בלאט 1 פון 1

טעלעוויזיע על טהרת הקודש?\אייוועלט

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 12:34 pm
דורך יתרו
אין אייוועלט האט איינער ארטסקרול געשריבן דעם אשכול, איך ווייס נישט צו ער טרייבט קאטאוועס אדער מיינט עס ערענסט אבער עס קאסט א שמייכל.

וער קען אפלאדען די אינטערוויו וואס טורקס האט געהאט מיט פאקס ניוס נעכטן?
ווער קען ארויפלייגן די 'קליפ' פון די ענאגערעשן אבער סענסערן די צורה פון די ערשטע פרוי?
ווער קען אפלאדען אויף 'דראפבאקס' די דעבאטע אבער אראפנעמען די נאציאנאלע ענטום געזינגען דורך א פרוי?
ווער קען ארויפלייגן אויף באקס די דעבאטע פון טראמפ-קלינטאן, אבער אויסמעקען די צורה פון פרוי קלינטאן?
וואו קען מען זען די דעבאטע? באל שפיל? אדער דזשימי קימעל פליקט אריין די פרעזידענט?

איינער געדענקט אזא זאך ווי 'טעלעוויזיע'? עפעס וואס אלע ארטאדאקסישער רבנים האבן גע'אסר'ט, ואין גם אחד וואס האט דאס מתיר געווען בדיעבד?

אכשר דרא!

וויפיל איך ווייס, און וויפיל רוב פרומע ליינער וואס ליינען און שרייבן אויף די פארום ווייסן, אז איסורים וואס זענען באזירט אויף קדושה פרינציפן, וועלכע זענען שוין נישט אנגעונמען היינטיגע צייטן קענען זיך אויך נישט טוישן. דאס הייסט, אז טראצדעם וואס טעלעוויזיע איז outdated ווען מען באטראכט איר צו די אינטערנעט, ווערט נאכנישט טעלעוויזיע מותר. און אויך פארשטייט יעדער פרומער איד, אז אפילו אין די היינטיגע מאדערענע צייטן וואו תועבה און זוהמא זענען אינפעסטעט בחוצת העיר, און דער אינטערנעט פענאמענען פלאקערט, מיינט נישט אז טעלעוויזיע, אינטערענט אדער אויסגעלאסענע נייעס איז מותר.

טעלעוויזיע איז נישט גע'אסר'ט געווארן נאר צוליב ראיות אסורות, טעלעוויזיע כאראקטעריזירט די גאנצע גוי, ווי נייעס, שאוס, מיינונוגען, אנאליזן, שמועסן, אפילו ווען זיי האבן נישט קיין פרויען. מאנכע מאכן א שטערבליכן טעות, אז טעלעוויזיע מיינט 'פרויען'. ניין! עס מיינט 'דער שנעלע עקסעס צו גוי'. וואס וואלט פאסירט ווען עמיצער קומט אויף מיט א טעלעוויזיע אדער א טשענעל, וואס פארשווארצט די צורות נשים, און דיספלעיט נאר אינטערוויוס פון טורקס, געשטעטנער, און שארק טענק, וואלט דאס געווען מותר?

אן אינטערוויו פון טראמפ מיט פאקס ניוס איז טעלעוויזיע!, אפילו עס איז דאנלאדעט, אפילו עס איז אויף וואטסעפפ אדער אמ"ג, און אפילו עס איז אויף דראפבאקס, און אפילו די נשים זענען פארמעקט.

א פרעזעדענטליכע דעבאטע איז טעלעוויזיע! אפילו עס איז אויף וואטסעפפ אדער אמ"ג, און אפילו עס איז אויף דראפבאקס, און אפילו די נשים זענען פארמעקט.

עס איז גוט צו וויסן ווען מ'איז א טובל ושרץ בידו. די טענות אז איך פארמאג נישט קיין אינטערנעט, קיין סמארטפאון, קיין טעלעוויזיע, נאר איך האב לימיטעט עקסעס צו אייוועלט און דראפבאקס, וואו דארטן כשר'ט מען 'טעלעוויזיע', איז פונקט ווי מתיר זיין טעלעוויזיע מיט א כשר'ע טשענעל.

פארוואס דארף א צווייטער זיין דיין שבת גוי, אויסמעקן פרויען, סענסערן פרויען, סענסערן גואישער ניגונים, אלעס ווייל דו ווילסט טעלעוויזיע על טהרת הקודש?

איך זיך נישט דא צו זיין דער ראדיקאלער וואס זוכט אוועק צו נעמען דאס באשיידענעם פארום וואו פרומע אינגעלייט שמוסן זיך שיין ארום. אבער עס איז וויכטיג צו געדענקן אז מ'זאל זיך נישט טובל זיין ושרץ בידו.

אויב איז טעלעוויזיע אסור, איז דאס אסור בכל אופן, צו זאל דאס זיין offiline צו זאל דאס זיין אויף וואטסעפפ, צו זאל דאס זיין אויף טוויטער אדער אמ"ג. ווייל אויב דו האלסט אז דער דעבאטע איז נישט קיין פראבלעם, קענסטו האבן טעלעוויזיע מיט א פילטער. און טאקע דאס האט [נמחק] געטאן, ווען זיי האבן געמאכט א אייגענעם טיווי טשענעל, דראפבאקס איז גארנישט אנדערש.

און אויף די טענה אז מ'איז הבוחר רע במעוטו, געדענק! דו קוקסט טעלעוויזיע!

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 1:38 pm
דורך פרייוויליג
עס זעט מיר אויס אז דער שרייבער איז סארקאסטיש, און זוכט סתם זיי צו טרייבן ליצנות פון זיי.

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 1:50 pm
דורך [NAMELESS]
ער איז א לינקער דארט... ער האט שוין אפילו אמאל נאכגעברענגט פון ק"ש. אבער די אייוועלטיסטן כאפן נישט (אדער מאכן זיי זיך ווי זיי כאפן נישט משום טעמים מבנים).

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:18 pm
דורך איש את רעהו
ארטסקרול קיקט דען נישט די אלע דראפבאקסעס?

Re: טעלעוויזיע על טהרת הקודש?\אייוועלט

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 6:51 pm
דורך יהושע חיים
עס איז ווי מען פלגט זאגן אויפן חפץ חיים וואס שרייבט אז רעדן לשון הרע איז אזוי הארב ווי חזיר האט מען געזאגט אויף דעם אז די ציבור וועט ענדערש עסען חזיר ווי אופהערן רעדן לשון הרע
איז דאס טוט דא די שרייבער ער נעמט אראפ די מאנסטער פון טי ווי
(אויב דאס איז זיין כוונה ווייס איך נישט)

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 11:00 pm
דורך גליקלעך
איך בין אן אייוועלטניק, דער ארטסקרול טרייבט סתם ליצנות פונעם ציבור דארטן, דער איז א לינקער מיט אלע מפרשים, מען האט אים שוין חוסם געווען אויך א שיינע פאר מאל.

דער אלטע עולם כאפט פיין וואס טוט זיך, עס איז פשוט נישט מעגליך אנדערש ווער עס קען אים, נאר עס איז אלץ דא דארט א פלייץ פון נייע ניק'ס, קוקט עס אזוי אויס.