בלאט 1 פון 1

וואסי לצטנס געשען מ'די אטד אז ס'שפראצן באזיי אזויפיל עשירים

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:59 pm
דורך moshav zekeinim
עס איז נישט קיין סוד מער, אז צווישן די געמיינדע וואס האבן פארלאזט דאס חרדיש לעבן, די וועמען מען רופט בשם א.ט.ד. האט זיך אין די לעצטע יאר צוויי אנגעהויבן באמערקן א שטארקער אויפשטייג אין הצלחה ווי קיינמאל בעפאר, פון א געמיינדע וואס ביז עטליכע יאר צוריק האבן אירע מענטשן קוים געקענט צובינדן די שיך אליינס, וואו כמעט אלע זענען געווען לא יצלח'ס און עניים מרודים, איז עס ווי איבערנאכט געווארן א געמיינדע פון א ריזיגער צאל מוצלחים, א פאקט וואס הייבט שטוינענדע ברעמען ביי אלע וואס האלטן מיט די פראסעס פון די נאנט. סוחרים מיט גרויסע געלטער האבן אנגעהויבן ארויסצשפראצן איינס נאכן אנדערן, גאר חשובע פאזיציעס ווי דאקטוירים און פראפיסארן ווערן פארנומען דורך אטד אידן.

נישט נאר אין עניני ממונות זעהט זיך א דראסטישער טויש, נאר אויך בעניני רוח, פון א געמיינדע וואס האט אמאל אנטהאלטן גאסן יונגען, אויסגעלאשענע זאמביס, און נידעריגע נארקאטיקער, איז פלוצלינג ארויסגעוואקסן א געזעלשאפט פון קעפ שטיק, מלומדים, חברה וואס ווייקן זיך בין כותלי הגימנאזיאום און טונקען זייערע קעפ אין ספרי מדע.

פון א געמיינדע וואס איז באשטאנען פון הארטנקיגע עגאיסטישע יונגען, איז געווארן א געמיינדע מיט אנשים טובי לב, בעלי טובות, ובעלי סבר פנים יפות.