בלאט 1 פון 1

נייעס: גאר פאזעטיווע אנטוויקלונג אינערהאלב חרדישע מוסדות

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 1:39 pm
דורך [NAMELESS]
[justify]הורי ותלמידי מוסדות החינוך בארה"ב וקאנאדא נעמען אויף ענטוזיאסטיש גאר פאזעטיווע אנטוויקלונג אינערהאלב חרדישע מוסדות אומעטום.

וויליאמסבורג: נעכטן ערב די גרויסע שניי שטורעם איז פארגעקומען א דרינגענדע אסיפת הרבנים מיט אלע ראשי המחנכים אין ניו יארק, און איז אויך מיטגעהאלטן געווארן דורך א הוק-אפ (לייוו בראדקעסט) מיט די מוסדות החינוך פון קאנאדא, ביי די אסיפה איז אויפגעברענגט געווארן די גרויסע פלאגעניש פאר די תשב"ר און די בחורי חמד וואס אזא שניי זארוכווע ברענגט מיט זיך, חוץ די ביטול תורה איז עס א געפערליכער ביטול הזמן און פיזור הנפש, און די זעלבע פאסירט ביי סיי וועלכער אנדערער שווערער וועטער. ביי דער אסיפה איז אויסגעשמועסט געווארן אסאך הצעות אבער כולם פה אחד האבן מחליט געווען אז עפעס מוז געטוהן ווערן. און ווי איינער פון די רעדנער האבן מדגיש געווען לעבן מיר שוין אצינד אין 2017 מ'קען שוין קריכן אויף די לבנה, נישטא אזא זאך אז מ'קען נישט טון סיי וואס, כאטש מיר ווילן בלייבן במחשבה אין די אכצענטע יאר הונדערט ווען ס'קומט אבער צו חינוך הבנים איז נישטא גארנישט וואס קען אונז און וועט אונז צוריקהאלטן.

אויפן פלאץ איז אויך אנוועזענד געווען עטליכע חב"ד'סקע רבנים ומחנכים, וואס אגב דאס צוזאמארבעט פון א פארשידענע אנדערע צווייגלעך פון די יהדות החרדית האט געווארפן א קאלירפולער און קלארער בליק וואס מ'קען אלץ אויפטוהן ווען מ'ארבעט צוזאמען, איינער פון די רבני חב"ד האבן ארויסגעברענגט אז זיי נוצן שוין א לאנגער צייט קלאסן אויפן אינטערנעט צו מחנך זיין די קינדער בערי הפרזות ווי זייערע עלטערן פארן פאר שליחות, נאכן איבערגיין דעם ענין לארכו ולרחבו איז באשטעטיגט געווארן אז מ'גייט מייסד אזא תלמוד תורה וואס וועט דינען אלץ א פולקאמער תלמוד תורה פאר אזעלעכע וועטערס ווען מ'קען נישט פארן מיט קיין באסעס צום תלמוד תורה, ווי די פלאן לויטעט וועט יעדע מלמד ווייטער פארלערנען פאר זיינע תלמידים אין באזונדערע קלאסן אויפן ברייטן געוועב, די אנטווארט פון די אנוועזענדע איז געווען גאר פאזעטיוו, און ווי עטליכע האבן זיך אויסגעדריקט, מיר האבן די כלים אויסצופירן למעשה גדולות ונצורות מיטן אינטערנעט אין ס'איז אשאד מזאל עס נישט אריינברענגן צום דינסט פון די חינוך פון אונזערע צאן קדשים.

ווי עטליכע פון די חשובע רבנים האבן ארויסגעברענגט זייער דעת תורה דארפן מיר ארויסנעמען די חלק הטוב פון יעדע זאך וואס גאט האט באשאפן, די חלק הטוב וואס די אינטערנעט ברענגט מיט זיך איז מבטל ברוב אלע אירע חסרונות, און ווי נישט ווי געפינט זיך עס אין יעדע אידיש שטוב, טא פארוואס זאל מען נישט אויסניצן אירע גוטע חלקים, ווי ס'באקאנט וואס די ספה"ק טייטשן כי 'ממנו' נקח לעבד את ה' אלקינו.

מיט א אחדות זענען די רבנים הגה"צ זיך צוגאנגען מיטן ציל אויפצוטוהן פאר די עתיד פון די חינוך פון אונזערע קינדער. כלל ישראל לויבט צו קל חי שהבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת, כאטש דער גוי נוצט דעם אינטערנעט פאר נערישע זאכן לביטול הזמן, וועלן מיר דערמיט מרבה זיין חכמה וישיבה, מיר וועלן דאס אריינעמען לקדושה, לקדשינו ולטהרינו בקדשתך העליונה דורך לימוד התורה, און איר אריינברענגן אין אונזערע חינוך ארסענאלן און דערמיט איבערקליגן די פגעי הזמן.

די בשורה איז בליץ שנעל פארשפרייט געווארן אין אלע היימישע געגנטער און איז פריילעך אויפגענומען געווארן דורך די טויזענטער עלטערן און קינדער וואס ווערן נתחנך אין אונזערע מוסדות הק', אויפן פלאץ איז אויפגענומען געווארן א הנהלה וואס וועט זיך באפאסן מיט די טעכנישע חלקים, ווי אויך איז אויפגענומען געווארן א גרופע טעכניקער וואס וועלן אויפבויען דעם נייעם תלמוד תורה אויף א באזונדערע זייטל אויף די וועב. א קרן הבנין קאמפיין וועט נאכפאלגן אין די קומענדע טעג. ווי מ'געבט איבער פון די הנהלה וועט דער תלמוד תורה שוין שטיין גרייט צום באנוץ דעם קומענדן יאר. פונקטליכע דעטאלן וועלן נאכפאלגן. ותלמוד תורה כנגד כולם.[/justify]

Re: נייעס: גאר פאזעטיווע אנטוויקלונג אינערהאלב חרדישע מוסדות

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 3:09 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב אן אנדערע זאך וואס מ׳קען זיך אפלערנען פון די שלוחים. לאמיר אלע גייען וואוינען אין א ווארעמע פלאץ ווי דא, און קיין שניי וועט נישט אפשטעלען די תינוקות של בית רבן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 4:14 pm
דורך וואלווי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב אן אנדערע זאך וואס מ׳קען זיך אפלערנען פון די שלוחים. לאמיר אלע גייען וואוינען אין א ווארעמע פלאץ ווי דא, און קיין שניי וועט נישט אפשטעלען די תינוקות של בית רבן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ווי האט זיך יענער נאר לעצטענסט געצויגען? סאוט דעקאוטע?...

שלום שטיסל האט געשריבן:אויפן פלאץ איז אויך אנוועזענד געווען עטליכע חב"ד'סקע רבנים ומחנכים, וואס אגב דאס צוזאמארבעט פון א פארשידענע אנדערע צווייגלעך פון די יהדות החרדית האט געווארפן א קאלירפולער און קלארער בליק וואס מ'קען אלץ אויפטוהן ווען מ'ארבעט צוזאמען, איינער פון די רבני חב"ד האבן ארויסגעברענגט אז זיי נוצן שוין א לאנגער צייט קלאסן אויפן אינטערנעט צו מחנך זיין די קינדער בערי הפרזות ווי זייערע עלטערן פארן פאר שליחות, נאכן איבערגיין דעם ענין לארכו ולרחבו איז באשטעטיגט געווארן אז מ'גייט מייסד אזא תלמוד תורה וואס וועט דינען אלץ א פולקאמער תלמוד תורה פאר אזעלעכע וועטערס ווען מ'קען נישט פארן מיט קיין באסעס צום תלמוד תורה, ווי די פלאן לויטעט וועט יעדע מלמד ווייטער פארלערנען פאר זיינע תלמידים אין באזונדערע קלאסן אויפן ברייטן געוועב, די אנטווארט פון די אנוועזענדע איז געווען גאר פאזעטיוו, און ווי עטליכע האבן זיך אויסגעדריקט, מיר האבן די כלים אויסצופירן למעשה גדולות ונצורות מיטן אינטערנעט אין ס'איז אשאד מזאל עס נישט אריינברענגן צום דינסט פון די חינוך פון אונזערע צאן קדשים.

ווי עטליכע פון די חשובע רבנים האבן ארויסגעברענגט זייער דעת תורה דארפן מיר ארויסנעמען די חלק הטוב פון יעדע זאך וואס גאט האט באשאפן, די חלק הטוב וואס די אינטערנעט ברענגט מיט זיך איז מבטל ברוב אלע אירע חסרונות, און ווי נישט ווי געפינט זיך עס אין יעדע אידיש שטוב, טא פארוואס זאל מען נישט אויסניצן אירע גוטע חלקים, ווי ס'באקאנט וואס די ספה"ק טייטשן כי 'ממנו' נקח לעבד את ה' אלקינו.

מיט א אחדות זענען די רבנים הגה"צ זיך צוגאנגען מיטן ציל אויפצוטוהן פאר די עתיד פון די חינוך פון אונזערע קינדער. כלל ישראל לויבט צו קל חי שהבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת, כאטש דער גוי נוצט דעם אינטערנעט פאר נערישע זאכן לביטול הזמן, וועלן מיר דערמיט מרבה זיין חכמה וישיבה, מיר וועלן דאס אריינעמען לקדושה, לקדשינו ולטהרינו בקדשתך העליונה דורך לימוד התורה, און איר אריינברענגן אין אונזערע חינוך ארסענאלן און דערמיט איבערקליגן די פגעי הזמן.


די באשרייבונג דערמאנט וואס מ'ווערטעלט אויפ'ן מנח"א אז ער וואלט ענדערש מכבד געווען די מונקאטשער גלח מיט בענטשען ווי איידער אן אגודיסט. אבי מ'לערנט זיך פון אנדערע רעליגיעס און נישט פון אייגענע און היימישע כמאמר העולם אז חב"ד איז די נענסטע רעליגיע צו יודישקייט...

די ווערטעל איז עקטואלי קוואטעד ביי די או יו:
"Meanwhile, some of Chabad’s most scathing Orthodox critics refer to the movement as “the religion closest to Judaism”

https://www.ou.org/jewish_action/06/201 ... ving-rebbe

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 4:44 pm
דורך ונבנתה העיר

Re: נייעס: גאר פאזעטיווע אנטוויקלונג אינערהאלב חרדישע מוסדות

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 5:42 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער אויסדרוק ׳קרוב ליהדות׳ האב איך געהערט פונ׳ם שרף מוואודרידזש שליט"א אויף פרשיסחא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 8:45 pm
דורך שמעון וואלף
קרן הבנין? פארוואס?
אפשר פאר די סערווער.

די מעלה פון א ווירטואלע ת"ת איז אויך אז קינדער וועלן זיך נישט חבר'ן מיט אזעלכע וואס קומען פון שוואכערע שטיבער

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 9:56 pm
דורך berlbalaguleh
שלום שטיסל: ייש"כ. אבער אויב דער פלאן וועט בעז"ה אדורכגעפיהרט ווערן וועט עס זיין איינס פון די גרעסטע איראניעס פון לעבן. ווייל די טעלעוויזיע. יא, די טמא'נע טעלעוויזיע איז נתייסד געווארן אלס עדזשוקעישאנאל הילף. אזוי האט געזאגט דער ערשטער איינפיהרער פון טעלעוויזיע בראדקעסטס בשעתו. דער (אידישער) בעה"ב פון די ען.בי.סי. בראדקעסטינג נעטווארק. און צום סוף איז עס געווארן א געצייג אין די הענט פונ'ם שטן אליין. מיט די ערגסטע דעמאנסטראציעס פון עבודה זרה, גילוי עריות און שפיכת דמים. וואס האט אראפגעפיהרט פון נארמאלן וועג מיליאנען קינדער. אידישע ווי גוי'אישע...!

לעומת די אינטערנעט, וועלכע איז פארשריגן געווארן מיום היוולדה אלס דער אבי אבות הטומאה. און זייער א סאך רבנים און אזוי-גערופענע רבי'ס האבן געטומלט און געליארמט איבער דעם חורבן היהדות וואס דער אינטערנעט ברענגט אן אויף כלל ישראל. א טייל האבן געהאט זייער אגענדא. אנ'אנדער טייל האבן געשריגן מכח פחד. און א דריטער טייל זענען נעבעך אזוי נאאיוו און זיי ווייסן נישט בין ימינם לשמאולם. און ברוב תמימותם זענען זיי מיטגעגאנגען מיט די הויפט טומלערס, וועלכע האבן מבזה געווען א גרויסן חלק פון כלל ישראל.אויך איז געווען איינער א קלוגער אדמו"ר וועלכער האטציך ברוב חכמה ארויסגעדרייט דיפלאמאטיש פון באטייליגן זיך אין זייער נארישע און צוועקלאזע אסיפות..."כלל ישראל"...!

און יעצט גייט גאר ווערן די אינטערנעט א וויכטיגער ווערקצייג אין די הענט פון די ערליכע מחנכים להרבות ולחזק לימוד התורה.
\
ס'לאזט זיך (כמעט) זאגן דעם פסוק אין תהילים..."אבן מאסו הבונים, היתה לראש פינה"...דהמע"ה האט באשריבן איינס פון די גרעסטע איראניעס פונ'ם לעבן כדי צו ווייזן אז אלעס ווערט געפיהרט בהשגחה פרטית מאת ה'...!

נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 12:38 am
דורך [NAMELESS]
בערל טייערער, מערק אז דער אשכול איז אין די ׳א שמייכל׳ אפטיילונג.

Re: נייעס: גאר פאזעטיווע אנטוויקלונג אינערהאלב חרדישע מוסדות

נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 4:04 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ר׳ בערל, אז דער זאך ווערט אויסגעפיהרט למעשה, האסטו נישט קיין דזשאב מוריש צו זיין דיין קינדער. דו דארפסט זיין די ערשטע מוחה צו זיין היל"ת רח"ל

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 2:46 pm
דורך וואלווי
ר' בערל קען ווערען די ווירטועל בעל עגלה, א מאנ'ס פערזאן צו צופירען די צאן קדשים צו די ריכטיגע וועב זייטלעך, אזוי מרת קארטאנא פון מייקראסאפט...

נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 3:44 pm
דורך אייז קריעם
שטאטישע פראגראמען פאר באסעס און אזוי אויך לאנטש פראגראמען וועלן מיר נאך אלס באקומען. מען וועט דארפן קומען און חדר איינמאל און זעקס וואכן זיך איינשרייבן.

נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 12:59 am
דורך berlbalaguleh
אייז קריעם: מיט א טשעק וואס מ'באקומט איינמאל אין זעקס וואכן קענמען נישט מאכן קיין לעבן... :lol: