בלאט 1 פון 2

טעפעטאלק פרא, אן עדס

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 5:25 am
דורך טרויבן88
דא לייג איך ארויף די באצאלטע ווערסיע פון טעפעטאלק פאר די וואס האבן נישט קיין עד בלאקער און ווילן נישט זען די עדס.


https://drive.google.com/file/d/0B7T8qX ... p=drivesdk

Re: טעפעטאלק פרא, אן עדס

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 8:22 am
דורך פליקער
איך האב באצאלט פאר גארנישט,?

Re: טעפעטאלק פרא, אן עדס

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 10:22 am
דורך סאשי פיש
Wow א גרויסע שקויעך

Sent from my SAMSUNG-SM-G930A using Tapatalk

Re: טעפעטאלק פרא, אן עדס

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 10:25 am
דורך טרויבן88
אנטשולדיגט אז איך האב פארגעסן צי שרייבן, מען קודם אומאינסטאלירן די אלטע עפפ בעפאר מען אינסטאלירט די עפפ

Re: טעפעטאלק פרא, אן עדס

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 10:28 am
דורך טרויבן88
פליקער האט געשריבן:איך האב באצאלט פאר גארנישט,?

מען קען היינט האבן כמעט אלע עפפס פאר אומזיסט, עס זענען דא טשענעלס וואס שעירן באצאלטע עפפס אומזיסט

Re: טעפעטאלק פרא, אן עדס

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 10:30 am
דורך אהרן
פון ווי ווייסט מען אויב עס האט נישט קיין וויירעס?

Re: טעפעטאלק פרא, אן עדס

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 10:34 am
דורך טרויבן88
אהרן האט געשריבן:פון ווי ווייסט מען אויב עס האט נישט קיין וויירעס?

סקען עס

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 10:56 am
דורך נעגעל וואסער
מוחה!! די דעוועלעפרארס פלאגן זיך צו ארויסגעבן א דבר נאה, און אונז גיימער פשוט און לקח'נן עס אזוי בפרהסיא?!

#נישט שיין.

נ.ב. איך האב עס אויך אינסטאלד יעצט, אבער בצנעה...

Re: טעפעטאלק פרא, אן עדס

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 12:19 pm
דורך גראף
און איך האב באצאלט דערפאר צוויי וואכן צוריק און איך האב נישט חרטה.
איך זאל וויינען אויף פינף דאללער?

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 12:28 pm
דורך קורקלענד
פאר פינף דאלער מיין איך עקספייערט עס עווענטועל.

Re: טעפעטאלק פרא, אן עדס

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 12:30 pm
דורך סאשי פיש
יא מען דארף צאלן פופצען

Sent from my SAMSUNG-SM-G930A using Tapatalk

Re: טעפעטאלק פרא, אן עדס

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:58 pm
דורך גראף
אויב אזוי העט מען געדענקן דער לינק.

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 3:11 pm
דורך קורקלענד
@גראף דארפסט נישט אזוי וויינען ווייל למעשה גייסטו באקומען אפדעיטס. אבער די אלע וואס נעמען עס פון די לינק וועלן נישט קענען אפדעיטן.

Re: טעפעטאלק פרא, אן עדס

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 3:16 pm
דורך גראף
ח''ו וויינען? איך בין גרייט צו צאלן.

Re: טעפעטאלק פרא, אן עדס

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 10:09 pm
דורך דעת תורה
אזוי שלעכט די 2 קליינע עד'ס?

Re: טעפעטאלק פרא, אן עדס

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 11:17 pm
דורך גראף
דעת תורה האט געשריבן:אזוי שלעכט די 2 קליינע עד'ס?

דער פראבלעים איז אז מען זעהט כסדר ס**י בילדער און אויסער דער רוחניות העלפט עס נישט ווען דער ווייב זיצט נעבן דיר און זעהט עס און מיינט און טראכט שוין.

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 9:13 pm
דורך קורקלענד
די אדווערטייזמענטס אויפן אינטערנעט ווערן צו אייך געוויזן על פי רוב לויט אייער אינטערעסע. די אדווערטייזמענט פירמעס ווייסן און פארשטייען פונקטליך וואס אינטערסירט אייך.

למשל אז די גייסט ארויף אויף אמאזאן און דו זוכסט א באקוועמע בענקל וועט אמאזאן זאגן פאר גוגל אז דו האסט ביי זיי באזוכט און זיך אינטערעסירט אין די ספעציפישע בענקל. דערנאך העסטו גיין קוקען די נייעס אויף פאקס ניוס וועט דיר גוגל דארט לייגען אדווערטייזמענטס און דיר דערמאנען אז דו זוכסט צו קויפן דעם בענקל.

למעשה אז דו זיצט נעבן דיין ווייב און זי זעהט די עדס און מיינט און טראכט. קען זיין אז יש דברים בגו... דזשאסט קידינג....

Re: טעפעטאלק פרא, אן עדס

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 9:54 pm
דורך גראף
[emoji13]

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 11:40 pm
דורך שמעקעדיג
קורקלענד, עס איז אנדערש אדווערטייזמענטס אויף עמעזאן ווי עדס אויף עפפס. רוב עפפס ווייזן אייגענע בילדער, נישט באזירט אויף דיין היסטאריע.

נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 1:09 am
דורך קורקלענד
שמעקעדיג האט געשריבן:קורקלענד, עס איז אנדערש אדווערטייזמענטס אויף עמעזאן ווי עדס אויף עפפס. רוב עפפס ווייזן אייגענע בילדער, נישט באזירט אויף דיין היסטאריע.

די אמת איז איך קען זיך נישט אויס מיט עדס אין עפס ווייל איך ניץ א עד-בלאקער אדער קען זיין ווייל איך האב נישט קיין עפס מיט עדס. אבער וויאזוי ס'זאל נאר זיין קום איך נישט אקייגן קיין עדס אין עפס ממילא בין איך נישט באהאווענט.

Re: טעפעטאלק פרא, אן עדס

נשלח: פרייטאג מערץ 31, 2017 4:01 am
דורך קלוגע יודל
קען מען איבער לייגן די APK? די לינק ארבעט שוין נישט

נשלח: פרייטאג מערץ 31, 2017 4:42 pm
דורך טרויבן88
איך וועל עס פרובירן אויפצוזוכן, איך האב שוין גע root מיין פאון ממילא האב איך שוין אן אריינגעבויטע עס בלאקער... און איך זע נישט קיין ער פאר די שווארץ יאר

נשלח: מאנטאג אפריל 03, 2017 12:51 pm
דורך טרויבן88