בלאט 1 פון 2

הונטן!!!

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 7:04 am
דורך מישו מאוד מעניין
א מחלה ביי רוב חרידישע אידן אז מען האט מורא פון הונטן און איך בין אויך פון דער וואס האבן מורא
אבער עס איז נישט קיין תכלי'ס מען גייט אויפן גאס מען זעהט א מאמע מיט 2 קליינע קינדער גיין שיין רויאיג ווען פלוצלינג קומט א קליינע הונט און די 2 קינדער הייבן זיך אן צו ווארפן פאר שרעק און די מאמע נאך מער:
אזוי ווי איך האב פריער דארמאנט בין איך אויך פון דער.
וואס קען מען טוהן נישט מורא האבן פון קיין הונט

Re: הונטן!!!

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 8:25 am
דורך פליקער
מען שעפשעט די ווערטער לכל בני ישראל לא יחרץ כלב לשונו, און אלעס איז זיך מסדר, און נאך די ערשטע מאל מען זעט בחוש אז עס העלפט, באשליסט מען ארויסצינעמען א עד אינעם דבר יום, און מען איז עס מפארצעם.

נ''ב די סגילה העלפט קעגען זיי ווער עס בילט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 8:44 am
דורך [NAMELESS]
אויב מ'לויפט ממילא אוועק צו וואס דארף מען נאך א סגולה?

Re: הונטן!!!

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 9:37 am
דורך קל וחומר
איך ליעב גראדע הונטן

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 9:50 am
דורך שבת אחים
1)האסט מורא פון א קליין קינד?, א הונט איז אזויווי א קינד, נישט קיין חילוק ווי גרויס אדער קליין זיי זענען, זיי דארפן עטענשאון פונקט ווי א קליין קינד. פראגרעם דעס אריין אין דיין קאפ. קודם.

2)ווען א געווענטליכע הונט לעקט דיר זאלסטו וויסן אז סאיז Antiseptic, דאס מיינט אז מקען נישט קראנק ווערן פון דעם, א הונט ווען ער לעקט דיר איז אזויווי דו זאלסט זיך אפוואשן מיט ‏antibacterial soap.

3)א הונט שמעקט אויב א מענטש האט מורא פון אים, און אויב זעהן זיי אז די גרויסע מענטש האט מורא פון זיי, איז עס זייער פאוני פאר זיי און זיי וועלן דוקא דערשרעקן יענעם, ווידער אויב ווייסטו זיי אז דו האסט נישט קיין מורא פון זיי ביסטו זייער בעלבאס, סנעמט צייט צו פראגרעמן דעס! אבער איינמאל מ׳ברעכט עס דורך איז עס זייער גרינג.

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 9:53 am
דורך ציבעלע-קיגל
מישו מאוד מעניין האט געשריבן:א מחלה ביי רוב חרידישע אידן אז מען האט מורא פון הונטן און איך בין אויך פון דער וואס האבן מורא
אבער עס איז נישט קיין תכלי'ס מען גייט אויפן גאס מען זעהט א מאמע מיט 2 קליינע קינדער גיין שיין רויאיג ווען פלוצלינג קומט א קליינע הונט און די 2 קינדער הייבן זיך אן צו ווארפן פאר שרעק און די מאמע נאך מער:
אזוי ווי איך האב פריער דארמאנט בין איך אויך פון דער.
וואס קען מען טוהן נישט מורא האבן פון קיין הונט


נאך ערגער, איך האב שוין אסאך מאהל געזעהן ווי זיי לויפען פון א קליין קעצל. עס איז אסאך מאהל א סכנה ווען זיי לויפען אסאך מאהל אריין אין גאס.

מען דארף דאס אנהויבן פון אלץ קליין קינד, איסצולערנען אז עס איז נישט דא פון וואס מורא צו האבען. איך ב"ה האב נישט מורא פון זיי.

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 9:55 am
דורך ציבעלע-קיגל
פליקער האט געשריבן:מען שעפשעט די ווערטער לכל בני ישראל לא יחרץ כלב לשונו, און אלעס איז זיך מסדר, און נאך די ערשטע מאל מען זעט בחוש אז עס העלפט, באשליסט מען ארויסצינעמען א עד אינעם דבר יום, און מען איז עס מפארצעם.

נ''ב די סגילה העלפט קעגען זיי ווער עס בילט.


די סגולה העלפט נאר אז זיי זאלען נישט בילהען, עס טוהט גארנישט אויף מורא

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 9:58 am
דורך ציבעלע-קיגל
יעצט געטראכט אז פון די צוויי פוסיגע הינט דארף מען אסאך מער מורא האבען... ודאי לחכימא ברמיזא...

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 10:53 am
דורך נעגעל וואסער
דענק'עך אמאל האב איך שפאצירט אויפן גאס אויף א רעזארט פלאץ, ווי ס'געווען אסאך יודעלעך, קומט מיר אנטקעגען א גוי, און פרעגט מיר "עקסיוז מו?! מעי איי עסק יו א קוועסטשען"?
איך האב מיך שוין געראכטן אויף דאס ארגסטע מיני שאלות. אין אמונה, אין גאט.. צו גאר וואס זענען די צוויי לאקן אויפן זייט פון מיין פנים. אבער ניין, ער פרעגט מיר - נאכן זיך אנטשולדיגן צען מאל אז ער מיינט נישט גארנישט פערזענליך - פארוואס האבן אלע אידן אזוי מורא פון הונט?? ער היינט א קליינעם כלב, און אלע פעלקער שפאצירן דורך געהעריג, אבער די אידן פחד'נן אוועק כאילו ער שפאצירט מיט א בער.

איך האב איהם מסביר געווען בקיצור, אז אונז וואוינן מיר קון קליינע קאמיוניטס, ווי מ'זעהט נישק קיין הונט, און ווען אונזער קינדער זעהן דאס מיינען זיי אז דאס א חיה ארויס פון די וואלד. וכו'. דער ערל איז געווען צופרידן פונעם תירוץ, און זיך ב"ה בארויאיגט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 12:22 pm
דורך געוואלדיג
שוין דא כמה וכמה אשכולות על ענין דא עיין viewtopic.php?p=288680 ותמצא נחת.

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 5:16 pm
דורך אייז קריעם
בנוגע דעם קעפל פונעם אשכול, סיי ווען מען רעדט פון איין הינט אדער אסאך הינט, זאגט מען הינט.
הונטן ניצט מען ווען מען שמייסט איינעם אויפן הונטן.

אז מען רעדט שוין פון הינט, פארוואס איז עס taboo פאר א היימישע משפחה צו האבן א הינטל? אדער א קעצל?

א פיש טענק איז יא און ארדענונג?

גראדע האב איך געהערט פון א יוד, א זייער באקאנטע נאמען אין סאטמער, זאגט ער מיר אז ביי זיי אינדערהיים און אונגארן פלעגן זיי האבן א הינט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 5:55 pm
דורך אישתישבי
אייז קריעם האט געשריבן:בנוגע דעם קעפל פונעם אשכול, סיי ווען מען רעדט פון איין הינט אדער אסאך הינט, זאגט מען הינט.
הונטן ניצט מען ווען מען שמייסט איינעם אויפן הונטן.

אז מען רעדט שוין פון הינט, פארוואס איז עס taboo פאר א היימישע משפחה צו האבן א הינטל? אדער א קעצל?

א פיש טענק איז יא און ארדענונג?

גראדע האב איך געהערט פון א יוד, א זייער באקאנטע נאמען אין סאטמער, זאגט ער מיר אז ביי זיי אינדערהיים און אונגארן פלעגן זיי האבן א הינט.



ווייל האבן א הינט איז אזוי ווי האבן אינטערנעט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 6:13 pm
דורך נעגעל וואסער
די אמת'ע סיבה פארוואס אונז האבן מורא פון הונטן איז ווייל די נפש ציטערט פון דעם, ווי הייליגע מ'איז אלס מער האט מען מורא. בדוק ומנוסה...
די כלב איז פון די מקור הטומאה אליינס, ונפשו של ישראל סולדת מהם.

עפ"י הלכב איז עס דומה צו א חזיר און צו סאך ארגער! גאר דומה צו נ**ם, ווי עס שטייט "יש להיזהר שלא ילך איש בין שתי נשים, ולא בין שני כלבים או שני חזירים, וכן לא יניחו האנשים שתלך ביניהם אשה או כלב או חזיר" וכו'.
ודי באזהרה זו..

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 7:20 pm
דורך moshav zekeinim
הייסט עס אז א פרוי איז אויך מקור הטמאה.

איז א כף למד בית טמא'נער פון א נחש? און ע"פ געוויסע מקובלים איז דער גמל גאר דער מקור הטמאה דער נחש הקדמוני. און א חמור מקור החומרית. אן עגל פון די הויפט מצרישע עבודה זרות האט אויך נישט אזא גוטער רעפיאציע. שדים ווערן נישט אנדערש אנגערופן אין פסוק נאר שעירים, כי מראהם כשעירים.
און לאמיר נישט פארגעסן פון דעם שפין וואס טראגט מיט זיך קליפות און האט געהאלפן צום חרבן בית שני. און דער שווארצער פיפיגער עורב איז דאך אן אלטער אגענט פון שווארצער מאגיק. און וויפיל מאל האט דער פריץ געניצט דעם שווארצן קאץ אפצורעכטן זיינע מעשי כשפים.

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 8:19 pm
דורך [NAMELESS]
די אבות הק' האבן זיך באנוצט מיט גמלים, בלעם'ס חמור איז געווען א (כעין) נביא, די עגל מיט שעירים זענען כשר'ע קרבנות. (די שווארצע קאץ זאל די פריץ קעיר נעמען).

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 8:23 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב אמאל געהערט אז האבן א הונט איז א שאלה ע"פ הלכה.
איי כמה זיידעס האבן יא געהאט? תיקו.

Re: הונטן!!!

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 8:25 pm
דורך קל וחומר
חו"מ סי' ת"ט: אסור לגדל כלב רע אא״כ הוא אפור בשלשלאות של ברזל וקשור בהם, ובעיר הסמוכה לספר מותר לגדלו, וקושרו ביום ומתירו בלילה. הגה, וי״א דהשתא שאנו שרוין בין הגוים ואומות בכל ענין שרי, ופוק חזי מאי עמא דבר

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 8:27 pm
דורך [NAMELESS]
אין גמ' שטייט אז מ'טאר נישט מגדל זיין א 'כלב רע', מער פון דעם בין איך נישט באקאנט.
אופס.. קל וחומר האקט שוין. אה, בעסער.. אבער דו מוזט שוין אויסמעקן דיין תגובה ווייל אז נישט ווייס איך שוין וואס די קומענדיגע קול קורא'ס וועלן זיין.

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 8:42 pm
דורך שמעקעדיג
מישו מאוד מעניין האט געשריבן:א מחלה ביי רוב חרידישע אידן אז מען האט מורא פון הונטן און איך בין אויך פון דער וואס האבן מורא

מיר אידן אינאיינעם, מיר האבן נישט מורא פאר קיינעם...
קענסט דעם ניגון?

Re: הונטן!!!

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 10:04 pm
דורך קל וחומר
איך האב געגליכן הינט פון קינדווייז אהן און מיינע קינדער פירן זיך אויך אזוי. הלוואי ווערט עס א כשר'ע זאך.
ער איז זייער א געפיהלישער בעל חי, און איז זייער סאציאל.

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 12:25 am
דורך moshav zekeinim
זיי בודק דיין יחוס, איך האב מורה אז דו ביסט נישט מזרע ישראל...

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 1:46 am
דורך שמעון וואלף
פונקט לעצטענס באגעגענט די ארטיקל

www.kikar.co.il/222350.html

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 2:25 am
דורך [NAMELESS]
קל וחומר האט געשריבן:ער איז זייער א געפיהלישער בעל חי, און איז זייער סאציאל.

יא. אין דעם טאקע ענדלען זיי שטארק אין די שווארצע באפעלקערונג.

זעהסט, ס'פעלט נישט קיין קאמפלימענטן אויף די אפריקען אמעריקענ'ס, מ'דארף זיי נאר אנקוקען מיט א גוט אויג.