעמען אפאר עירפארט טריפס אין די ענדע...).

שבתים, ימים טובים, און סתם וויקאציע זענען מיר אינאיינעם געפארן צו טייערע האטעלן פארברענגן אין א גרעסערע געזעלבשאפט. עס איז זיך צאם-געקומען דארט צענדליגע אזוי-גערופענע געלונגענע בחורים מיט גרויסע אנגעשוואלענע קעשענעס, און מען האט זיך געלאזט וואויל גיין ווי ס'דארף צו זיין, פון צייט-צו-צייט זענען מיר אוועקגעפארן צו ווייט פארשטיפטע ערטער איבערן ערד קוגל צו קענען האקן א לעבן אינאיינעם, בקיצור, איך האב דאן נישט געקענט טראכטן פון עפעס בעסערס.

איך האב נישט געקענט טראכטן פון עפעס בעסערס? אויסדריקלעך נישט, איך האב פשוט 'מורא' געהאט פון טראכטן פון עפעס בעסערס.

ווען איך קוק היינט צוריק מיט א שפאקטיוו איבער מיין דעמאלטסטיגע לעבנס שטייגער, זעה איך די אמת'ע סיבה וואס האט מיר געמאכט אויסגעבן אזעלעכע אסטראנאמישע סומעס פאר האטעלן און פליה רייזעס, וויבאלד איך האב געזוכט און געצילט צו אנטלויפן פון מיך אליינס. איך האב זיך נישט געקענט דערליידן... מיין ערגסטע זאך וואס איך האב פארמאגט אין יענע טעג, איז געווען מיך אליינס... דאס איז עפעס וואס איך האב נישט געקענט דערליידן, עס איז געווען פאר מיך ווי א שרעקליכע און שעדליכע איינשפריץ, איך האב געוויסט אז ווען כ'טרעף זיך מיט מיך אליינס דאן קומט נאך א טיפע דעפרעסיע, און א מוטלאזע מאנאט. טאקע דערפאר בין איך גרייט געווען צו אינוועסטירן די גרעסע מאס הארעוואניע אז איך זאל נישט פארבלייבן מיט קיין ליידיגע מינוטען... איך האב זיך איינגערעדט אז דאס וועט העלפן, אבער א טאג נאכן אנקומען צום דעסטענאציע, האב איך בלויז געזוכט ווי איך קען ווייטער אנטלויפן. איך האב נישט געקענט ערקלערן פארוואס די ביטערע געפיהלן מיינע טוען מיר נאכלויפן ווי נאר איך טרעט, אזוי ווייט ווי דעם גרענד קעניען ביז די ווייטע אפריקאנע לענדער – ווי איך בין אמאל אנגעקומען. וואס טוט מען נישט צו אנטלויפן פון די ביטערע געפיהלן?

נאך אזויפיל אנטלויפן פון די דערקוטשענדע ווייטאגן און עמאציאנאלע רעפלעקסן, האב איך ענדליך אנערקענט אז איך בין אומערפאלגרייך, און דאס איז עפעס וואס איך וועל קיינמאל נישט דערגרייכן. איך האב אנערקענט אז איך קען אנטלויפן פון אלע ארום מיר, אבער נישט פון מיר זעלבסט. ווי איך וועל נאר גיין, וויפיל געלט איך וועל נאר ספענדן און פארשווענדען, און סיי וואספארא ברענד נעים קליידונג איך וועל זיך נאר אנטוען, וועט זיך אבער איבעראל מיטשלעפן דעם ביטערן מיך. אוי, ווי קען מען פטור ווערן פון דעם נודניק...

ישעי’, איך בין פארזיכערט ביי זיך אז איך דארף דיך נישט ערקלערן בכלל וואס איך מיין, דו ווייסט גאנץ גוט איבער וואס איך רעדט דא, עס איז ווי א סוד פאר גאנץ בראד... מיר אלע, אלע בחורים וואס זענען אויסערליך א שטיק סוקסעס און ערפאלג, זענען פון אינעווייניג א שטיק דורוכפאל. פינטל.

און איך וועל זיך ערקלערן -

איך וואלט געקענט אויפהייבן א טעלעפאן און דורוך רעדן מיט דיך דאס אלעס וואס איך שרייב דא מיט מיין פעדער, אבער איך האב געוויסט אז דאס וועט נישט ארבייטן, איך האב געוויסט אז עס וועט נישט ברענגען קיין גונסטיגע רעזולטאטן... איך שרייב צו דיר מיטן פענע ווייל איך ווייס אז דו דארפסט מיר נישט קוקן אין פנים ליינענדיג מיינע ווערטער, אבער דאך וויל איך אז דו זאלסט וויסן אז דו קענסט פון מיר גארנישט אויסבאהאלטן, דו קענסט פון מיר גארנישט לייקענען, איך בין געווען אין די זעלבע שטאנד ווי דו שטייסט יעצט, און איך האב געשפירט גענוי די זעלבע וואס דו שפירסט יעצט.

דאס וואס איך האב אזוי שטארק געהאפט אז עס וועט נישט געשעהן איז אין די ענדע פארגעקומען. עס איז געווען איין טאג ווען איך בין געזיצן ביים ארבייטס טישל אין אפיס, איך בין געווען איינער אליינס, און כ'בין געווארן פארזינקען אין מיינע געדאנקן. מיין ווייט-גרייכענדע כח הדמיון האט מיר גענומען צו גאר ווייטע ערטער און אספעקטן, און איך בין ווי ארויסגעפלויגן פון מיין פליישיגע גוף, איך האב אנגעהויבן שוועבן העכערן גלאבאלן אטמאספערע... איך האב ווייטער געדמיון'ט, איך האב געזעהן פון אונטער מיך די גאנצע שטאט, די הויכע בנינים, די גאנצע פארקער, און דאן, אין יענע גורל'דיגע מאמענט, האב איך באמערקט מיט מיינע אויגן א פארלאשענע געזיכט, א געזיכט וואס איך האב גאר גוט געקענט...

איך האב אנגעהויבן אריינקוקן אין מיין אייגענע געזיכט, איך האב גרינטליך באטראכט מיין דרויסענדיגע געשטאלט, איך האב געזעהן מיין פאלש אויסגעצויגענע שמייכל פון דער נאענט, אבער אין יענע סעקונדעס האב איך נאך עפעס באמערקט... איך האב געזעהן די אויסגעלאשנקייט און די נאכפאלגענדיגע טויטקייט וואס געפינט זיך אונטער דעם זיגרייכן שמייכל, איך האב געזעהן די רעיאליטעט אין פאקט, איך האב אויפגעעפענט דאס אינעווייניגסטע און באטראכט דאס באהאלטענע...

און די אמת האט געשלאגן ווארצלן...

איך האב באמערקט דארט אינעווייניג א אויסגעלאשענע און פארשטארבענע פערזאן, א מענטש וועלכע פרובירט צו ארויסלויפן פון זיין אייגענעם גוף, א שוואכע און פארקלאפטע אביעקט, איינער וואס זעהט נישט פאר זיך קיין שום האפענונג, איינער וואס האט שוין פון לאנג אויפגעגעבן צו האבן א געשמאקע און אנגענעמע לעבן, איך האב דאס אלעס געזעהן פאר מיך... איך האב מיך געזעהן דארט ווי דער קראנקן אונטערן מעסערל פונעם פראפעסער... איך בין דארט געליגן ווי ביי א האקעלע אונטערגענומענע אפעראציע, וואס איז געפירט געווארן דורך... מיר זעלבסט.

איך האב ארויפגעלייגט מיין האנט אויפן שטערן, איך האב געשפירט דעם הויכן היץ וואס האט מיר פלוצלינג באנומען, איך האב זיך נישט געקענט באהערשן... אלע מיינע געדאנקען וואס איך פרוביר צו באהאלטן און פארשטעקן די לעצטע זיבן יאר זענען יעצט ארויפגעשווימען צום אויבערפלאך, די ליידיגקייט, די דעפרעסיע, און דאס אויפגעגעבענע עתיד האט יעצט דערגרייכט די רויטע ליניע, איך האב געוויסט אז איך מוז דרינגענד נעמען א שארפע דריי אין א נייע דירעקציע... אבער צו וועלעכע ריכטונג?!

פרוברינעדיג צוריק צו קוקן אריין אין מיין אייגענע פארגאנגעהייט, האב איך שוין פארמאגט אין באזיץ אייגענע ערפארונג, איך האב פארמאגט די מעגליכקייט צו קענען אנווייזן מיטן פינגער אויף די פארקערטע ריכטונג, אויף די גאנג וועלכע וועט מיר ווייטער אריינפירן אין באד אריין... איך האב זיך פרובירט צו דערמאנען ווי האב איך דאך פארמאגט עטליכע גוטע מאמענטן אין מיין לעבן.

צו מיין גרויס שאק האב איך אנערקענט אז דארט פון ווי איך זיך אזוי צו אנטלויפן, דוקא דארט האב איך געפינען געציילטע גוטע מינוטען אין מיין לעבן. איך האב טאקע נישט געטראפן די דארט מיין פולקאמע לעזונג, וויסענדיג אז די מיונטען זענען בלויז געווען קורצווייליג און האט נישט אנגעהאלטן פאר קיין לענגערע צייט אפשניט, אבער דאך האב איך געוויסט אז אויף יענע זייט האב איך זיך שוין אמאל ערגעץ ווי אנגעטראפן מיט א דינע ליכטעלע פון האפענונג און שטראלן פון צעפרידענקייט אינאיינעם מיט לעבעדיגע קאליר פון נאטירליכקייט און פרייליכקייט, עס איז טאקע געווען בלויז א צאנצקעדיגע ליכטל, איך האב טאקע קיינמאל נישט געשפירט דארט קיין שלימות'דיגע און פולקאמע הוילונג, אבער דאך האט עס באלאכטן און אנגעוויזן די נייע ריכטונג וואס דארף גענומען ווערן.

ערשט יעצט האב איך אנערקענט אז איך בין אויפן שלעכטן וועג, און ווי ווייטער איך בין ממשיך אין דעם ריכטונג, אלס שווערער וועט מיר זיין צו דרייען דעם רעדל צו א נייע דעסטענאציע, איך האב געוויסט אז איך מוז זיך טוישן אין יעדע פאל, אבער בעפאר אלעם האב איך האב געהאט איין פאקטאר וואס איז מיר געשטאנען אין וועג, איך האב נישט געקענט איינגיין מיטן פאקט אז מיינע עלטערן, משפחה און מחנכים וועלן שפירן ביי זיך אז זיי האבן אויסגעפירט אין די ענדע, און איך טוה דאס וואס זיי האבן געפאדערט פון די אנהויב. איך בין געווען ביי מיר אינעווייניג טיף אנגעגעסן אויף די עסטעבלישמענט, איך האב נישט געקענט צוקוקן אז איך אליינס וועל אין די ענדע זיך דארפן צושטעלן צו זייערע געבעטן, עס האט מיר ממש געגעסן אז זיי וועלן האבן די גוטע געפיהל אז זיי האבן די לעצטע לאך...

איך האב געוויסט ביי מיך אז איך טראכט קינדעריש און אומערוואקסן, אבער דאך איז דאס מיר געשטאנען אין וועג ווי א ביין אין האלז, איך האב זיך נישט געקענט זעהן אין א מצב פון זיין דער פארלוירענער, איך בין שוין געווען אזוי אויפגערעגט אויף מיינע מחנכים און זייער באהאנדלונג וואס זיי האבן מיר געגעבן, אז איך האב זיי פשוט נישט פארגינט דעם געפיהל אז זיי זענען די זיגרייכע אינעם קאמף... איבערהויפט נאכן זיך ארומדרייען מיטן שופר אין האנט פאר אזויפיל יארן אז איך בין ערפאלגרייך און אז איך האב דערגרייכט און פארשטאנען די אמת'ע גאנג וואס אלע דארפן נעמען.

אבער דאן איז מיר אלעס אויסגעקלארט געווארן, א געוויסע העכערע און ספיריטואלע גייסט האט מיר ארומגענומען, און איך האב באקומען די כוחות צו קענען קוקן אויף די גאנצע בילד קלארערהייט אן קיין אויג-פארבלענדענישן, נאך א אפשניט פון איבער פינף יאר פון צעמישעניש, איז מיר ענדליך געקומען א וויילע פון קלארקייט, און איך האב געטראכט צו מיר מיט א טיפערע מחשבה שניט -

פילע מענטשן האבן זיך שוין גענומען די לעבן אין רעאקציע פון א באליידיגונגס פון א צווייטן. און די אמת איז אז אין פילע פעלער זענען די מענטשן געווען גערעכט, אנדערע האבן זיי באליידיגט און אראפגעריסן גאר ווילד און שארף, זיי ריאונירט זייער לעבן און זייער עתיד, אבער צו וואו זענען די מענטשן אנגעקומען?

צום טויט! געשטארבן!

אלע תירוצים, אלע ענטפערס און אלע ערקלערונגען וועלן נישט אוועק נעמען פון די פאקטישע מציאות. ווען איינער טאנצט אראפ פונעם צענטן שטאק דאן שטארבט ער. אפילו אויב ער זאל פארמאגן די בעסטע און מערסט רעכט-דענקיגע סיבה פארן באגיין דעם אקט, דאך וועט אים גארנישט העלפן, ער איז א טויטער, און ער וועט פאר שטענדיג פארבלייבן קאטאגארעזירט אלס א טויטער.

אין די אנהויב האב איך אויך געטראכט אויף דעם זעלבן געדאנקן-גאנג ווי דיר, איך בין געווען קלאר אויפגעוויזן ביי מיר אז עס איז די שילד פון אונזערע מחנכים, זיי האבן אונז ארויסגעווארפן פון ישיבה אן קיין נארמאלע הסבר... אנשטאט צו ארבייטן מיט אונז און טוען די מינימאלע פראוו אונז ארויפ-צו-ארבעטען, האבן זיי אונז געווארפן ווי צום הינט פון גאס... עס איז זייער שילד און פערטיג...

אבער היינט ישעי’ זענען מיר שוין עטוואס מער ערוואקסן, אונזער שכל און פארשטאנד דערגרייכט שוין היינט צו ווייטערדיגע ערטער ווי פאר זיבן יאר צוריק, און היינט פארשטיי איך שוין אז אפילו אויב עס איז ווירקליך זייער שילד, דאך בלייב איך א טויטער! איך בלייב א פארשטארבענער! אז מען טאנצט פון פענסטער, אפילו מיט די בעסטע ערקלערונג, שטארבט מען!

עס איז מיר געווען גאר שווער צו טוישן ריכטונגען, עס איז בכלל נישט געווען קיין גרינגע טויש, די פאקט אז מיינע מחנכים וועלן שפירן אז אין די ענדע האבן זיי אויסגעפירט און איך האב זיך אומגעקערט צו די ריכטיגע וועגן – איז מיר געווען גאר א שווערע זאך אראפצושלינגען, אבער דאך האב איך געוויסט ביי מיך אז אויב וועל איך נישט אויספירן די נויטיגע טויש, וועל איך בלייבן א געשטארבענער... זיי זענען טאקע געווען אין א געוויסע זין אכזריות'דיג און אומאחריות'דיג פארן מיך ווארפן פון ישיבה, אבער איך האב געוויסט ביי מיר אז אויב איך וועל בלייבן אין מיין יעצטיגע שטאנד, דאן וועל איך זיין א אויסגעשפילטער פון ביידע פראנטן.

ישעי’, דו קענסט אלעס לייקענען, דו קענסט שרייען מיט די העכסטע טענער אז דו האקסט א לעבן און אז אלעס פארט דיר אויפן בעסטן פארנעם וואס איז נאר פארהאן, דו קענסט פרובירן צו לייקענען דיינע דעפרעסיעס און ליידיגקייט וואס דו שפירסט וועכענטליך – אויב נישט טעגליך...

- אבער נישט צו מיר! איך קען דיר צו גוט, און איך קען דעם טעמע צו גוט, איך קום פונעם זעלבן ארט ווי דו בוסט יעצט פארהאקט, און איך ווייס און איך שפיר גענוי וואס עס גייט אדורך אויף דיר... איך האב דיר פארשטאנען אויפן ווינק פון קינדווייז אן, און ביזן היינטיגן טאג שפיר איך דאס וואס דו גייסט אדורך.... פאר אלע דיינע ארומיגע קענסטו פארקויפן די הוילע רייד אז דו שפירסט זיך אמבעסטן מיט דיין יעצטיגע מצב ווי דו שטייסט, אבער נישט פאר מיר! איך בין געווען אויף די אלע ערטער ווי דו בוסט יעצט פארזינקן, איך האב זיך אויך איינגערעדט אז אט אט וועל איך דערגרייכן די ענדגילטיגע גליק, אבער ניין... פון אלע זייטן ווערט מען צוריק געוויזן... די אמת דערלאנג קלינגעדיגע פעטש אין פנים פון אלע ריכטונגען און זייטן...

איך שרייב דא צו דיר אויף פאפיר אדורוך גענעצט מיט טרערן, איך קוק אויף דיר פון דערווייטענס מיט א הארץ פיל מיט רחמנות, מיינע אויגן צייגן מעגליך אויף ווייטאג אבער טיף אין מיר ליגט באהאלטן א שיין פון האפענונג, א ליכט פיל מיט צוקונפטיגע שטראלן, איך בין ענטוזיאסטיש אז דו וועסט איינזעהן אין די ריינקייט פון מיינע ווערטער, איך בין פארזיכערט אז דו גייסט זיך טוישן, און נישט וויבאלד דו 'מוזט', נאר וויבאלד דאס איז וואס דו 'ווילסט' און דאס איז וואס דו גליסט... עס ליגט דארט באהאלטן טיף טיף, אונטער דעם גרויסן שלייער פון דעפרעסיע ליגט פארשטעקט א קליינע צארטיגע פינטעלע פון 'רצון', ווילן און האפענונג... דו דארפסט עס בלויז אנטוויקלן מיט א פעסטע באשלוס... דו דארפסט בלויז גלייבן און וויסן אז די אמת'ע געשמאק ליגט אויף פונקט די פארקערטע זייט פון וואס דו צילסט, און פון ווי ווייסטו עס? ווייל איך, דיין געטרייע חבר וואס זוכט דיין גוטס, זאגט דיר אזוי! איך בין שוין געווען אויף ביידע זייטן, און איך קען דיר זאגן איין זאך: דארט ווי דו זוכסט צו ענדגילטיג דערגרייכן, גענוי פון דעם ארט קום איך, איך האב עס פרובירט, אינוועסטירט און געארבייט דערפאר איבערמידלעך. איך בין אנגעקומען צו די העכסטע שטאפלן ווי מען קען אנקומען – כ'דארף דיר עס נישט מסביר זיין - אלע האבן געקוקט אויף מיר מיט שעצונג אז איך בין דער פערזאן בה"א הידועה, אבער איך קען דיר זאגן מיט שטאלץ און מיט א פולע מויל: אלעס איז בלאף, גארנישט, זערא! מען קומט אין ערגעץ נישט אן, עס איז בלויז א צירקע וואס דריידט זיך ארום און ארום און קומט צוריק צו די זעלבע ליידיגקייט און פוסטקייט, אויב נישט פיל ערגערע דעפרעסיעס און אנטוישונגען. אלזא הער מיין ווארט און גלייב מיר.

- און אויב ווילסטו מיר נישט גלייבן, דאן אדרבה, פרוביר עס אליינס אויס.

ענדע ענדע זוכסטו דאך אויך טויש, דו ווייסט נאר נישט ווי צו שטעלן דיינע קומענדיגע טריט. דערפאר, נעם דיינע ביז יעצטיגע ערפארונג און קוקט אריין מיט א פארגרעסערונגס-גלאז ווי דיינע ביז יעצטיגע שריט האבן דיר גענומען, און פון די ערטער אנטלויף! די איינציגסטע עצה און לעזונג איז צו לויפן צו דיר אליינס, טרעף דיך מיט דיר זעלבסט, ווייל צו דעם ארט בוסטו נאך קיינמאל נישט געגאנגען און האסט עס נאכנישט אויספרובירט אין דיין לאנגע 'זוך עפאכע'.

איך דערגרייך אט די ענדע פונעם גלאטן פאפיר, און אין דעם ארט וויל איך פאראייביגן מיין שטאנד, מיין מיינונג, מיין פערספעקטיוו און איבער אלעם מיין הארץ:

דו קוקסט מיר זיכער אן אלס איינער וואס איז בלויז יעצט אראפ געפאלן פון לבנה... איך מאך דיר משוגע וועגן געפיהלן און עמאציענאלע געשפרעכן און פראזן... איך גלייב אז דו טראכסט ביי זיך אין קאפ: קענסט רעדן צו מיר ווי א נארמאלע מענטש? קענסט אפשר אויפהערן צו רעדן מיט מאדנע שפריכווערטער איבער געפיהל און הארץ.

אזלא וועל איך דיר ערקלערן וואס איך מיין דערביי:

ישעי’! ישעי’! ווען איך וואלט ווען געקענט דיר אוועקשענקען א שעה פון מיין הארץ, א שעה פון מיינע געפיהלן, וואלט איך דיר עס געגעבן בחפץ לב, דאס איז מיין ווייטסטע שטרעבונג און ווילן. מיין רצון איז איין זאך: דו זאלסט שפירן, דאס זאלסט פיהלן, און דו זאלסט אנערקענען... איך ווייס אז מיט בלויזע געשריבענע ווערטער וועל איך דיר עס קיינמאל נישט קענען ערקלערן און עס איז נישט פארהאן קיין מציאות אז דו זאלסט דאס פארשטיין... דו מוזט עס אליינס מיטלעבן, מיטשפירן און דערשפירן... איך בין פארזיכערט אז איינמאל דו וועסט עס שפירן, דאן וועט שוין גארנישט אויספעהלען, און דעמאלטס וועל איך דיר זעהן זיך ארום דרייען מיט א ליכטיגע און שטארעלנדע געזיכט, אבער וואס זאל איך טוען אז די אויסוואהל ליגט נישט אין מיינע הענט, עס איז בלויז איבערגעבען געווארן צו דיר, און דו בוסט דער איינציגסטער וואס קען דאס ברענגען צו א פאקט און מציאות. די רעדע איז נישט עפעס וואס קען געשריבן ווערן מיט בלויזע טינט, עס איז עפעס העכערס פון דעם, עס איז עפעס וואס ליגט טיף אינעם הארץ, און דו, און נאר דו, דארפסט דאס אנטוויקלען און ארויסברענגען מיט איר פולסטע פראכט און שיינקייט.

ווען מיין הארץ האט אנגעהויבן שטורעמען איבער טויש, און איך האב אנגעהויבן צוצוקומען צו א ענדגילטיגע באשלוס, האב איך געהאט פארנט פון מיינע אויגן פארשידענארטיגע פאקטארן וואס זענען מיר געשטאנען אין וועג, און איבער אלעם האב איך געזעהן פאר מיינע אויגן די פילע רעאקציעס וואס וועלן מיר ווארשיינליך אנטקעגן קומען פון געוועזענע חברים, עס איז פאר מיר געווען ווי א פולשטענדיגע בריקאדע וועלכע האט מיר פאר א לענגערע צייט אפגעהאלטן פון נעמען שריט, מיינע מחשבות האבן געטוען ווירבלן איבער די שטעכעדיגע פראזן און אויגן בליקן וואס איך וועל קריגן מיט א שפע... וואספארא פנים וועל איך האבן פאר זיי... די לעצטע פאר יאר זענען זיי געווען מיינע נאענסטע חברים מיט וועם איך האב פארברענגט אזויפיל, ווי וועל איך זיי קענען קוקן אין פנים, זיי וועלן דאך קוקן אויף מיר ווי א דורוכפאל פון ערשטן קלאס... בוסט געווארן א פרומטשיק און א צעקנאדעוועטער מעשוגענער, ווי וועל איך זיי קענען קוקן אין פנים אריין.

אבער, די שטארקע קוראזש וואס האט מיר דאן איבערגענומען האט מיר געשענקט אויך די כוחות זיך צו שטארקן איבער דעם צוריקהאלט. איך האב געהאלטן פאר מיינע אויגן איין ציהל און אגענדע און איך בין געווען גרייט אדורוכצוגיין סיי וואס, איך בין געווען קלאר ביי מיר אז אפילו אויב מיין בלוט וועט פארגאסן ווערן פון מיר, דאך וועט מיר גארנישט קענען צוריק האלטן, איך האב געוויסט וואס איך דארף טוען, און דאס וואס איז אמת איז די אמת. איך האב געטראכט צו מיר אז פונקט ווי איך האב געהאט די כוחות צו נעמען דעם שארפן לינקס פאר איבער פינף יאר צוריק, טראץ די אלע שטרויכלונגען און שטערונגען וואס זענען דאן אונטער געקומען האלטענדיג אין מיין דעמאלטסטיגע מצב אז דאס איז די ריכטיגע וועג פאר מיר, פילייכט פארמאג איך אויך יעצט די נויטיגע כוחות זיך צו דרייען רעכטס און גיין אין נייע שטראזן און ליניעס ווי איך האלט און ווייס אז דאס וועט מיר ברענגען צו גליק און שמחה.

איך האב אריינגענומען ביי מיר אין קאפ איין פונקט, און דאס האט מיר געגעבן די מוט איבערצוקומען אלע שווערעקייטן, איך האב געוויסט ביי מיר אז ביז יעצט בין איך געגאנגען אויף א ריכטונג וואס ברענגט מיר צו נול, און אין צעזאמענהאנג מיט מיין ביז יעצטיגע אויפפירונג דערגרייך איך בלויז ליידיגקייט, פוסטקייט און דעפרעסיע, איך לויף נאך נאך א פאראויסגעזאגטע ערזאץ וואס וועט מיר צוברענגען צו פריידט, רואיגקייט און צעפרידענקייט, און דערווייל קום איך שטענדיג צוריק צום זעלבן פונקט אינעם צירקע, איך קום בלויז צוריק צו מיין ביז-יעצטיגע אנגעזעצטקייט... און טאקע דערפאר בין איך געווען אנטשלאסן צו פרובירן עפעס וואס איך האב ביז יעצט נישט אויספרובירט –

וועסטו מיר פרעגן 'וואס האסט פרובירט עפעס וואס דו האסט ביז היינט נישט פרובירט? וואס איז געווען מיט די אלע יארן איידער מיר האבן זיך געטוישט?...'

אט דא וויל איך דיר עפענען א נייע בלאט אין דיין מהלך המחשבה, ביי דעם שטאפל וויל איך דיר ערקלערן עפעס וואס איז ווירקליך אנדערש פון דאס וואס דו מיינסט ביז היינט:
ווען איך האב באשלאסן אז איך גיי נעמען דראסטישע שריט, האב איך צוגעטשעפעט דערצו נאך א פעסטע באשלוס, זאגאר:

איך גיי זיין 'מיך!'

- איך געהער נישט צו קיינעם, און איך בין נישט קיין טייל פון סיי וועמענס רכוש, איך בין מיך, זיך, און איך. איך האב אנגעהויבן צו אנטפלעקן אז עס איז פארהאן אין מיר זעלבסט פילע קעמערלעך ווי איך האב נאך קיינמאל נישט באזוכט, איך האב אנערקענט אז איך קען לעבן א געשמאקע לעבן פיל מיט סיפוק און צעפרידנשטעלונג, ווען איך טרעף זיך מיט מיין אייגענע פערסינעליטי, מיין אייגענע שטאנד, און מיין פערזענליכע קראפט. איך האב געטראפן עפעס א נייע סארט באשעפעניש אינעם בריאה, וועלכע רופט זיך: 'מיך'. זעלבסטשטענדיגקייט.

אויב ביז היינט בין איך געווען ווי א א פארשקלאפטע קנעכט צו אירע אויבערהארן, זייענדיג געצווינגען נאכצוטאנצן די מאדע, אויסצופירן די אלטוועלטליכע פארפעסטיגטע מיינונגען, נאכצוטוען די נערישע און זינלאזע אויפפירונגען פון מיינע ארומיגע, און איבערקומען די שטענדיגע צוואנג צו זיין העכער אלעמען – דאן האב איך פלוצלינג אנטפלעקט א וועלט ווי איך קען זיין אייגענארטיג, איך דארף נישט זיין געבינדען און געצוואונגען צו קיינעם אויפן וועלט. איך טוה ווי איך פארשטיי, און איך דאס וואס איך בין.

צינדט אן דעם פייערל און כאפ א אויפריכטיגע בליק איבער דיין גאנצע וועזן און מציאות, קריך אריין צו די טיעפסטע שפאלטענעס, און קוק, באטראכט און אנאליז דיין אייגענע ווילן מיט א אמת, טראכט נישט וואס 'יענעמס' ווילן איז, אינטערעסיר דיר נישט אין יוסי'ס רצון, קוק נישט אויף פיני'ס מיינונג, און אויף יענקי'ס הגהות און קאמענטארן, און איבערהויפט זאלסטו אוועקקוקן פון דאס וואס דו מיינסט אז יענער מיינט... קוק בלויז צו דיין פינטל.

ווען דו ווייסט אנהייבן זוכן און נאכגיין דיין אייגענעם פינטל דאן וועסטו אנטפלעקן אז דאס איז עפעס גענצליך ניי פאר דיר, עס איז עפעס וואס דו האסט נאך קיינמאל נישט באגעגענט אין לעבן, אין סיי וואספארא דורכגאנג דו בוסט אדורוך – האסטו אבער נישט אנטדעקט די ליכטיגקייט און געשמאקייט. דו וועסט אנערקענען אז די סיבה וואס האט דיר געמאכט אנטלויפן פון דיין יוגנט וועזן און גלויבונג, איז נישט געווען א פראבלעם אין די ארומיגע פאקטארן פון די ערציאונג, ס'מעגליך אז עס האבן געפעהלט געוויסע באשטיינדלען אין די ערציאונג, אבער דאס איז נישט געווען דיין פראבלעם, און נישט דאס האט דיר געמאכט אנטלויפן.

אין א שמועס מיט איינס פון די גרעסטע פיסיכיאלאגן אין די גוישע (ווי דו רופסט עס: עדיוקעטיד) וועלט, זאגט ער מיר אז אין די אנהויב האט איך זיך געוואונדערט פארוואס עס קומט אן צו מיר אלע ארויסגעפאלענע פון די אידישע געמיינדע, איך בין דאך נישט קיין רבי אדער מנהיג, איך בין א בלויזע פראפעסער. אבער יעצט, נאכן האנדלן מיט אריבער דריי-טויזענט פון די געזעלשאפט, קען איך זאגן מיט א פולע מויל אז קיין איינער פון זיי איז נישט געווען די פראבלעם מיט זייער אידישקייט, עס איז בלויז געווען א פראבלעם אין זיי זעלבסט.

די וועלט היינט איז קראנק, עס איז נישט קיין סוד, אלע פארמאגן פראבלעם, און אלע זוכן ווי ארויפצוווארפן זייערע שולד געפיהלן, און אט דא ליגט די פראבלעם אין טעות.

מיט דעם וויל איך זיך מסביר זיין, אז די סיבה וואס האט דיר געמאכט הויבן פיס פון דיין ביז דעמאלטסטיגע פירונג איז געווען ווייל עפעס האט געפעהלט אין דיר זעלבסט, עס האט זיך פארמירט א לאך אין דיין אייגענע הארץ, וואס האט דיר צוגעברענגט צו זוכן פארשידענע מיטלן עס צו פארשטאפן, אבער די פראבלעם איז געווען אז עס האט בלויז פארגרעסערט און טיפער געמאכט דעם לאך...

- און אט דעם לאך גייסטו יעצט ערפילן, דו גייסט פראדעצירן א נייע סארט שטאף און מאטריאל מיט וואס עס צו אנפילן, דו גייסט נעם דיין אייגענע הארץ און מיט דעם וועסטו אויפבויען גענוג סיפוק און צעפרידענקייט, און אלע לעכער וועלן ערפילט ווערן, און נישט מיט קיין אויבערשטע דינע איבערדעק דורכן אויסבאהאלטן און אוועקשטופן דעם הארץ, נאר מיט א פולע און ענדגילטיגע פאזיטיווקייט און ערפילונג.

און נאך א פונקט, נעם נישט דעם נייעם וועג וויבאלד דאס איז וואס מ'האט דיר מחנך געווען אזוי אין דיין יוגנט, פארקערט גאר, נעם דיין גאנג מיט א אייגענע פארש, זוך און מיש ארום אין דיינע פערזענליכע ארכיוון וואס געפינען זיך ביי דיר און הארץ און אין מח, הער אויס דו וואס ווייסן יא דעם וועג צו ווערן ערפאלגרייך און אמת'ע הצלחה, באקום און שעפ דיין חיות און מאטיוואציע פון אזעלעכע וואס ווייסן דעם אמת, און דרייען זיך ארום מיטן אמת און ווארהייט.

און ביי די דאזיגע שטאפל שפיר איך זיך גענוג באקוועם צו קענען שרייבן עפעס וואס איך וואלט דיר אין מיין לעבן נישט געזאגט אין פנים. ישעי’, עס איז געקומען די צייט אראפצוציען די פארשלייערטע מאסקע וואס ליגט איבערגעצויגן איבער די קעפ פון די אזוי-גערופענע חברים דיינע-מיינע. דו ווייסט דאך גאנץ גוט דעם אמת, הלזאת יקרא חבר? דאס איז דען די באגריף פון א חבר... יעדער מיינט בלויז די געלט פונעם אנדערן, מען מיינט בלויז זיך, מיך, און נאכאמאל מיך... נקוט האי כללא בידך, קיינער מיינט נישט דיר. קיינער האט דיר נישט ליב, און קיינער זוכט נישט צו זיין גוט מיט דיר זעלבסט, א יעדער איינער מיינט בלויז זיך, ער זוכט זיינע בעניפיטן וואס ער קען ארויסציען און אויסזויגן פון דיר.

דאס איז א געוויסע אנערקענונג וואס דו וועסט מעגליך נישט אנערקענען אין איר ווארהייט לויט דיין יעצטיגע שטאנד ווען דו ציילסט זיך אלס איינער פון די גרופע חברים, אבער! נעם דיר גוט אריין מיינע ווערטער אין קאפ: עס וועט נאך קומען א טאג ווען דו וועסט צוקוקען צום שוי ווי א בלויזע דרויסענדיגע צוקוקער, דאן וועסט איינזעהן אין די אמת פון מיינע ווערטער, און דעמאלס וועסטו צוריקקוקן צו די יעצטיגע 'פריידנשאפט' ווי צו א 'פיינטשאפט'... דו וועסט איינזעהן און זיך דערמאנען איבער די אלע אראפרייסענדע ווערטער און פראזן וואס זענען געזאגט געווארן אונטער א צווייטענס רוקן, ווען יענער האט זיך נישט פולקאם צוגעשטעלט צו דאס וואס מען האסט פארלאנגט פון אים, און דאן וועסטו פארשטיין אז די דאזיגע אויפפירונג איז אויך פארגעקומען אנטקעגן דיר זעלבסט ווען דו האסט נישט צוגעשטעלט א צווייטענס ביטע.

כ'דערמאן זיך יעצט ווען נאך א געוויסע צוזאמקום זענען מיר אינאיינעם אהיים געפארן אין א קאר, אנגעפילט מיט פינף-זעקס בחורים, מיר זענען ארומגעפארן די שטאט ווען ביי א יעדע פאר גאסן גייט א צווייטער אראפ. ווען איינס פון די בחורים האט געהאלטן פארן פארלאזן, האט ער זיך אנגערופן מיט א שטילע שטימע: איך וואלט געוואלט זיין אין קאר ווען איך זעלבסט גיי ארויס... איך מיין אז קאמענטארן זענען איבעריג... א יעדער איינער ווייסט גאנץ גוט אז ווען ער טרעט נאר ארויס פונעם קאר פאלגט נאך די ציפעדיגע וואלגארע לשונות אויף אים, 'עה, ער איז דאך סתם א קליין קעפיגער, שכל ווי א צען יעריגער...' – ענדיג די אליין צו די פולע זאץ...

און דא וויל איך ערקלערן דעם קעפל פונעם בריוו: ניין, עס איז נישט 'דיין' דורוכפאל, נישט בלויז דו שפירסט זיך אפגעריסן און צעקלאפט מיט דעם גאנג וואס דו האסט גענומען, פילייכט איז עס א וועלטליכע און פאקטישע דורוכפאל וואס אלע שפירן. אלע דיינע ארומיגע, אן קיין אויסנאמען, שפירן דעם דורוכפאל. פילע האבן שוין פרובירט מיט אלע ערליי מיטלען נישט צו שפירן דעם שרעקליכען געפיהל פון דורוכפאל, אבער קיינעם איז עס נישט געלונגען. קיינעם. די וועג איז פיל מיט מאראסט, גריבער און בייסיגע מאטריאל.

פארשטייסט מיין פריינד?... איך גלייב אז דו פארשטייסט נישט ווייל עס איז עפעס וואס מען קען נישט פארשטיין שטייענדיג אינדרויסן. עס איז עפעס וואס דו מוזט אליינס שפירן און מיטלעבן. און יא, איך פארזיכער דיר מיט א פולשטענדיגע גאראנטי, אז אויב דו וועסט נעמען די מיה און דיך נעמען אין האנט אריין, טראץ אלע שווערעקייטן, וועסטו מיר דאנקען פון טיפן הארצן אין די נאענטע צוקונפט. דו וועסט עס שפירן, און דו וועסט עס 'לעבן', דו וועסט טרעפן א גענצליך הערליך נייע און פראכטפולע אביעקט וועלכע שיינט און שמייכלט צו דיר און צו אלע ארומיגע... וואס? דיך אליינס!

כ'ווייס נישט וואס נאך צו שרייבן, איך טראכט ביי מיר אז א יעדע ווארט איז איבעריג, עס איז עפעס וואס מען קען נישט אויף קיין שום פארמאט סובסקרייבן, עס איז עפעס וואס דו מוזט אליינס מיטשפירן... איך בעהט דיר –

קום, שפיר און פארשטיי.

קום, כאפ דיר אריבער צו די צווייטע זייט גאס, איי פארוואס? קענסט מיר דען אויפווייזן אז דארט וועל איך ענדליגילטיג געפינען צעפרידנקייט און פרייליכקייט?

שפיר, איך קען דיר עס טאקע נישט אויפווייזן, אבער דאס בוסטו דאך מודה אז דארט ווי דו בוסט יעצט איז נישט קיין תכלית ווי מ'זאגט... אלזא, קום אהער און שפיר דו אליינס, זיי אליינס טועם דערפון, און דערנאך וועלן מיר קענען דיסקוסירן ווי איז די אמת באהאלטן און פארשטעקט.

און פארשטיי, גלייב מיר אז דעמאלטס, נאכדעם וואס דו ווועסט פרובירן די צווייטע גאנג, דאן וועל איך דיר שוין גארנישט דארפן ערקלערן, אלעס וועט זיין קלאר פאר דיר.

איך ענדיג מיינע ווערטער ווען מיינע אויגן זענען אויפגעהויבן אין די הייעך, איך וויש אפ מיינע לעצט פארבליבענע טרערן, און איך פארמאך דעם קאנווערט מיט א הארץ איבערגעפיהלט מיט פריידט, איך האף אז דו פארשטייסט מיר, מיין רצון און מיין האפענונג, און איך האף אז אין די ענדע וועסטו איינזעהן אין די אויפריכטיגקייט פון מיינע רייד, טראץ די מעגליכקייט וואס דו האסט צו אנטלויפן פון דעם בריוו דורוך ליצנות אדער דורוך אראפרייסן דעם גאנצן שמועס, אזוי ווי דו בוסט אנטלאפן ביז אהער, דאך האף איך אז דו וועסט עס אננעמען מיט א ערענסקייט און אריינקוקן אין... דיר.

און איך בין פארזיכערט מיט די פולסטע מאס זיכערקייט אז אויב דו וועסט זיין גרייט זיך גענצליך איבערצוגעבן פארן אמת (און איבערגעבן מיינט אלעס, אן קיין אויסנאמען און אן קיין קאמפרעמייזעס), דאן וועלן מיר אין די ענדע זיך קענען ארויסלאזן אין א פייערדיגע טאנץ שפירענדיג אויף דיר אליינס דעם וועלטס ניגון 'ונפשי אשר פדית', מיין זעהל וואס איז געווארן אויסגעלייזט, און דאסמאל פאר אייביג!

איך בעהט דיר איין בקשה – אנטויש מיר נישט...

און איבער אלעם – אנטויש 'דיר' נישט...


פון דיין געטרייע חבר וואס ווארט ארויס אויף דיר אין א יעדע מצב, צו שטיין נעבן דיר און דיר ארויסהעלפן מיט סיי וואס
יואלי
(אדער ווי דו קענסט מיר פון די לעצטע פינף יאר אלס JAY)
פאטאש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 28, 2017 5:16 pm
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך פאטאש »

דא האט איר א pdf
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: לעצטנס ערשינען ארטיקל "א דורכפאל"

שליחה דורך טאמבל סאס »

קום שעפעלע באבא, לאמיך דיר געבן א שטארקע קאדל. עה סיריעסלי א גוטע ארטיקל.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך אברך משי »

ס'טוט וויי די אויגן פון ליינען אזא אריכות.אויב איינער העט עס געקענט מתמצת זיין אין קורצן העט איך איהם דאנקבאר געוועזן.
איזהו חכם כל שיכול לקצר.
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל

שליחה דורך סקרן »

זייער זייער גוט שטארק הנאה געהאט
פארשפארט