בלאט 1 פון 2

שו"ת זאב יטרף: איז סינדערעלא געווען מותרת לבעלה? (וועקער 7)

נשלח: דינסטאג פעברואר 07, 2017 7:52 pm
דורך וואלווי
איז טאקע סינדערעלא געווען מותרת לבעלה?

האפענטליך האט דער תשובה וואס איז נארוואס געדרוקט געווארן אין דעם וועקער 7 פון שו"ת זאב יטרף בנוגע האי איתתא סינדערעלא תחי' געווארפען א ליכט אויף פארצווייגטע קאמפליצירטע שאלות וואס פלאגט דעם עולם התורה יארן לאנג א שטייגער ווי די מעשה פון קליווער גט ועוד, זה מתיר וזה אוסר כדרכה של תורה, לאמיר האפן אז דאס וועט מעורר זיין ריתחא דאורייתא בבי מדרשא לאיסוקי שמעעתא אליבא דהילכתא.

הק' וואלף ראב"ד האליוואוד (אינדערהיים ווען קיינער הערט נישט רופט מיך די רעבעצין ביים נאמען, וואלווי...)

נ"ב, די ארטיקעל איז טיילווייז אינספארירט געווארן דורך די אשכול: viewtopic.php?f=5&t=6288 ובמיוחד לפי שיטת חבירינו היקרים הני תרי צנתרי דדהבא החבר [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] און החבר [tag]berlbalaguleh[/tag]. וז"ל הליטוואק, "ס'איז וויכטיג צו באטאנען אז רוב פאפולערע גויישע קינדער ביכער זענען פול מיט מוסר השכל'ס, נישט נאר אידישע.Thomas the tank engine, berenstain bears, curious George און אפילו Dr Seuss מיט Harry potter". וז"ל הבעל עגלה, א סאך פון די אלטע (קלאסישע) גוי'אישע קינדער מעשיות האבן א מוסר השכל. ווי ...האנסעל און גרעטעל: סנאו ווהייט: סינדערעללא: די 3 בערן: אפילו עלליס אין וואנדערלענד...!. עיי"ש ביתר שאת ושפ"י.

הנ"ל

נשלח: דינסטאג פעברואר 07, 2017 8:43 pm
דורך אישתישבי
וואס איז נאכאמאל געווען די מעשה דארט?

נשלח: דינסטאג פעברואר 07, 2017 9:59 pm
דורך berlbalaguleh
לכב' הרב הגאון (הקדוש) הצדיק מו"ה זאב וואלף שליט"א. בעמח"ס שו"ת זאב יטרף ע"ה חלקי שו"ע... ואב"ד דק"ק האליוואוד, יצ"ו

אחדשת"ה...איך זעה נישט וואס אייער איסתפקתא איז דא בכלל. זי (די אישה סינדערעללא) איז דאך בכלל נאך געווען א פנויה. דער פרינץ מיט וועם זי האט געטאנצן ביי דעם באאלל (בעל) האט איהר דאך נישט מקדש געווען. און די גלעסס סליפערס וועלכע די מלאך'טע (איהר פארשטארבענע מאמע) האט איהר געגעבן האט זי דאך איינס פארלוירן אויפ'ן וועג אהיים פאר דער זייגער האט געשלאגן 12. און ווען דער פרינץ איז געקומען צו די הויז וואו זי האט זיך אויפגעהאלטן האט ער נישט געוואוסט וועם ער גייט נעמען פאר א ווייב. ווייל צוערשט האבן איהרע (שלעכטע) שטיף שוועסטערס געטרייט צו זאגן אז דע סליפער באלאנגט פאר זיי. דער קרני ראם אין מס' יבמות רעדט שוין פון אט די שאלה. ווען דער מקדש ווייסט נישט וועם ער גייט מקדש זיין צו ס'איז נישט קיין קידושי טעות. און ס'איז נישט תופס די קידושין. אבער דער הייליגער חוטב עצים אין מס' קידושין פרעגט אפ זיין פשט'על און ער פסקנ'ט אז די קידושין האבן יא תופס געווען. נאר בשעת זי האט געטאנצן מיט איהר צוקונפטיגן חתן (ביי אונז אינדערהיים אין הוידו נאנאש האבן די ערליכע אידן זיך נישט געפיהרט אזוי. נאר די נעאלאגן.) איז זי נאך געווען א פנויה...אויסער אז איך 'עלל לערנען פשט אז מ'האט איהר גערעדט א שידוך מיט א בחור פון סלובודקה. און ס'איז שוין כמעט געווארן פון שידוך. צו זי האט שוין געהאט דעם דין פון א כמעט מאורסת...!

דער הייליגער מטיל זבל לאזט זיך אריין אין אן אריכות' דיגן פילפול אויף די גאנצע סוגיא מיט חקירות און איסתפקתות, וועלכע גייען אריין אין הילכות נזירות. אויב 12 יעריגע יונגלעך כאפט אן א נערוו און זיי פאנטאזירן אז זיי זענען נזירים. צו זיי מעגן טרינקען גרעיפ דזשוס ביי קידוש. אןון אויב זיי מעגן זיך אפשערן די האר. אדער דארפן זיך לאזן וואקסן גרויסע טשופיקס. פאר מער פרטים איבער די, פרשה און די אנדערע שטותים ליינט די ציבור אפטיילונג פונ'ם בלאט. דארט ווערט באריכות ארומגערעדט און באריכטעט אז די בני תורה אין די עיר ה'טעירעה וה--- זענען זיך מפלפל אין די סוגיות. זיי ווייסן אבער נישט (אפשר מאכן זיי זיך נישט וויסנדיג) אז די גאנצע איסתפקתא שטאמט פון איין ליט(פ)אק וועלכער זיצט אפ אין ביהכ"ס פון ביהמ"ד הגדול. אין קאבינע #3. אן פון דארט קומען ארויס אלע חידושים...!

שוין. איך בין שוין צו ווייט פארקראכן. אבער וואס איז למעשה געווארן מיט סינדערעללא...? וואס הייסט וואס... דער פרינץ האט איהר אנגעטרייט דעם גלאזערנעם סליפפער. און ס'האט אטקע געפאסט אויף איהר פוס. און ער האט מיט איהר חתונה געהאט. און זיי האבן געלעבט פרייליך און גליקליך אויף אייביג...!

נשלח: דינסטאג פעברואר 07, 2017 10:04 pm
דורך וואלווי
אישתישבי האט געשריבן:וואס איז נאכאמאל געווען די מעשה דארט?


די פאפאלערע ווערסיע ארויסגעגעבען דורך דיזני:
http://princess.disney.com/cinderellas-story

באמת איז דאס אן אלטע סיפור עיין כאן:
https://en.wikipedia.org/wiki/Cinderella

ס'איז אפילו דא א יודישע ווערסיע אבער היבש פארדרייט:
https://www.amazon.com/Way-Meat-Loves-S ... inw_strp_1

נשלח: דינסטאג פעברואר 07, 2017 10:30 pm
דורך וואלווי
כ'וועל מיך באניצען מיט דיין אייגן שפראך ר' בערעל :lol: :lol: :lol:

berlbalaguleh האט געשריבן:לכב' הרב הגאון (הקדוש) הצדיק מו"ה זאב וואלף שליט"א. בעמח"ס שו"ת זאב יטרף ע"ה חלקי שו"ע... ואב"ד דק"ק האליוואוד, יצ"ו

אחדשת"ה...איך זעה נישט וואס אייער איסתפקתא איז דא בכלל. זי (די אישה סינדערעללא) איז דאך בכלל נאך געווען א פנויה. דער פרינץ מיט וועם זי האט געטאנצן ביי דעם באאלל (בעל) האט איהר דאך נישט מקדש געווען.


ס'איז דאך א רמב"ם מפורשת און הל' אישות האשה מתקדשת בהאי הנאה דקא מרקדי עמה, איי עסטו ברענגען די שער המלך דארט וואס פרעגט אז מ'איז מקיש הוי' ליציאה און לשיטת ר' יוסי הגלילי וואס האלט אז אין כותבין גט על בעלי חיים ווי אזוי קען דער פרינץ מקדש זיין דורך ריקודי מצוה בבעלי חיים? נאר ר"י הגלילי רעדט ווען ער איז מקדש בגופה נישט מיט סתם הנאת בעלי חיים, אבער אויף דעם קען מען מסתפק זיין אי אזלינן בתר מקדש אדער בתר מקודשת, וויייל אויב מ'גייט בתר מקדש איז ער דער מרקד און דער נותן הנאה ומתקדשת ע"י הנאת בעלי חיים, אבער אויב גייט מען בתר מתקדשת איז דאס בעלי חיים גופא וואס איז דער שוה פרוטה, וצ"ע.

נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2017 2:04 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי: ייש"כ. ס'איז א שיין פשט'ל. נאר פארקויף עס אין די עיר ה'טעירעה וה---. פאר וועם זאג איך נישט...!... :lol: :roll:

נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2017 10:23 am
דורך יואליש
כ'האב זייער הנאה געהאט פונעם הלכה'יגע פעליטאן.

כ'האב געקלערט אז פילייכט קען מען ארויסדרינגן פון יהודה ותמר אז א פערזענליכע חפץ איז גילטיג אויף צו קלארשטעלן א מאן און א פרוי'ס אידענטיטעט בשייכות מיט א פריערדיגע צוזאמטרעפונג. ווען תמר האט געוויזן יהודה'ס חפיצים, "הכר נא, למי החותמת והפתילים והמטה האלה," האט יהודה איר גערעכט געגעבן, "צדקה ממני".

מ'קען אבער מחלק זיין אז יהודה האט מצדד געווען לקולא לגבי הריגת בי"ד אלס והצילו העדה, משא"כ לגבי סינדערעלע ווי דער נידון איז א ספק אשת איש איז מען מצדד לחומרא.

שוב ראיתי, אז סינדערעלע איז געקומען פון א צובראכענע שטוב און מ'ברויך נישט חושש זיין אז א חשוב'ע משפחה ווי דער פרינץ זאל זיך האבן משדך געווען מיט איר שוועסטער.

נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2017 3:21 pm
דורך וואלווי
ר' יואליש, כ'וועל זאגען א הערה שלא ע"פ דרוש...

ביי יהודה ותמר איז די נידון געווען א בדיעבד אויפ'ן עבר, ווייל זי האט קודם חתונה געהאט מיט בני יהודה און איז געווען מזוקקת ליבום פאר שילה בנו, און יהודה האט חתונה געהאט לכאורה כדין אלס משפחת בעלה ובלי ידיעתו, ממילא איז די שאלה געווען נאר אויף דער עבר, און אויך אזוי ווי די שרייבסט בנוגע צו דיני נפשות און בכלל נישט א שאלה בנוגע צו הלכות אישות לכתחילה

עיין כאן "רייד" בסוגיא יהודה ותמר:
https://www.torahbase.org/%D7%9E%D7%A6% ... %99%D7%AA/

נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2017 3:29 pm
דורך וואלווי
יואליש האט געשריבן:מ'קען אבער מחלק זיין אז יהודה האט מצדד געווען לקולא לגבי הריגת בי"ד אלס והצילו העדה, משא"כ לגבי סינדערעלע ווי דער נידון איז א ספק אשת איש איז מען מצדד לחומרא.


דאס איז נאר כדי מחמיר זיין לאסרה על בועלה ובעלה, אבער וואס טוט מען על הנעשה כבר, אויף די קינדער (אויב מ'וועט לערנען ביי סינדערעלא אז they lived happily ever after מיינט אז זיי האבן נישט גענוצט contraceptives...) ?

פון מעשה תמר איז נישט קיין ראי' לאסור הבנים כממזרים ווייל יהודה האט לכאורה נישט עובר געווען קיין איסור. אדער קען אפשר גאר זיין א ראי' זיין פארקערט אז מ'קען נוצען חפצים כדי אוועק צושטעלען א היתר לבא בקהל אויף להבא, אדער גאר אויף מתיר זיין די פרוי לבועלה.

נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2017 3:29 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
בדיעבד איז די מאמע באגלויבט, עי' סוגיא פ"ק דכתובות, זולת שיטת הרמב"ם

נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2017 3:35 pm
דורך וואלווי
על פיה?

דעמאלטס דארף מען נישט צוקומען צו חפצים אלס א ראי'.

נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2017 4:32 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
בדיעבד, נישט לכתחלה. קוק אין כתובות אינ'ם סוגיא הוא אומר מינאי.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 12:32 pm
דורך וואלווי
אנגהויבען מעיין זיין אין די סוגיא דארט און זיך אויפגעפרישט אביסעל גירסא דינקותא.

כפי הנראה איז דער יסוד דארט אז בנוגע צו די מאן, למשל ווען ער איז מכחיש, איז עס ברי וברי וואס דעמאלטס איז זי נישט נאמנת און די שיטת הרמב"ם בנוגע צו די ולד ציעט זיך פון דעם אבער ביי א פאל ווי ס'איז נאר שאלת פיה (כגון סינדערעלא ולהבדל"ח יהודה ותמר...) קען זיין וועט דער רמב"ם אויך מודה זיין, עכ"פ ביי די ולדות.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 12:39 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יעצט מוז איך שוין צוריקגיין מעיין זיין, און נישט שרייבן פון זכרון. יעדעס מאל ס'איז נוגע למעשה, קוקט מען איבער נאר יענע חלק וואס איז נוגע. יעצט איז עס נוגע אויף אן אנדערן אופן.

די שאלה בלייבט צו עפ"י סימנים הייסט טענת בריא פון דער מאן.

Re: שו"ת זאב יטרף: איז סינדערעלא געווען מותרת לבעלה? (וועקער

נשלח: מוצ"ש פעברואר 11, 2017 7:42 pm
דורך פליקער
איך ווייס נישט וואס מען טענהוועט זיך דא ארים, איך האב געליינד די תשובה, איך מיז זאגן אז אזא חידוש איז א נייע אויפטרעף, די וועיג פון שרייבען איז א געהויבענע מושג לבית קאווע, און א געוואלדיגשטיקל ארבייט, איך האב גאר שטארק הנאה געהאט.
איצט ברויך מען זיך תיקף נעמען צי מערי וואס האט געברענגט די ליטטעל לעם צו שולע, וואס איר שטראף ברויך זיין בזמן הזה. אפשר די עובדה מיט מרס גאלדע לאקס, אויב זי איז א ניצל מזוטו של ים, אויב ברויך זי איבער נעמען קידושין ווי ר' יחזקאל. מעו קען אפשר ברענגען ראיות פון יונה. אין לדבר סוף.

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2017 12:07 am
דורך אישתישבי
דער ליטעל לעם האט א דין ממזר ממילא.

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2017 5:02 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]וואלווי[/tag], האסט מיר שאקירט!

איך האב געוואלט פרעגן אויף ק"ש וויאזוי [tag]אבטולמוס[/tag] האט באוויזן צוריקצושלעפן [tag]הערשי[/tag] ז"ל צו ק"ש, ווייל כ'האב נאך דא נישט באגעגנט נאך אזא מוכשר אין דעם פעלד ווי אים.

זע איך גאר אז דער הולך בצדי הדרכים, וואלווי שליט"א, איז אונזער זאב הטורף!
כל הכבוד!

ס'איז געווען פון די סאמע בעסטע ארטיקלען אינעם וועקער. צווישן די מליצות נאות און די פלפולי הלכה, און די געדאנק, ביזטו ארויסגעקומען ריזיג! האסט מיר פארשאפט א תענוג גדול מיטן געשמאקן תשובה.


קיפ איט אפ.

נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 12:20 pm
דורך וואלווי
פליקער האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס מען טענהוועט זיך דא ארים, איך האב געליינד די תשובה, איך מיז זאגן אז אזא חידוש איז א נייע אויפטרעף, די וועיג פון שרייבען איז א געהויבענע מושג לבית קאווע, און א געוואלדיגשטיקל ארבייט, איך האב גאר שטארק הנאה געהאט.
איצט ברויך מען זיך תיקף נעמען צי מערי וואס האט געברענגט די ליטטעל לעם צו שולע, וואס איר שטראף ברויך זיין בזמן הזה. אפשר די עובדה מיט מרס גאלדע לאקס, אויב זי איז א ניצל מזוטו של ים, אויב ברויך זי איבער נעמען קידושין ווי ר' יחזקאל. מעו קען אפשר ברענגען ראיות פון יונה. אין לדבר סוף.


ווועגען מרים'ל מיט'ן קליינע לעמעלע בזמן הזה קען נאך די מוסד באקריגען וויעלעישאנס פאר "אנסעניטערי קאנדישענס" אויף דעם דארף מען דאך מעיין זיין און כיצד הרגל, צרורות, גרמא, גרמי, נזקי קטן פגיעתן רעה, וכו'

----------

Everywhere that Mary went
The lamb was sure to go

אפשר על פי סוד איז דאס דומה צו כלב המשוך אחריו נאך א חטא, קען מען מדמה זיין א לעמעלע צו א הונט אדער נישט....

-----------

Its fleece was white as snow

פון דא איז משמע פארקערט, ס'איז מער א בחינה פון אם יהיו חטאיכם כשני כשלג ילבונו

נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 12:26 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
סתם אזוי, דער משנה זאגט אונז אז שניי און וואל זענען אנדערע פארבען. אין צוויי ערטער.

נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 12:34 pm
דורך וואלווי
מיינסט אין נגעים?


יעצט קען מען דן זיין ביי האמפטי דאמפטי די קאליר פון די ביצה

נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 12:39 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יא, און ווי איז דער צווייטער?

נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 12:44 pm
דורך וואלווי
טהרות? זבים?

נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 12:47 pm
דורך וואלווי
לבן הארמי?

שבועות. געטשיט אין גוגעל