נייער פארום: "צימעס"

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
באריסטא
מנהל
מנהל
הודעות: 716
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 7:28 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 304 מאל
קאנטאקט:

נייער פארום: "צימעס"

שליחה דורך באריסטא »

"קאווע שטיבל" ברייטערט זיך ב"ה אויס מיט יעדן פארבייגייענדן טאג, און עס איז א געוואלדיגער קורת רוח אז אזויפיל אידן געפינען דא דעם פלאץ וואו צו פארברענגען און טיילן אינפארמאציע איינער מיט'ן צווייטן. פון דעם ערשטן טאג אן איז אונזער ציל געווען אז יעדער זאל טרעפן אין "קאווע שטיבל" זיין מקום אויף אן ערליכן אידישליכן אופן, און עס זאל זיין באקוועם פאר יעדן מענטש פון דעם אידיש רעדנדן ציבור אפגעזען פון זיינע פערזענליכע דעות.

אין די לעצטע צייטן האבן זיך פארמערט חברים וועלכע האבן א געשמאק צו דיסקוטירן פארשידענע נייעסן אינערהאלב דער געזעלשאפט און אזוי אויך פאליטיק פון פארשידענע חצרות. מיר האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט – אדרבא, דאס זענען זאכן וואס פארנעמען דעם סדר היום פאר פילע מענטשן, און ווער עס וויל שרייבן און לייענען איבער די ענינים דארף אויך טרעפן א מקום אין "קאווע שטיבל".

די זאכן קענען אבער זיין א שטער פאר פילע טייערע חברים וועלכע זענען נישט אינטערעסירט אין די סארט שמועסן, און ווילן טרעפן אין "קאווע שטיבל" בלויז רואיגערע און מער קאנקרעטע שמועסן. צו טרעפן דעם ריכטיגן באלאנץ צווישן צושטעלן פאר אלע חשוב'ע חברים אן ארט וואו זיך צו קענען אויסשמועסן און היטן אויף דעם געשטעל פון "קאווע שטיבל" האבן מיר צוגעשטעלט אן אנקעטע, וואו אן איבערוויגנדער מערהייט פון אונזערע אקטיווע מעמבערס האבן געשטימט אז מיר זאלן טאקע צושטעלן א פארום פאר די סארט נייעסן, אבער מיט דער תנאי אז מען זאל זיך אנשטויסן אין די שמועסן בלויז אויב מען גייט אריין אין דעם פארום דירעקט, נישט ווען מען בליקט איבער די "אקטיווע אשכולות".

טוען מיר דעריבער היינט פארשטעלן פאר אייך דעם נייעם פארום מיט'ן נאמען "צימעס", וואס וועט דינען דעם ציל פאר די סארט שמועסן, "מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן." דער פארום איז דער לעצטער פארום אין דער "פארברענגען" אפטיילונג, און מיטצוהאלטן די דארטיגע שמועסן מוז מען אריינגיין אין דעם פארום דירעקט, נישט דורך "אקטיווע אשכולות".

עס טאר נישט פארגעסן ווערן אז "צימעס" בלייבט א חלק פון "קאווע שטיבל", און אלע אונזערע פרינציפן זענען אויך נוגע דארטן. "צימעס" איז נישט קיין מקום צו שפינען אייגענע פאליטישע אספיראציעס, און צו פראפאגאנדירן. מען קען שרייבן איבער פאקטן, געשעענישן, דעבאטירן שיטות, אלעס מיט א ציל פאר אויפריכטיגקייט און אביעקטיוויטעט. מען קען דערציילן נייעסן, שמועות, פרעגן, אפווארפן, אבער נישט אטאקירן און פארדאמען.

"אד האמינעם" אטאקעס (אטאקעס אויף א צווייטנ'ס פערזענליכקייט אדער כאראקטער) זענען נישט ערלויבט בשום פנים ואופן. אזוי אויך זענען קללות נישט ערלויבט אויף קיין שום מענטש. יעדער מעמבער האט רעכט זיך פארצושטעלן וויאזוי ער וויל, צי ער געהערט צו דעם חסידות, צו דעם רבי'ן, אדער צו דער פארטיי. קיינער איז נישט מחויב צו זיך צוצוטשעפען א "לעיבל" וואו מ'באלאנגט וכדומה, אבער אויב מ'שטעלט זיך אזוי ארויס, דארף דאס זיין קאנסעקווענט ("קאנסיסטענט"). אז עס וועט זיך ארויסשטעלן אז א ניק פארדרייט א קאפ און שפילט זיך ארום מיט'ן ציבור, זאל מען נישט אטאקירן אין פובליק, נאר דאס מעלדן צו אן אחראי, און אז עס וועט געטראפן ווערן ריכטיג וועט מען עס נישט טאלערירן. אז איינער גיט זיך אן ווי א נייטראלער אבזערווירער איז נישט אומפלאץ אים צו אטאקירן אז ער איז נישט נייטראל וכדומה. איר קענט פארשטעלן אייערע ארגומענטן, וזהו. געדענקט אז א מענטש וואס האלט נישט ווי אייך אין איין זאך קען אין א צווייטער זאך יא האלטן ווי אייך. רעדט איבער דעם ענין, און פארקריכט נישט צו אייערע נגיעות.

עס איז וויכטיג אונטערצושטרייכן, אז ווען מיר רעדן פון זאכליכע הודעות, א שטייגער ווי די 75 זאכליכע הודעות וועלכע מען דארף שרייבן כדי אנגענומען צו ווערן אין דעם פריוואטן פארום, ווערן הודעות פון דעם דאזיגן פארום נישט אריינגערעכנט אינעם חשבון.

אין די קומענדיגע טעג האפן מיר אוועקצושטעלן אחראים וועלכע וועלן זיין באאויפטראגט צו האלטן אן אויג אויף דעם דאזיגן פארום, אז די אלע דערמאנטע פונקטן זאלן איינגעהאלטן ווערן. ווער עס שפירט אז ער פארמאגט די פעאיגקייטן צו דינען אויף דער פאזיציע זאל זיך ביטע מעלדן צו איינער פון די מנהלים.

מיר האפן אז דער ציבור וועט הנאה האבן און מהנה זיין, און אז פון דעם פארום וועט זיך ארויסשטעלן אז מ'קען אנגענעם פארברענגען און שמועסן אויף א ציוויליזירטן אופן מיט כבוד הציבור און כבוד האדם.

דער אשכול פארמאגט 54 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר