בלאט 1 פון 2
ווער רעפרעזענטירט אונז???
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 2:58 pm
דורך אייז קריעם
http://matzav.com/photo-moments-ago-tru ... ng-to-ask/וויפיל מאל מען זאגט עס איז עס נאך אלס נישט געניג. ווען א יוד טיט עפעס, רעפרעזענטירט ער גאנץ יודנטום.
איראניש איז אז ער האט זיך געזארגט פאר אנטי סעמיטיזם און דא האט ער געמאכט א בהמה פון זעך.
דאס קומט פון חסרון און פראפעשינעל עדוקעיסן און עקספיריעס און די נימוסים פון דזורנאליזם.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 3:13 pm
דורך יעקב מענטש
די עמי שארפט זיך שוין די ציין די לעצטע פאר וואכן, זיי קלאפן זיך אויף די פלייצע פארן זיין די 'ערשטע' צו האבן א באבערדעלטער רעפארטער אינעם ווייסן הויז. וואט עי מעס
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 3:22 pm
דורך כלבאשבוע
טורקס האט אים נישט גערופן אנטיסעמיט, ער האט סה״כ געפרעגט וואס די גאווערמענט טוט צו אדרעסירן די אויפשטייג אין אנטיסעמיטזם
נאר טראמפ האט זיך באליידיגט און אים געהייסן ווי א טאטעלע זיך אראפזעצן
סווערט שוין ברייט באריכטעט:
http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4923720,00.html
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 3:22 pm
דורך [NAMELESS]
טראמפ האט זיך אויפגערעגט
#אויפ'ן_גנב'ס_קאפ ברענט_דאס_היטל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 3:29 pm
דורך כלבאשבוע
אגב, האט א איזארעאלי רעפארטער געפרעגט ענליכס נעכטן און דעמאלט האט ביבי ארויסגעברענגט אז טראמפ און ער זענען שוין לאנג שטארקע ידידים און די גאנצע משפחה איז אידישלעך בפרט קושנער וזוגתו
דער טורקס איז א שטיקל טראמפ חסיד, יעצט האט ער פארזוכט אביסל פונעם ריכטיגן מעדיצין
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 3:30 pm
דורך תורה ומדע
די חרידישער געמיינדע מוז ארויסקומען קעגען דער עמי און דעם רעפארטער אויפען שארפסטען אופן איבער דעם חילול השם. נאכמער, אזא מיסט אפפארטוניטי, ער וואלט דאך געקענט אויסניצען די געלעגנהייט צו פרעגען וועגען ריכטיגע זאכען העומדים על הפרק ביים היימישען ציבור ווי למשל קרימינאל דשאסטיס און רובאשקין, טעקס דידאקשינס פאר טואישין פעעינג עלטערען, עניני ארץ ישראל וכדו' , ממש א שאד.
Re: ווער רעפרעזענטירט אונז???
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 4:22 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לדעתי, האט טורקס געמאכט אן ארנטליכע מיסטעיק. יעדער זאך וואס ער וואלט געפרעגט וואלט דער פרעזידענט זיך געקענט זיך באליידיגען דערפאר. ס׳מיינט גארנישט.
נאר לדעתי איז עס א גוטע זאך פאר טורקס. זאל ער וויסען אז ער באלאנגט נישט דארט, ער איז צווישען שבעים זאבים, און ער גייט קיינמאל נישט ווערען פאניא בראט מיט דער פרעזידענט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נאכ'ן זיך אביסל ארומגוגל'ן האב איך געזען אז דער מידיא קוקט נישט אן טורקס אלס דער פאררוקטע, נאר אז טראמפ זוכט זיך אויסצודרייען פון א לייכטע קשיא. קוקט'ס
דא
Re: ווער רעפרעזענטירט אונז???
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 6:51 pm
דורך חכם-לב
טורקס האט קלארגעשטעלט אז ער איז נישט חלילה חושד דאנאלד אדער איינער אין זיין אדמיניסטרציע אין אנטי-סעמיטישקייט נאר וואס ער זאגט צו דעם אויפשטייג אין אנטי-סעמיטישע אינסידענטן.
ער איז געווען א דשורנאליסט, טראמפ איז געווען טראמפ.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 7:03 pm
דורך קאצקע ציקער
עטס זאלטס מיר זייער מוחל זיין. איך זעה נישט וואס ער האט אזוי שלעכט געזאגט
Re: ווער רעפרעזענטירט אונז???
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 7:20 pm
דורך mevakesh
דער Washington examinar וואס איז היבש פרא טראמפ אין אלגעמיין זאגט אז דער טורקס האט קלאר נישט באשולדיגט דעם פרעזידענט און עס וואלט געווען א גוטע זאך אז דער פרעזידענט זאל צולייגן בעסער קאפ צו די שאלות
http://www.washingtonexaminer.com/jewish-reporter-trump-clash/article/2615067
Re: ווער רעפרעזענטירט אונז???
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 7:35 pm
דורך החוקר
לדעתי האט ער נישט שלעכט געפרעגט, אבער, די שאלה איז געווען א טראפקעלע צו לאנג, ער האט געמאכט א הקדמה, נאכדעם א חנופה אז ער איז א "zeidy", און נאכדעם די פאקטישע שאלה.
היות טראמפ איז בכלל אן אומגעדולדיגער, ער האט נישט קיין נערוון זיך צו קאנצענטרירן, און צודעם האט ער מתחילה אפגעמאכט אז טורקס גייט אים אריינפארן, ער האט דאך בעפארצוגט זיין שאלה מיט א סארקאסטישע look how friendly he is, דערנאך ווי נאר ער האט דערהערט די ווארט אנטיסעמיטיזם, האט ער אפגעמאכט אז דא ווארפט מען א באשולדיגונגס פינגער, איז אריין אין כעס און ניטאמאל געלאזט אויסרעדן, בקיצור געווען טראמפ.
Re: ווער רעפרעזענטירט אונז???
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 7:41 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך קוק עס אן נאך מער. טורקס וויל זיך געפעלען פאר טראמפ און זיך באנוצען מיט דעם וואס ער זעט אויס היבש אנדעריש ווי די אנדערע דזשורנאליסטען.
ער אט געוואלט טאנצען מה יפית און מאכען א גוטען איינדרוק אויף דער פרעזידענט.
האט ער אחהם געגעבען א געלעגענהייט צו שיקען א מעסעדזש צום אידישע וועלט, כאילו דער פרעזידענט שעצט שטארק זיין שטיצע אין וומסב"ג און לעיקוואוד, און ער וויל זיי געבען געווער קעגען די פאר ליבעראלער וואס פרעגען אזעלכע קשיא׳ס.
יעצט האט ער געלערנט אז טראמפ ווייקט זיך נישט אין זיין מקוה, און ער מעלאניע ליינט נישט דער וויסק מאגאזין צו טרעפען רעצעפטען אויף וועטשערע פאר בארראן, און ער זוכט נישט זיך צו פארטיידיגען פאר די יונגעלייט אין סקווער. דער מעיאר פון סקווער קען זאגען וואס ער וויל, אבער טראמפ ווייסט נישט פון איהם צו זאגען און נישט פון סקווער און נישט פון לעיקוואוד און נישט בלומינגבערג (וואודרידזש אפשר יא).
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 7:53 pm
דורך כלבאשבוע
אין א אינטערוויו אויף ynet טענהט טורקס אז ער איז בידידות מיט טראמפ און האט ערשט נעכטן געהאט מיט אים א פריינטליכן שמועס נאך ביביס וויזיט
ער דרוקט אויס אנטוישונג אז טראמפ האט אויסגעדרייט דעם דאשיק און האלט אז טראמפ האט אים פשוט שלעכט פארשטאנען
עפ״י האמת איז איינס פון צוויי זאכן, אדער האט טראמפ טאקע שלעכט פארשטאנען ווייל זיין מח קען נישט פארנעמען א פשוטע שאלה ווען ער איז דעפענסיוו, אדער האט ער גאנץ גוט געהערט נאר ער האלט נישט ביים ארויסקומען שארף קעגן זיין אייגענע באזע, וואס רעכנט אריין אנטעסימיטן, ווייל זיי האבן אים דעליווערט דאס געווינס
אזוי צו אזוי, איז די מצב נישט גוט און סכאפט א פחד אז דער זקן כסיל שטייט ביים באלעמער
Re: ווער רעפרעזענטירט אונז???
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 7:55 pm
דורך החוקר
אדער ווייסט דאס וויפיל טראמפ'ס 'ידידות' איז ווערט, אדער איז ער נישט בידידות מיט טראמפ אזוי ווי ער האט זיך געוואלט נארן.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 7:59 pm
דורך כלבאשבוע
החוקר האט געשריבן:אדער ווייסט דאס וויפיל טראמפ'ס 'ידידות' איז ווערט, אדער איז ער נישט בידידות מיט טראמפ אזוי ווי ער האט זיך געוואלט נארן.
ביידע אמת
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 8:10 pm
דורך החוקר
החוקר האט געשריבן:אדער ווייזט דאס וויפיל טראמפ'ס 'ידידות' איז ווערט, אדער איז ער נישט בידידות מיט טראמפ אזוי ווי ער האט זיך געוואלט נארן.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 8:11 pm
דורך החוקר
.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 8:17 pm
דורך ירח בן יומו
דא קען מען זעהן וואו נאנט ער איז מיט'ן פרעזידנעט. א מיין אוועק.
Re: ווער רעפרעזענטירט אונז???
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 8:20 pm
דורך החוקר
Re: ווער רעפרעזענטירט אונז???
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 8:33 pm
דורך החוקר
איינער קען מיר ארויס העלפן, איך בין שטייט כ'פארשטיי נישט. וואס איז "since 1953" עמי, טוויטער, אדער גאר זיין מערכה קעגן פאלשע נייעס.
aviary-image-1487294961448.jpeg
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 8:37 pm
דורך כלבאשבוע
יא, א וויץ וועגן פעיק ניוז לכאורה
Re: ווער רעפרעזענטירט אונז???
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 8:56 pm
דורך החוקר
קען זיין דאס האט אויפגערעגט טראמפ.
א מינוט א האלב אריין הייבט ער אן...
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=iv2yLCiFozE[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 9:12 pm
דורך berlbalaguleh
וואס איך וואלט געזאגט ווען איך בין ביי די פרעס קאנפערענס... מר. פרעזידענט. מאך דיך נישט צו טון פון וואס א נארישער איד'ל, וועלכער גלייבט די אלע פעיק ניוס פון די לינקע זאגט. איך וויל פאראפראזירן א ווארט פון תלמוד.. וועלכע לויטעט אז אויב ס'איז נישט דא קיין שכל איז נישט דא קיין אונטערשייד... איך מיין נישט פערזענליך דעם (אידישן) רעפארטער, וועלכער האט געפרעגט אזא אומ-רעלעוואנטע און אומ-סענסיטיווע פראגע. אבער ווען איינער קען נישט אונטערשיידן צווישן עכטע און פעיק נייעס, וועלכע איז געטריבן דורך די לינקע אגענדא, זאללן בעסער נישט רעדן אין נאמען פון די אידישע קאמיוניטי...!
מ'קען זעהן ווי ווייט פרעזידענט טראמפ איז געווארן באליידיגט פון אזא אבסורדאלע פראגע...!
נ.ב.: דער ליט(פ)אק פון בודאפעסט וועט אוודאי זאגן אז דער בעל עגלה איז אן אמארעץ, ווייל די געמארע (אין מס' סוכה) מיינט עפעס
אנדעריש. ווען איהם ענטפערן אז ער האט נישט מדייק געווען..איך האב געשריב Pאראפראזירן"...יעצט וועט ער זאגן אז דאס ווארט פארא-פראזירן מיינט עפעס אנדעריש...וחוזר חלילה...וא"כ אין לדבר סוף...(איך מוז שוין ארויסגיין פון ביהכ"ס. דער עולם שטייט אין די ליין. מ'קלאפט שוין צו פיהל אויף די טיר...
![זייער שלעכט :twisted:](./images/smilies/icon_twisted.gif)