בלאט 1 פון 1
ברייטבארט עדיטאר רעזיגנירט אדאנק חסידישע טוויטער אקאונט!!
נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 11:55 pm
דורך [NAMELESS]
די נייעס האט מען געהערט אין גרויסן. מילא יאנאפאלאס, עדיטאר פון קאנסערוואטיוו ברייטבארט סייט האט געמוזט רעזיינען נאכדעם וואס ס'איז ארויסגעקומען א ווידיאו ווי ער פארטיידיקט פעדאפיליע.
די טוויטער אקאונט וואס האט דאס גע'ליק'ט איז @reaganbattalion.
יעצט הערט מען די דראמאטישע נייעס אז די טוויטער אקאונט ווערט אנגעפירט דורך א היימישע יונגערמאן!!
אינטערסאנט ווי אין איין וואך זענען די פיצי חסידישע קאמיוניטי אזוי סאך אין די פראמינענטע נייעס.
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 2:52 am
דורך שבת אחים
מילא יאנאפאלאס איז א צודייטער רעכטער. לדעתי פעלט אים א היפּשע פּאָר שראַפלעך. א רעכטער וואס איז גימ״ל. גאו פיגער...
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 4:17 am
דורך החוקר
שבת אחים האט געשריבן:מילא יאנאפאלאס איז א צודייטער רעכטער. לדעתי פעלט אים א היפּשע פּאָר שראַפלעך. א רעכטער וואס איז גימ״ל. גאו פיגער...
האסט פארגעסן איין דעטאל, א
אידישער אלט-רעכטער וואס איז גימ"ל. און נאך איין זאך, ער האלט אז גימלע"ך דארפן צוריק גיין אין די קלאזעט. גאו פיגער...
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 8:26 am
דורך כלבאשבוע
лпم iοوԴ האט געשריבן:יעצט הערט מען די דראמאטישע נייעס אז די טוויטער אקאונט ווערט אנגעפירט דורך א היימישע יונגערמאן!!
לויטן ארטיקל ווערט עס אנגעפירט דורך פיר באזונדערע מענטשן און קיין איינער פון זיי איז נישט אידענטיפיצירט אלס חסידיש אדער אידיש, דאס יא, יוסי געשטעטנער איז זייער ווארטזאגער
https://m.mic.com/articles/169118/exclu ... .YsALr2xRK
Re: ברייטבארט עדיטאר רעזיגנירט אדאנק חסידישע טוויטער אקאונט!
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 9:07 am
דורך דעת תורה
די נעמען זענען - מזל'דיג פאר זיי - נישט אין די גאס - דערווייל. זעהט אבער אויס די היימישע גאס ווייסט יא ווער זיי זענען.
פונעם פאקט אז זיי האבן געהייערט יוסי געשטעטנער, איז גאנץ א שטארקע אנדייטונג אז זיי זענען היימישע.
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 11:19 am
דורך יואליש
פארשטייט זיך אז די "ארבעה בנים" וואס יאסי ספינט איז צו פארמישן די שטן פון דעם איינעם אינגערמאן, וועלכער פחד'נט אוועק אז די ריט פון די אלט-רייט וועט זיך היצט נעמען איבער זיינע ביינער. ס'איז אומ'אחריות'דיג פאר ווער ס'ווייסט די נאמען צו עס פובליצירן. און ס'איז בעסער פאר אונז אלע איז די "חסידישע" עלעמענט בלייבט ארויס פון די באריכטן. ווען מ'דיעלט מיט די אלט-רייט איז טאקע בעסער פנו לכם צפונה.
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 3:52 pm
דורך יעקב מענטש
איך עגרי מיט דיר, אבער פארוואס פונקטליך זענען די אלט-רייט ארגער ווי די לינקע מאב ?
יעדנספאל, איז בעסער אז אונז זעמיר נישט אין די ספאטלייט, לטב ולמוטב!
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 4:32 pm
דורך שבת אחים
זעט אויס האסט נאכנישט געכאפט די חילוק. זאג, וואלסטוך אנגעהויבן מיט א מענטש וואס הונדערט גאנס אין זיין לעדל??? מיט מענטשן וואס האבן מורא צוגיין אין א קאפע־הויז אן געווער???

האסט שוין אמאל געהערט פון א "היפסטאר האלד-אפ"? איך נאכנישט.
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 5:30 pm
דורך [NAMELESS]
יא! ווייל דער מיט די גאנ'ס זענען שוין אריבער בעקגראונד טשעקס, אבער די היפסטערס אן די גאן נישט...

נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 6:16 pm
דורך [NAMELESS]
יעקב מענטש האט געשריבן:יעדנספאל, איז בעסער אז אונז זעמיר נישט אין די ספאטלייט, לטב ולמוטב!
פארוואס איז בעסער אז מיר זענען נישט אין די ספאט לייט? אפשר ווען מיר זענען אין די ספאט לייט וועט זיך איינער קימערן מיט אונז, אפשר ווען מיר וואלטן ווען געווען אין די ספאט לייט ביים צווייטן וועלט קריג וואלט זיך איינער געקראצט פאר אונז, ס׳איז געווארן עפעס אזא תורה שלימה קעגן ספאט לייטס, וואס האט אידישקייט קעגן ספאט לייטס? דער איסור קען נישט זיין צו אלט, עכ״פ נישט עלטער פון טאמעס עדיסאן.
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 7:10 pm
דורך יואליש
כ'האב גערעדט פראקטיש, נישט השקפה'דיג. כ'וואלט נישט געוואלט זיין א טארגעט פאר די ברייטבארד בריגאדע און כ'ווינטש עס נישט פאר דעם (((אינגערמאן))).
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 8:17 pm
דורך מיש-נייעס
לאמיר האפן אז עס וועט זיי דינען א לעקציע אכטונג צו געבן ווי אזוי זיי דעקן חרדים אין די מידיא
דאס איז איינמאל זיכער אז ווען די אלע פראקציעס אין כלל ישראל וואלטן זיך צאמגענומען וואלטן זיי נישט געקענט האבן קיין שום שליטה
וואס קען מען טון יעדער גייט מיט זיין אג'נדה נישט טראכטענדיג אז ער צוטיילט כלל ישראל און דאס שוואכט אפ אונזער כח
נשלח: פרייטאג פעברואר 24, 2017 12:43 pm
דורך יעקב מענטש
יואליש האט געשריבן:כ'האב גערעדט פראקטיש, נישט השקפה'דיג. כ'וואלט נישט געוואלט זיין א טארגעט פאר די ברייטבארד בריגאדע און כ'ווינטש עס נישט פאר דעם (((אינגערמאן))).
דו רעדסט וואס איז שייך לגבי דעם ספעציפישען פאל.
איך רעד בכלליות.
אלץ א פאלק וואס האט א היסטאריע פון ווערן גערודפ'ט איבעראל ווי זיי זענען נאר געווארן גרויס, (מיינסט טאקע אז אזא פאנטאזיע ווי די עלדערס אף ציון, וואלט זיך אפי' געקענט אויסארבעטן אויף די שווארצע קאמיוניטי ? מ'דארף האבן דעם אידישן רייך/מוצלח/קלוג/סוקסעספול סטיריאטייפ צו קענען שטופן אזא קאנספיראציע), איז ערוועקן קנאה פון די שכינים די לעצטע זאך וואס אונז דארפן.