בלאט 1 פון 2

די צוויי פראכטפולסטע רבי'ס מדור הקודם

נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 12:45 am
דורך moshav zekeinim
צווישן חסידים איז א גאנץ אנגענומענער זאך אז א רבי זאל אויפטרעטן ווי א מלכת היופי הרוקדת. א שיינער רבי א בעל הדרת פנים מיט א גרייז גרויער לאנגער בארד מיט געקרייזלטער אדער געקניפטע פאות אין די זייטן, מעוטר מיט א פרישער שטריימל און מעוטף מיט א מלאכישער בליטשקעדיגער טיש בעקיטשע מלא גוונין, איז א מחזה נהדר פאר זיך, און טאמער ווייסט ער וויאזוי צו צומאכן די הוויות מיט די הענט ביי א ניגון מיט ליכטיגע צדיקישע פנים אויסדרוקן ווערט עס א שם דבר און א שטאלץ פאר די חסידים.

דאכט זיך אז מען דארף נישט מאכן קיין וואוטס איבער ווער עס זענען געווען די צוויי שענסטע רבי'שע מלכים בראש השולחן אדער בתוך רחבת הריקודים אין שאטן פון די בערג חסידים און צושויער, איך מיין אז יעדער וועט מסכים זיין אז דאס זענען געווען ר' משה'לע וויזשניצער זצ"ל און ר' שלמה'לע באבובער זצ"ל. די צוויי זענען געווען לעגענדאריש בהוד יפים און בליטשקעדיגע הוויות און קאנטאקט מיטן עולם וואס האט געקענט צו נאגלען א אויג פאר שעות לאנג און זיך נישט אנזעטיגן.

ר' משה'לעס פנים אויסדרוקן און הענט פירערייען ביי א שבת טיש, ספעציעל ביים אנהייב טיש, האט געקענט צושמעלצן און עלעקטיזירן (פארשטייט זיך אז די עלטערע וועלן זאגן אז עס קומט נישט צום טאטן'ס א טיש). ר' שלמה'לע פאר ווער עס האט בייגעוואוינט א טיש אדער איווענט ביי אים קען מעיד זיין אז יעדער מינוט איז לעכטיג און אינטרעסאנט פיל מיט טאקט און פרישקייט.

נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 2:30 am
דורך שבת אחים
ווער פון די צוויי האבן געהאט א שענערע בעקיטשע?

מדור הקודם?, קוים יעצט געוועהן .

נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 4:19 am
דורך ישראל גלויבער
ר' שלמה'לע יא, אבער ר' משה'לע? מהיכי תיתי.. דער מונקאטשער רבי שליט''א איז נאך עני טיים אזוי פראכטפול געווען אלע יארן

נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 8:19 am
דורך שבת אחים
ישראל גלויבער האט געשריבן:ר' שלמה'לע יא, אבער ר' משה'לע? מהיכי תיתי.. דער מונקאטשער רבי שליט''א איז נאך עני טיים אזוי פראכטפול געווען אלע יארן


און וואס טוט זיך מיט די רויטע רבי, ער איז פראכטפול? אדער סתם א לוזער?.

נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 9:04 am
דורך ישראל גלויבער
ווער איז רויט? ניקלעשבורג? סטאלין? סאדיגורה?

נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 9:09 am
דורך שבת אחים
דער קאסובער ענדע ץ האסטו פארגעסן

נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 8:44 pm
דורך שמעון וואלף
ישראל גלויבער האט געשריבן:ר' שלמה'לע יא, אבער ר' משה'לע? מהיכי תיתי.. דער מונקאטשער רבי שליט''א איז נאך עני טיים אזוי פראכטפול געווען אלע יארן


מונקאטשע רב פלעגט קיינמאל נישט פירן שיין, און היינט ווען ער איז נישט ביי די כוחות איז עס נאך שוואכער. ס'נישט געוועהן איינגעפירט די געזינגאכץ אווי באבוב און וויזניץ און חוץ די שיינע בעקיטשעס איז עכט נישט געווען עפעס וואס זאל זיין ענטערטעינינג. אדרבה, זיינע פולע קרעכצן און וויינערייען האבן עס געמאכט אומבא'טעמ'ט און אפילו זיינע תורות וואס זענען מלא תוכן, האט נישט געצויגן צופיל צוהערער.

נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 10:22 pm
דורך [NAMELESS]
דער צוויי רבי'ס זענען געווען די לעצטע וואס זענען שוין נישט בין החיים, (היינט איז אויך דא ציווישן אונז, ווי למשל הרב"ץ מבאבוב און הרש"א מוויזניץ שליט"א). אבער מסתם איז במשך די דורות געווען נאך.

נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2017 12:56 am
דורך שבת אחים
בן אדם האט געשריבן:דער צוויי רבי'ס זענען געווען די לעצטע וואס זענען שוין נישט בין החיים, (היינט איז אויך דא ציווישן אונז, ווי למשל הרב"ץ מבאבוב און הרש"א מוויזניץ שליט"א). אבער מסתם איז במשך די דורות געווען נאך.


אויב מיינסטו מיר, פלוז לייג מיך נישט אין די זעלבע שורה ווי דעם אנדערן דארט, שרייב כאטש להבדיל אלף הבדלות... :געוואלד: :געוואלד: :געוואלד: :ניין: :ניין: :ניין:

נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2017 1:02 am
דורך שבת אחים
שמעון וואלף האט געשריבן:
ישראל גלויבער האט געשריבן:ר' שלמה'לע יא, אבער ר' משה'לע? מהיכי תיתי.. דער מונקאטשער רבי שליט''א איז נאך עני טיים אזוי פראכטפול געווען אלע יארן


מונקאטשע רב פלעגט קיינמאל נישט פירן שיין, און היינט ווען ער איז נישט ביי די כוחות איז עס נאך שוואכער. ס'נישט געוועהן איינגעפירט די געזינגאכץ אווי באבוב און וויזניץ און חוץ די שיינע בעקיטשעס איז עכט נישט געווען עפעס וואס זאל זיין ענטערטעינינג. אדרבה, זיינע פולע קרעכצן און וויינערייען האבן עס געמאכט אומבא'טעמ'ט און אפילו זיינע תורות וואס זענען מלא תוכן, האט נישט געצויגן צופיל צוהערער.



איך האב אפאר מאל געהאט די זכי׳ צורעדן מיט אים פערזענליך און מיט צו דאווענען מיט אים, ביי משפחה שמחות. איך בין נישט איבערגענומען פון אים און פון זיינע פאלשע קרעכצערייען. איך וועל איין שיינעם טאג שרייבן א גוט שטיקל צימעס אויף דעם ״אהבת ישראל״ פונעם מונקאטשער, און וויאזוי ער האט בידים צוגרונט געלייגט א שיינע חסידות.

און וויאזוי ער האט זיך נישט אפילו אומגעקוקט אויף זיין אייגענע עלטערע קראנקע ברודער ר׳ הערשעלע ע״ה וואס האט זיך געוואלגערט אויף די גאסן פון ב״פ, ניטאמאל א גלאז וואסער אים פארגינט!

נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2017 3:31 am
דורך [NAMELESS]
שבת אחים האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:דער צוויי רבי'ס זענען געווען די לעצטע וואס זענען שוין נישט בין החיים, (היינט איז אויך דא ציווישן אונז, ווי למשל הרב"ץ מבאבוב און הרש"א מוויזניץ שליט"א). אבער מסתם איז במשך די דורות געווען נאך.


אויב מיינסטו מיר, פלוז לייג מיך נישט אין די זעלבע שורה ווי דעם אנדערן דארט, שרייב כאטש להבדיל אלף הבדלות... :געוואלד: :געוואלד: :געוואלד: :ניין: :ניין: :ניין:

ניין ניין, חס וחלילה...! כ'האב נישט געמיינט צוצוגלייכן, נאר פונקט פארקערט, כ'האב געוואלט ארויסברענגען עפעס א פוינט עפעס אזוי ווי דבר והיפוכו.. שוין, האסט מיך עניוועי געקאוט וואס האב איך פון טוישען?

נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2017 7:00 am
דורך אישתישבי
.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 1:43 pm
דורך ישראל גלויבער
שבת אחים האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:
ישראל גלויבער האט געשריבן:ר' שלמה'לע יא, אבער ר' משה'לע? מהיכי תיתי.. דער מונקאטשער רבי שליט''א איז נאך עני טיים אזוי פראכטפול געווען אלע יארן


מונקאטשע רב פלעגט קיינמאל נישט פירן שיין, און היינט ווען ער איז נישט ביי די כוחות איז עס נאך שוואכער. ס'נישט געוועהן איינגעפירט די געזינגאכץ אווי באבוב און וויזניץ און חוץ די שיינע בעקיטשעס איז עכט נישט געווען עפעס וואס זאל זיין ענטערטעינינג. אדרבה, זיינע פולע קרעכצן און וויינערייען האבן עס געמאכט אומבא'טעמ'ט און אפילו זיינע תורות וואס זענען מלא תוכן, האט נישט געצויגן צופיל צוהערער.



איך האב אפאר מאל געהאט די זכי׳ צורעדן מיט אים פערזענליך און מיט צו דאווענען מיט אים, ביי משפחה שמחות. איך בין נישט איבערגענומען פון אים און פון זיינע פאלשע קרעכצערייען. איך וועל איין שיינעם טאג שרייבן א גוט שטיקל צימעס אויף דעם ״אהבת ישראל״ פונעם מונקאטשער, און וויאזוי ער האט בידים צוגרונט געלייגט א שיינע חסידות.

און וויאזוי ער האט זיך נישט אפילו אומגעקוקט אויף זיין אייגענע עלטערע קראנקע ברודער ר׳ הערשעלע ע״ה וואס האט זיך געוואלגערט אויף די גאסן פון ב״פ, ניטאמאל א גלאז וואסער אים פארגינט!

לשון הרע!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 1:47 pm
דורך ישראל גלויבער
ישראל גלויבער האט געשריבן:ר' שלמה'לע יא, אבער ר' משה'לע? מהיכי תיתי.. דער מונקאטשער רבי שליט''א איז נאך עני טיים אזוי פראכטפול געווען אלע יארן

איך בין אסאך געווען ביים מונקאטשערס טישן, ס'ווענדט זיך וואס מיינט שיין, תוכנ'פול אדער גראגעריי.

און כ'האב אינגאנצן פארגעסן דעם ליובאוויטשער מנהיג, וואס האט נאך עני טיים געפירט א מלוכה בישראל, און איינגעפאקט אלע

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 2:34 pm
דורך שבת אחים
1:30, אידן איינעם, מיר האבן נישט מורא פאר קיינעם, נאר פארן בורא עולם דעם איינעם!, זייער א שיינע קליפ.
https://www.youtube.com/watch?v=SjxqXef47_M

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 7:13 pm
דורך moshav zekeinim
הערליך שיין, ישר כח פארן ברענגען א לעבעדיגער ביישפיל, אט דאס מיין איך טאקע.
דער באבובער האט ספרינגס אויף זיינע פיס. ר' משה'לע איז בעסער ביי נסחאות וואווענדיג און פאכענדיג מיט די וויזשניצע אויגן ברעמען און פנים אויסדרוקן. "אוי וועי מיין וועלט".

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 8:49 pm
דורך איך אויך
אגב, די קול רנה וישועה ניגון נתחבר לרגל חתונת האדמור מבעלזא שליט''א עם בם הישועת משה זצ''ל ומשם נתפשט לכל העולם החסידי.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 9:00 pm
דורך newkave
איך אויך האט געשריבן:אגב, די קול רנה וישועה ניגון נתחבר לרגל חתונת האדמור מבעלזא שליט''א עם בם הישועת משה זצ''ל ומשם נתפשט לכל העולם החסידי.


נתחבר געווארן דורך רבי חיים דוד בלום ז'ל הי'ד פארן קריג, לכבוד א חתונה פון א קינד פון קדושת ציון מ'באבוב.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 9:17 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים האט געשריבן:דער קאסובער ענדע ץ האסטו פארגעסן

ער איז דאך סתם א משוגע'נער. עיין נחום. קליפ של תפילת שחרית בחוה"מ סוכות, אצל הנענועים...!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 9:58 pm
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן:אגב, די קול רנה וישועה ניגון נתחבר לרגל חתונת האדמור מבעלזא שליט''א עם בם הישועת משה זצ''ל ומשם נתפשט לכל העולם החסידי.

דער ניגון קומט פון ר' חיים דוד בלום ע"ה, ומשם נתפשט לכל העולם החסידי.
(אלמאסט שאר)

נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2017 12:37 am
דורך שבת אחים
:)

נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2017 2:16 am
דורך moshav zekeinim
:like

נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2017 2:25 pm
דורך ישראל גלויבער
berlbalaguleh האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:דער קאסובער ענדע ץ האסטו פארגעסן

ער איז דאך סתם א משוגע'נער. עיין נחום. קליפ של תפילת שחרית בחוה"מ סוכות, אצל הנענועים...!

לשון הרע