בלאט 1 פון 1

על המת נגזרה גזירה שישתכח מן הלב...

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2017 2:48 pm
דורך חכם-לב
אוי דער טויט.

דער מענטש האט נישט ליב דערפון צופיל צו טראכטן, און זיכער נישט דערפון צו רעדן.

עס איז א זאך וואס ברענגט מיט זיך, געוויין, טרויער, פארלוסט, מיסטעריע, שרעק און ציטער, שווארצע מחשבות און געדאנקען וואס סקרוכען אין די בויך.

מען קען אבער דערפון נישט אנטלויפן. מצודתו פרוסה על כל החיים. אלע געבארענע, ווערן פארלארענע.

דער מענטש ווייסט דאס, מקרה אחד יקרה את כולנו.

דער מענטש, דער מובחר הבריאה איז דער איינציגסטער וואס ווייסט דאס. עס קען ווערן געזאגט אז איינע פון די גרעסטע אונטערשידן צווישן דעם מענטש און אלע אנדערע בעשעפענישן איז דאס וויסן אז סוף כל אדם למות.

דורך דעם טויט קען מען זעהן, אז דער מענטש איז נישט א בעל חי וואס לויפט נאך זיינע אינסטינקטן, געפילן אדער רייצונגען, נאר א מענטש לויפט נאך זיינע רצונות, באשלוסן און אנטשיידונגען, דער מענטש קען אויסוועלן אויפצוגעבן היינט בכדי צו עררייכן עפעס אויף צומארגנס, צו פראווען גלגול שלג, ער האט אויך די מעגליכקייט צו באשטימען אריינצוטאנצן אין פייער, אין וואסער, און דערמיט גאר - ענדיגן זיין לעבן!

(י.ל. האט געהאלטן אז מען קען נישט זאגן אז א מענטש קען אויסוועלן אין טויט איבער לעבן, ער קען נאר זיך פארמיאוס'ן אין זיין לעבן און עס ענדיגן, ודו''ק).

דער באוואוסזיניגקייט וואס מענטש האט צום טויט איז די אורזאך צו מייסטנס פון זיינע אקטן, קלערונגען און פארקלערונגען, טייל צוליב די שרעק, די זארג, און טייל איז וויבאלד ער ווייסט ואם לא עכשיו, אימתי. דער מארגן איז אנדערש ווי היינט צוליב די טויט.

מיר אלע האבן ווירדן, ווירדן טייטשט אז מיר זענען גרייט און וויליג אויפצוגעבן עפעס אין לעבן דערפאר, אדער גאר זיין גאנצע לעבן, פאר יעדן איז דאס אנדערש, לאנד, פאלק, ליבע און איבער אלעם פאר אונז אידן, קידוש השם. דער טויט מאכט דאס לעבן...

דער רוסישער שרייבער ליא טאלסטוי האט געשימפט קעגן שפינאזע וואס האט געהאלטן אז אנ'אמת'ער פרייער מענטש וועט נאר טראכטן פון זיין לעבן און נישט איבער זיין טויט, און ער שרייבט ''ווער עס האט זיך געלערנט צו טראכטן ריכטיג, נישט קיין אונטערשיד איבער וואס ער וועט טראכטן, וועט אלעמאל טראכטן איבער די טויט''. (טאלסטוי שרייבט אויכעט, ''ווען דו גייסט שטארבן וועלן אלע דיינע פראגעס פארענטפערט ווערן, אדער וועסטו אויפהערן פרעגן שאלות...''.)

געווען א פראפעסאר (י.ליבאוויץ) וואס האט געגעבן א לעקציע, ביים פארענדיגן האט ער געזאגט, ''זייט וויסן, אין דער צייט פון אונזער שמועס זענט איר געווארן א שעה-מיט-א-האלב נאנטער צום טויט'', דער גאנצער עולם האט הילכיג אויסגעפלאצט אין א געלעכטער, ''ס'איז גארנישט קיין געלעכטער'' האט ער געזאגט אויפגערעגטערהייט. מיר שטארבן אלע ביסלעכווייז, און דאס איז קיין געלעכטער נישט...

די טויט רופט אויס צום מענטש, פירן זאלסטו א לעבן וואס דער טויט זאל דיך נישט דערשרעקן. רבי משה אבן עזרא שרייבט ''יזכור גבר בימי חייו כי למוות הוא לקוח''. דער רבי ר' בונם ליגט קראנק, זיין ווייב קען זיך נישט בארואיגן און וויינט מיט שרעקליכע בכיות נוראות, ער בארואיגט איר - ''וואס וויינסטו...? א גאנץ לעבן האב איך געלערנט וויאזוי צו שטארבן...''

דער בארימטער מאטעמאטיקער און פילאזאף בלעיז פאסקאל האט געזאגט אז דאס אונטערהאלטן זיך איז די צייט ווען מיר טראכטן נישט איבערן טויט. זיכער זענען דא מענטשן וואס זענען תמיד פארנומען זיך צו אונטערהאלטן און פירן א לעבן פון שיכרות און הוליעריי, דער קאצקע רבי זאגט שוין אז ס'זענען דא טויטע אידן וואס די גופים ארבעטן נאך, און מ'לאזט זיי נעבעך נאכנישט אריין אין גיהינום...

דער פילאזאף קירקגאארד האט געשטערט אז מיר פארשטייען די לעבן נאר צוריקצווועגס אבער לעבן דארפן מיר פאראויס... ראה אנכי נותן 'לפניכם' את החיים ואת המוות, מיר האבן א רעצעפט צום לעבן אויף פאראויס, ווילאנג דער מענטש לעבט קען ער טוישן זיינע מעשים, ער קען בעסער ווערן, ער קען מקבל זיין עול מלכות שמים און טוהן רצון השם, מיט דעם טויט ענדיגט א מענטש א פרק, נישט א פרק, א מסכתא, א לעבן. ער קען שוין נישט רואינירן, קאליע מאכן, פארדארבן, ער קען שוין אויכעט נישט פאררעכטן, צוריקדרייען, פארבעסערן. ס'איז שוין נישטא קיין מארגן, יעצט איז נאר פארהאן איין לאנגע נאכט.

דער מענטש וואס האט געפירט א פילע לעבן, א רייכע לעבן, געטוהן וואס איז הייליג, ריכטיג און רעכט, קען גליקליכערהייט, פריילכערהייט און צופרידנערהייט פארלאזן די וועלט, בלעם הרשע האט געבעטן תמות נפשי מות ישרים ותהי אחריתי כמוהו. א גלייכע טויט איז א גלייכע לעבן.

טוב שם משמן טוב - דערפאר - ויום המוות מיום היוולדו...

וַיֹּאמְרוּ אֶל מֹשֶׁה, דַּבֵּר אַתָּה עִמָּנוּ וְנִשְׁמָעָה; וְאַל יְדַבֵּר עִמָּנוּ אֱלֹהִים, פֶּן נָמוּת. (שמות כ' ט''ז) און וואס וועט געשעהן אז זיי וועלן שטארבן? זיי וועלן נישט די זכייה האבן צו דערלעבן מקיים זיין מצוות השם.


(תודה רבה למ.)

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2017 8:55 pm
דורך שמעקעדיג
זייער שיין!
דאס איז דאך פשט, עוז והדר לבושה, ותשחק ליום אחרון.
איך פארשטיי נאר נישט פשט אינעם קעפל.

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2017 10:05 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: לפענ"ד (קיינער האט מיך נישט געפרעגט... :lol: ) שטימט דער תוכן פון ארטיקל מיט דעם קעפל זייער גוט. נאר דער פשט איז א ביסל אנדערש (אנדעריש. כלשון ה' פ--ק). נגזרה גזירה על המת, שישתכח מן הלב אז דער מענטש וואס גייט שטארבן. ער זאלל פארגעסן פון זיין יום המיתה. נישט אז א צווייטער זאלל פארגעסן...!

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2017 11:08 pm
דורך moshav zekeinim
אזא קאלעקציע פון מאמרי חכמי אומות העולם געמישט מיט פסוקים. פון וואו האסטו דאס צוזאמנגעקליבן?

נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 12:35 am
דורך [NAMELESS]
moshav zekeinim האט געשריבן:אזא קאלעקציע פון מאמרי חכמי אומות העולם געמישט מיט פסוקים. פון וואו האסטו דאס צוזאמנגעקליבן?

געטראכט דאס זעלבע. אבער אזא אשכול מוז זיין ארגינעלע ידיעות, דאס צוזאמווארפן מאטעמאטיקער פראפעסארן רבי בונם און די קאצקער מוז זיין ארגינעל.

Re: על המת נגזרה גזירה שישתכח מן הלב...

נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 6:22 am
דורך חכם-לב
שלום שטיסל האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:אזא קאלעקציע פון מאמרי חכמי אומות העולם געמישט מיט פסוקים. פון וואו האסטו דאס צוזאמנגעקליבן?

געטראכט דאס זעלבע. אבער אזא אשכול מוז זיין ארגינעלע ידיעות, דאס צוזאמווארפן מאטעמאטיקער פראפעסארן רבי בונם און די קאצקער מוז זיין ארגינעל.

יישר כח אייך פאר די קאמפלימענטן.

דאס זענען ארגינעלע געדאנקן.

לקיים מצוות יהללוך פיך - דאס איז נישט קיין קאלעקציע, און נישט קיין בקיאות. דאס איז טיפזיניג, ווער עס איז באקאנט מיט די יסודות פון מעטאפיזיק און עקזיסטעסיאליזם וועט פארשטיין מער איבער די באדייט פון די מיינונגען און געדאנקען.

Re: על המת נגזרה גזירה שישתכח מן הלב...

נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 6:27 am
דורך חכם-לב
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעקעדיג: לפענ"ד (קיינער האט מיך נישט געפרעגט... [emoji38] ) שטימט דער תוכן פון ארטיקל מיט דעם קעפל זייער גוט. נאר דער פשט איז א ביסל אנדערש (אנדעריש. כלשון ה' פ--ק). נגזרה גזירה על המת, שישתכח מן הלב אז דער מענטש וואס גייט שטארבן. ער זאלל פארגעסן פון זיין יום המיתה. נישט אז א צווייטער זאלל פארגעסן...!

איך האב געמיינט דרך מליצה אז עס ליגט נישט אויפן מענטשן באוואוסטזיניג, אבער דאך ליגט עס ביי אים... ווי צו זאגן 'על המית''ה נגזרה גזירה שישתכח מן הלב' - דער טויט דרוקט אים נישט אויפן הארצן נאר מכוח די גזירה, אן דעם גזירה וואלט ער געוואוסט אז אלעס דרייט זיך ארום דעם טויט.

דיין פארטייטש געפעלט מיר בעסער ווי מיין אייגענע...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 11, 2021 10:05 pm
דורך שבת אחים
חכם-לב האט געשריבן:אוי דער טויט.

דער מענטש האט נישט ליב דערפון צופיל צו טראכטן, און זיכער נישט דערפון צו רעדן.

עס איז א זאך וואס ברענגט מיט זיך, געוויין, טרויער, פארלוסט, מיסטעריע, שרעק און ציטער, שווארצע מחשבות און געדאנקען וואס סקרוכען אין די בויך.

מען קען אבער דערפון נישט אנטלויפן. מצודתו פרוסה על כל החיים. אלע געבארענע, ווערן פארלארענע.

דער מענטש ווייסט דאס, מקרה אחד יקרה את כולנו.

דער מענטש, דער מובחר הבריאה איז דער איינציגסטער וואס ווייסט דאס. עס קען ווערן געזאגט אז איינע פון די גרעסטע אונטערשידן צווישן דעם מענטש און אלע אנדערע בעשעפענישן איז דאס וויסן אז סוף כל אדם למות.

דורך דעם טויט קען מען זעהן, אז דער מענטש איז נישט א בעל חי וואס לויפט נאך זיינע אינסטינקטן, געפילן אדער רייצונגען, נאר א מענטש לויפט נאך זיינע רצונות, באשלוסן און אנטשיידונגען, דער מענטש קען אויסוועלן אויפצוגעבן היינט בכדי צו עררייכן עפעס אויף צומארגנס, צו פראווען גלגול שלג, ער האט אויך די מעגליכקייט צו באשטימען אריינצוטאנצן אין פייער, אין וואסער, און דערמיט גאר - ענדיגן זיין לעבן!

(י.ל. האט געהאלטן אז מען קען נישט זאגן אז א מענטש קען אויסוועלן אין טויט איבער לעבן, ער קען נאר זיך פארמיאוס'ן אין זיין לעבן און עס ענדיגן, ודו''ק).

דער באוואוסזיניגקייט וואס מענטש האט צום טויט איז די אורזאך צו מייסטנס פון זיינע אקטן, קלערונגען און פארקלערונגען, טייל צוליב די שרעק, די זארג, און טייל איז וויבאלד ער ווייסט ואם לא עכשיו, אימתי. דער מארגן איז אנדערש ווי היינט צוליב די טויט.

מיר אלע האבן ווירדן, ווירדן טייטשט אז מיר זענען גרייט און וויליג אויפצוגעבן עפעס אין לעבן דערפאר, אדער גאר זיין גאנצע לעבן, פאר יעדן איז דאס אנדערש, לאנד, פאלק, ליבע און איבער אלעם פאר אונז אידן, קידוש השם. דער טויט מאכט דאס לעבן...

דער רוסישער שרייבער ליא טאלסטוי האט געשימפט קעגן שפינאזע וואס האט געהאלטן אז אנ'אמת'ער פרייער מענטש וועט נאר טראכטן פון זיין לעבן און נישט איבער זיין טויט, און ער שרייבט ''ווער עס האט זיך געלערנט צו טראכטן ריכטיג, נישט קיין אונטערשיד איבער וואס ער וועט טראכטן, וועט אלעמאל טראכטן איבער די טויט''. (טאלסטוי שרייבט אויכעט, ''ווען דו גייסט שטארבן וועלן אלע דיינע פראגעס פארענטפערט ווערן, אדער וועסטו אויפהערן פרעגן שאלות...''.)

געווען א פראפעסאר (י.ליבאוויץ) וואס האט געגעבן א לעקציע, ביים פארענדיגן האט ער געזאגט, ''זייט וויסן, אין דער צייט פון אונזער שמועס זענט איר געווארן א שעה-מיט-א-האלב נאנטער צום טויט'', דער גאנצער עולם האט הילכיג אויסגעפלאצט אין א געלעכטער, ''ס'איז גארנישט קיין געלעכטער'' האט ער געזאגט אויפגערעגטערהייט. מיר שטארבן אלע ביסלעכווייז, און דאס איז קיין געלעכטער נישט...

די טויט רופט אויס צום מענטש, פירן זאלסטו א לעבן וואס דער טויט זאל דיך נישט דערשרעקן. רבי משה אבן עזרא שרייבט ''יזכור גבר בימי חייו כי למוות הוא לקוח''. דער רבי ר' בונם ליגט קראנק, זיין ווייב קען זיך נישט בארואיגן און וויינט מיט שרעקליכע בכיות נוראות, ער בארואיגט איר - ''וואס וויינסטו...? א גאנץ לעבן האב איך געלערנט וויאזוי צו שטארבן...''

דער בארימטער מאטעמאטיקער און פילאזאף בלעיז פאסקאל האט געזאגט אז דאס אונטערהאלטן זיך איז די צייט ווען מיר טראכטן נישט איבערן טויט. זיכער זענען דא מענטשן וואס זענען תמיד פארנומען זיך צו אונטערהאלטן און פירן א לעבן פון שיכרות און הוליעריי, דער קאצקע רבי זאגט שוין אז ס'זענען דא טויטע אידן וואס די גופים ארבעטן נאך, און מ'לאזט זיי נעבעך נאכנישט אריין אין גיהינום...

דער פילאזאף קירקגאארד האט געשטערט אז מיר פארשטייען די לעבן נאר צוריקצווועגס אבער לעבן דארפן מיר פאראויס... ראה אנכי נותן 'לפניכם' את החיים ואת המוות, מיר האבן א רעצעפט צום לעבן אויף פאראויס, ווילאנג דער מענטש לעבט קען ער טוישן זיינע מעשים, ער קען בעסער ווערן, ער קען מקבל זיין עול מלכות שמים און טוהן רצון השם, מיט דעם טויט ענדיגט א מענטש א פרק, נישט א פרק, א מסכתא, א לעבן. ער קען שוין נישט רואינירן, קאליע מאכן, פארדארבן, ער קען שוין אויכעט נישט פאררעכטן, צוריקדרייען, פארבעסערן. ס'איז שוין נישטא קיין מארגן, יעצט איז נאר פארהאן איין לאנגע נאכט.

דער מענטש וואס האט געפירט א פילע לעבן, א רייכע לעבן, געטוהן וואס איז הייליג, ריכטיג און רעכט, קען גליקליכערהייט, פריילכערהייט און צופרידנערהייט פארלאזן די וועלט, בלעם הרשע האט געבעטן תמות נפשי מות ישרים ותהי אחריתי כמוהו. א גלייכע טויט איז א גלייכע לעבן.

טוב שם משמן טוב - דערפאר - ויום המוות מיום היוולדו...

וַיֹּאמְרוּ אֶל מֹשֶׁה, דַּבֵּר אַתָּה עִמָּנוּ וְנִשְׁמָעָה; וְאַל יְדַבֵּר עִמָּנוּ אֱלֹהִים, פֶּן נָמוּת. (שמות כ' ט''ז) און וואס וועט געשעהן אז זיי וועלן שטארבן? זיי וועלן נישט די זכייה האבן צו דערלעבן מקיים זיין מצוות השם.


(תודה רבה למ.)


איינער קען מיר געבן א מקור וואו טאלסטוי אטאקירט שפינאזע? אפשר מיינט איר טאלסטוי אטאקירט פרידריך ניטצשע?
טאלסטוי איז גראדע א גרויסע חסיד פון שפינאזע.

טאלסטוי איז געוועהן שטארק באיינפלוסט פון ארטור שאפענהאוער, ער האט אים גערופן “די גרעסטע חכם אין די מערב וועלט” און ער אטאקירט ניטצשע פאר אוועקדרייען פון די מסורה. שאפענהאוער׳ס עטיקס איז געבויעט אויף “רחמנות” און לשיטת שאפענהאוער און אלע פילאסאפן ביפאר אים איז דאס א מעלה. קומט ניטצשע און זאגט אז רחמנות מיט ענווה איז גאר א שוואכקייט. און מיט דעם ברעכט ניטצשע מיט די פילאסאפיע פון זיין רבי שאפענהאוער.

טאלסטוי האט עס נישט אויסגעהאלטן

וואס טאלסטוי האט געשריבן אויף שפינאזע:

“With the exception of Spinoza, whose philosophy proceeded from a religious and truly Christian basis, although he is not commonly reckoned a Christian, and of Kant, a gifted genius who resolutely conducted his ethics independent of his metaphysics; with these two exceptions, every other philosopher, even the brilliant Schopenhauer, manifestly devised artificial connections between their ethics and their metaphysics.”

Pamphlets (1900), by Tolstoy.

דא האט איר די eloquent אטאקע פון דעם גרויסע שרייבער און חכם טאלסטוי אויף ניטצשע וואו ער רופט אים א “האלבער צודרייטער” (גאנץ בחסד איך וואלט געזאגט אינגאנצן צורודערט- א מענטש וואס האט אטאקירט יעדען איינעם, יעדע רעליגיע, אריינגערעכענט זיינע גרעסטע רביס, מיט מיאוסע פערזענליכע אטאקעס- א מענטש וואס האט געהאקט קעגן דעמאקראטיע, פרייעהייט, צדקה וחסד, העלפן די ארימע, רחמנות, און ענווה, געהאקט אויף יעדע פארעם און סיסטעם פון גאווערמענטס, קעגן capitalism and socialism, קעגן פרויען, אפילו קעגן די גרעסטע און ערשטע מאדערענע פילאסאפער סאקראטעס וואס איז די רבי פון פלאטא- די רבי פון אריסטו און די רבי פון אלע רביס. נאכדערצו מיט אד האמינעם אטאקעס.
ניטצשע האט אוועקגעמאכט יעדעם איינעם, אויסער זיך!!! נישט קיין וואונדער די נאציס און היטלער האבן אים געהאלטן פאר זייער העלד...)

There would seem to be only one question for philosophy to resolve: what must I do? Despite being combined with an enormous amount of unnecessary confusion, answers to the question have at any rate been given within the philosophical tradition of the Christian nations. For example, in Kant's Critique of Practical Reason, or in Spinoza, Schopenhauer and especially Rousseau. But in more recent times, since Hegel's assertion that all that exists is reasonable, the question of what one must do has been pushed to the background and philosophy has directed its whole attention to the investigation of things as they are, and to fitting them into a prearranged theory. This was the first step backwards. The second step, degrading human thought yet further, was the acceptance of the struggle for existence as a basic law, simply because that struggle can be observed among animals and plants. According to this theory the destruction of the weakest is a law which should not be opposed. And finally, the third step was taken when the childish originality of Nietzche's half-crazed thought, presenting nothing complete or coherent, but only various drafts of immoral and completely unsubstantiated ideas, was accepted by the leading figures as the final word in philosophical science. In reply to the question: what must we do? the answer is now put straightforwardly as: live as you like, without paying attention to the lives of others.

If anyone doubted that the Christian world of today has reached a frightful state of torpor and brutalization (not forgetting the recent crimes committed in the Boers and in China, which were defended by the clergy and acclaimed as heroic feats by all the world powers), the extraordinary success of Nietzche's works is enough to provide irrefutable proof of this. Some disjointed writings, striving after effect in a most sordid manner, appear, written by a daring, but limited and abnormal German, suffering from power mania. Neither in talent nor in their basic argument do these writings justify public attention. In the days of Kant, Leibniz or Hume, or even fifty years ago, such writings would not only have received no attention, but they would not even have appeared. But today all the so-called educated people are praising the ravings of Mr N, arguing about him, elucidating him, and countless copies of his works are printed in all languages.

Turgenev made the witty remark that there are inverse platitudes, which are frequently employed by people lacking in talent who wish to attract attention to themselves. Everyone knows, for instance, that water is wet, and someone suddenly says, very seriously, that water is dry, not that ice is, but that water is dry, and the conviction with which this is stated attracts attention.

Similarly, the whole world knows that virtue consists in the subjugation of one's passions, or in self-renunciation. It is not just the Christian world, against whom Nietzsche howls, that knows this, but it is an eternal supreme law towards which all humanity has developed, including Brahmanism, Buddhism, Confucianism and the ancient Persian religion. And suddenly a man appears who declares that he is convinced that self-renunciation, meekness, submissiveness and love are all vices that destroy humanity (he has in mind Christianity, ignoring all the other religions). One can understand why such a declaration baffled people at first. But after giving it a little thought and failing to find any proof of the strange propositions, any rational person ought to throw the books aside and wonder if there is any kind of rubbish that would not find a publisher today. But this has not happened with Nietzsche's books.

The majority of pseudo-enlightened people seriously look into the theory of the superman, and acknowledge its author to be a great philosopher, a descendant of Descartes, Leibniz and Kant. And all this has come about because the majority of the pseudo-enlightened men of today object to any reminder of virtue, or to its chief premise: self-renunciation and love - virtues that restrain and condemn the animal side of their life. They gladly welcome a doctrine, however incoherently and disjointedly expressed, of egotism and cruelty, sanctioning the ideas of personal happiness and superiority over the lives of others, by which they live.