בלאט 1 פון 1
נייע השגחות - ווער ווייסט עפעס?
נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 7:45 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווידמע דער אשכול פאר ענייני כשרות והשגחות. מ׳זעט צומאל נייע הכשרים אויף פראדוקטען. טאמער איינער ווייסט וואס דאס איז און וטער דער מענטש איז, ביטע זיך לאזען וויסען.
וזה החלי;
ווער איז הרב יעקב בערנשטיין אב"ד נעבליץ?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 7:50 am
דורך אישתישבי
בערגשטיין, מיט א גימל.
וואס ווילסטו וויסען וועגען אים?
Re: נייע השגחות - ווער ווייסט עפעס?
נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 7:52 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווער איז ער? ווי קען ער השגחה? וואס טוט ער אנדעריש ווי דער ou וואס איז שוין דא אויפ׳ן פעקעל?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: נייע השגחות - ווער ווייסט עפעס?
נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 7:52 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס נאך פראדוקטען האט ער? ווי וואוינט ער?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 8:22 am
דורך [NAMELESS]
ווי איז די שטאט נעבליץ?
Re: נייע השגחות - ווער ווייסט עפעס?
נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 8:24 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
בן אדם האט געשריבן:ווי איז די שטאט נעבליץ?
די שאלה האט מיר פונקט נישט געשטערט
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 8:46 am
דורך שבת אחים
בן אדם האט געשריבן:ווי איז די שטאט נעבליץ?
קענסט דעם ניגון?
צווישן קאסוב און זאַליטשיק, איז א ״נעבליץ״ פארהאנען, דארט האט דער שרף פון נעבליץ, אין מקוה זיך טובל׳ן געגאנגן....
נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 8:54 am
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בן אדם האט געשריבן:ווי איז די שטאט נעבליץ?
די שאלה האט מיר פונקט נישט געשטערט
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אפשר איז נעבליץ געווען באוואונט מיט ליטוואקעס פון בודאפעסט
Re: נייע השגחות - ווער ווייסט עפעס?
נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 9:30 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הייסט׳ס דער פראדוקט איז ישן און טייער
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 9:54 am
דורך אברעימל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווער איז ער? ווי קען ער השגחה? וואס טוט ער אנדעריש ווי דער ou וואס איז שוין דא אויפ׳ן פעקעל?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ער וואוינט אין קר"י און איז א זון פון הרב אליהו בערגשטיין פון מאנסי, א באקאנטער רעדנער פאר אש התורה.
אויף די אנדערער צוויי שאלות האב איך אויך נישט קיין ענטפער.
נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 11:11 am
דורך קורקלענד
א באבובער תלמיד וואס האט חתונה געהאט קיין קרית יואל. געלערנט הוראה ביי ר' יחזקאל ראטה. און שפעטער געמאכט א בית המדרש אין מאנרא. כ' האב אמאל געהערט אז ער איז שיין מצליח.
נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 11:47 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אינטרעסאנט איז, אז דער פראדוקט האט נאכאנאנד נייע השגחות, עפ"י רוב פון נייע השגחות וואס עפענען ערשט אויף. דאס איז צוליעב קארגקייט? א שוואכע סטאנדארד פון פראדוקט כשרות? וואס טוט זיך?
נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 11:57 am
דורך געוואלדיג
איך מוטשע זיך נאך צו פארשטיין וואס זוכט די אשכול אין ביזנעס וועלט און נישט ענדערש אין תורה ומדע פארום...
Re: נייע השגחות - ווער ווייסט עפעס?
נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 11:59 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געקלערט ווי דאס צו לייגען. איך האב מסתפק געווען צווישען נייעס און ביזנעס וועלט. תורה ומדע איז מיר נישט איינגעפאלען
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 1:30 pm
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג האט געשריבן:איך מוטשע זיך נאך צו פארשטיין וואס זוכט די אשכול אין ביזנעס וועלט....
כ׳האב אויך באמערקט די נקודה, און מיר איז עס גראדע געפאלן, ודוק
נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 2:59 pm
דורך וואלווי
Re: נייע השגחות - ווער ווייסט עפעס?
נשלח: פרייטאג יוני 16, 2017 9:08 am
דורך ביליג
וואס מעג מען קויפן פון א גוישע סטאר ? ווי למשל 7/11 אדער דאנקען דאנאטס ?
איך ווייס פון אסאך מענטשן וואס ערלויבן זיך צו קויפן געוויסע זאכן, ווייסט איינער מער וועגן דעם ?
נשלח: פרייטאג יוני 16, 2017 10:28 am
דורך שבת אחים
לידיעתכם אלע ״דאונקין דאונאטס״ האבן א OU. פאר מ׳עסט די דאונאט איז עס א O און ווען מ׳בייסט אריין ווערט עס א U...
בדוק ומנוסה...!
נשלח: פרייטאג יוני 16, 2017 10:35 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ביליג האט געשריבן:וואס מעג מען קויפן פון א גוישע סטאר ? ווי למשל 7/11 אדער דאנקען דאנאטס ?
איך ווייס פון אסאך מענטשן וואס ערלויבן זיך צו קויפן געוויסע זאכן, ווייסט איינער מער וועגן דעם ?
דאהי אין אמעריקא וואלט איך געזאגט אז ווען ס'האט נישט קיין OU דארף מען זיין זייער געווארענט, ווארום אלץ האט דאך אן OU כולל גארבעדש בעגס און אנדערע שטותים. ווען ס'האט נישט איז עס א קשיא. אין יוראפ, ווי מ'פארלאזט זיך אויף די 'ליסטס' וואס די רבנים האבען, וואס האבען נאכגעפארשט פארשידענע זאכען און ס'איז נישט דא קיין חשש, דארף מען טאקע וויסען. אבער דאהי אין אמעריקא, פארשטיי איך אזוי.
נשלח: פרייטאג יוני 16, 2017 11:14 am
דורך [NAMELESS]
ביליג האט געשריבן:איך ווייס פון אסאך מענטשן וואס ערלויבן זיך צו קויפן געוויסע זאכן, ווייסט איינער מער וועגן דעם ?
זיי קויפן עס פאר די גוי'אישע ארבעטארער'ס