[phpBB Debug] PHP Warning: in file [ROOT]/includes/bbcode.php on line 130: preg_replace(): Compilation failed: subpattern name expected at offset 46
[phpBB Debug] PHP Warning: in file [ROOT]/includes/functions.php on line 4149: Cannot modify header information - headers already sent by (output started at [ROOT]/includes/functions.php:3027)
[phpBB Debug] PHP Warning: in file [ROOT]/includes/functions.php on line 4149: Cannot modify header information - headers already sent by (output started at [ROOT]/includes/functions.php:3027)
[phpBB Debug] PHP Warning: in file [ROOT]/includes/functions.php on line 4149: Cannot modify header information - headers already sent by (output started at [ROOT]/includes/functions.php:3027)
[phpBB Debug] PHP Warning: in file [ROOT]/includes/functions.php on line 4149: Cannot modify header information - headers already sent by (output started at [ROOT]/includes/functions.php:3027)
קאווע שטיבל • טראמפ לנו בבית המלך
בלאט 1 פון 1

טראמפ לנו בבית המלך

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 4:32 pm
דורך ציבעלע-קיגל
די גמרא זאגט אין מסכת מגילה דף ט"ו עמוד ב'... ת"ר מה ראתה אסתר שזימנה את המן? ענטפערט די גמרא אפאר ענטפערס, איינער זאגט אזוי און איינער זאעט אזי...

אבער איין ענטפער איז... ר' נחמי'...

זאגט די גמרא ר' נחמי' אומר כדי שלא יאמרו ישראל אחות לנו בבית המלך ויסיחו דעתן מן הרחמים...

די אידן דענסמאהל זענען געוועהן פונקט ווי היינט... (אסאך זאכען טוישען זיך נישט) מען דארף נישט מורא האבען פאר המן, אונז האבען אסתר, נאך דערצו זי איז א בנש"ק'טע פון א רעבישע משפחה, און נאך דערצו א קרוב מיט'ן רבי'ן (מרדכי).

טייערע ברודער... עס שפילט זיך איבער, איעדער זאגט דאס... אחות לנו בבית המלך, איוואנקא טראמפ איז איד... קאשנער איז א איד... און זיי זענען אפי' שומר שבת... און טראמפ אליין האט זייער ליעב די אידן און האט אויך זייער ליעב ארץ ישראל. און ער גייט... און ער וועט... און ער גייט... און ער וועט...

איך זאג נישט אז טראמפ איז א המן ח"ו, ער איז ב"ה נישט, אבער א גוי איז ער, און הלכה בידוע שעשיו שונא ליעקב גייט אן ביי א גוי אפי' זיין טאכטער האט זיך מגייר געוועהן... און מיר פארגעסן ח"ו פון באשעפער.

איך פיהר נישט דעם באשפערס חשבונות און איך בין נישט זיכער אז עס איז (פונקט) די זעלבע, אבער אז מען טראכט אריין א מינוט זעהט מען אז עס איז שוין געוועהן אמאהל און נישט אזוי לאנג צוריק, ביי אריק שרון. ווען ער איז געווארען פרעמיער פון ארץ ישראל האבען די ניטורי חרתא... אוי אנטשולדיגט, די אראבער ימ"ש געציטערט פאר איהם כמעט ווי פון ר' מאיר כהנא הי"ד. די אראבער ימ"ש געוועהן זיכער אז ער וועט זיי אלע אויסשחט'ן. און די אידעלעך איבער די גאנצע וועלט זענען געווען זיכער ביי זיך און שטאלץ און געזאגט אז יעצט זענען מיר פארזיכערט, און מען האט נישט וואס מורא צו האבען, אונז האבען א גבור, א העלד, א קנאקער...

און קוק וואס עס האט זיך אויסגעלאזט מיט איהם, א רשע א חי' א באנדיט...

עצה טובה קמ"ל... מען טאר נישט ח"ו פארגעסען פון אונזער באשעפער, אונזער טאטע און הימעל, מען דארף בעט'ן און בעט'ן און ווידער אמאהל בעט'ן און איינרייסען וועלטען...

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 7:09 pm
דורך מיש-נייעס
מיר האלטן נישט ביי דעם אז מען זאגט אויף טראמפן יש לנו אחות בבית המלך יעדענס הארץ צאפלט ביים עפענען די נייעס: וואס איז נעקסט אין וואסערע גיסטע איז אונזער פרעזידענט היינט אויפגעשטאנען, יעדער איז מתפלל אז עס זאל זיין גוט פאר יודן איך האב נאכנישט געזעהן אז מען זאל זיך פארלאזן אויף טראמפ,

אפילו פאר ישראל איז ער אויך נישט גוט אפילו ער האט ליעב ישראל אבער נאך דאס פעלט אונז אויס: א שגרורית אין ירושלים, און די שארפע ריטאריק מיט איראן... עס קומט איהם א טאמ"ס א"פ, אבער ווער ווייסט צו וואס עס גייט פיר'ן,
טא! מען זאל זאגן אז אידן פארלאזן זיך אויף איהם, ווייט נישט... אדרבה יעדער איז נאנטער צום אייבערשטן מען איז מתפלל בשלומה של מלכות

אפשר איז ער מער אחשווראש'דיג געשטימט מיט זיינע איגרות ראשונות און אחרונות (עקזעקעטי"ו ארדער'ס) יעדן טאג

איוואנקה איז פונקט גוט צו האלטן דעם טעמפא פון מוצאי שבת ביז ערב שבת אז ער זאל נישט ארויסגיין פון די גלייכגעוויכט, ווען עס געשעהנט אז טעראר אטאקע אין שוועדן... אדער ווען סי ען ען אדער טורק קומט איהם אינטערוויוען
עד כאן

Re: טראמפ לנו בבית המלך

נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 7:59 am
דורך מפוזרי
יעל און יואל חיים זענען אסאך שטערקער און נענטער ביים פרעזידענט ווי א קעניגין ביי א פערסישער קעניג.
אזא אחות בבית המלך איז נאכנישט געווען.
אבער ווער ווייסט אויב ס'איז אחות 'לנו', זײ זענען אונז זיכער ווייניגער געטריי ווי אסתר.

נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:45 pm
דורך כלבאשבוע
Ivanka and Jared get a rabbinical pass to fly Air Force One

Ivanka Trump and Jared Kushner will be flying aboard Air Force One to Saudi Arabia with President Donald Trump on Friday, after receiving a rabbinical dispensation to travel on the Jewish Sabbath, according to a White House official.

http://www.politico.com/story/2017/05/1 ... bat-238586

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 12:08 am
דורך תורה ומדע
יש דברים בגו,, אבער דאס נעמט נישט אוועק דער פאטענציאל אקקאמפלישמענטס פארן אידישען פאלק וואס איז בא האלטען אין זיין פרעזידענסי.

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 12:17 am
דורך שמעקעדיג
סאודי לאזט דען אריין אידן אין לאנד?

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 1:10 am
דורך שמעון וואלף
שמעקעדיג האט געשריבן:סאודי לאזט דען אריין אידן אין לאנד?


קען זיין זיי האלטן אזוי ווי די הו"א פון די רבנות אז איוואנקא'ס גירות איז טויג נישט

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 9:03 am
דורך געוואלדיג
סעודיע אפיציעל האבן א פראבלעם נאר מיט מדינת ישראל בירגער נישט מיט אידן אין אלגעמיין,
איך וואונדער מיר נאר צו עס איז פארהאן עפעס אויף וואס זיי רעסיוון נישט א ראביניקל עקזעמפשן...

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 10:03 am
דורך [NAMELESS]
אייגנטליך וואס איז לכתחילה דער איסור? מיט וואס איז דאס אנדערש ווי א מפליג בספינה? מאכט דען אויס די משהו וואג פון די צוויי אידן אויפן פליגער אויף די כמות גאזאלין וואס די פליגער פארנוצט? און אפילו אויב יא, איז דען דאס אסור?

Re: טראמפ לנו בבית המלך

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 10:42 am
דורך גר ותושב
ריכטיג האט געשריבן:אייגנטליך וואס איז לכתחילה דער איסור? מיט וואס איז דאס אנדערש ווי א מפליג בספינה? מאכט דען אויס די משהו וואג פון די צוויי אידן אויפן פליגער אויף די כמות גאזאלין וואס די פליגער פארנוצט? און אפילו אויב יא, איז דען דאס אסור?

המפליג בספינה איז אויך אסור ערב שבת אויך איך געדעינק גוט.

נשלח: מוצ"ש מאי 20, 2017 10:32 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט

נשלח: זונטאג מאי 21, 2017 10:49 am
דורך איך אויך
??

נשלח: זונטאג מאי 21, 2017 11:31 am
דורך berlbalaguleh
ריכטיג האט געשריבן:אייגנטליך וואס איז לכתחילה דער איסור? מיט וואס איז דאס אנדערש ווי א מפליג בספינה? מאכט דען אויס די משהו וואג פון די צוויי אידן אויפן פליגער אויף די כמות גאזאלין וואס די פליגער פארנוצט? און אפילו אויב יא, איז דען דאס אסור?

ריכטיג: מ'קען אויף אלעם טרעפן היתרים און דיספענסאציעס. למשל אויף עסן חזיר. איז לכאורה נישט אזוי הארב. ווייל ער האט דאך איינס פון די סימני טהרה. ער איז מפריס פרסה. ר'האט כשר'ע חזיר פיסלעך. איז דאך שוין 50% פון פראבלעם געסאלוו'ד. איבער די אנדערע העלפט עמיר זאגן..."פלגא עליי ופלגא עלך"... איז דאך נאר איבערגעבליבן 25%. נו מיט די 25% עמיר זיך שוין אן עצה געבן. די לעידי ראבייס אין ראביי אבי ווייס'ס חובבי תורה וועללן שוין עפעס טרעפן א היתר. אז ס'ווערט בטל בששים . ווייל ס'איז דאך דא א סאך קעמיקל און ארטיפישיעל אינגרידיענטס און פריזוירוועטיווס...! חוץ דעם. דער גאנצער איסור פון עסן חזיר איז נאר געווען אין מדבר, ווען ס'איז נישט געווען קיין געהעריגע קאכן מעטאדן. אדער רעפרידזשערעישן. אבער היינט איז עס נאר מדרבנן. אלס זכר ליציאת מצרים...! און לגבי שבת. איז דאך דא א פשוט'ער היתר..."אין תחומין למעלה מעשרה"... און אויב ס'איז נישט דא אזא מאמר חז"ל אדער הלכה. האביך עס יעצט אויפגעמאכט..! איך בין מקנא דעם ראביי פון ווייסן הויז. איך וואלט אויך געקענט טון אזא גוטן דזשאב...! איך ארבעט שוין אויפ'ן היתר פאר די דזשוניאר פוירסט קאפל צו מעגן עסן אום יום כיפור...!

נשלח: זונטאג מאי 21, 2017 5:27 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ר' בערל, א שיינע תשובה. מ'קען מוסיף זיין, אז וויבאלד זיי זענען זיכער נישט געפארן פאר זייערע אייגענע אינטערעסן, נאר פשוט געגאנגען שתדל'ן ביי די מלוכה אז זיי זאלן מער נישט שטיצן קיין טעראר קעגן אידן, ממילא איז דאך שוין פקוח נפש אויך דא דערביי, אולי.