בלאט 1 פון 2
וועלעכער פיש איז בעסער: סעלמאן אדער ווייט
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 12:47 am
דורך moshav zekeinim
עס וועט כמעט יעדער מודה זיין אז עס איז כמעט נישטא קיין גרעסערער תענוג ווי די שבת'דיגע אכילה. ספעציעל די פרייטוג צונאכטץ ערשטע געריכטן ווען מען ברויך נאך נישט דעם נשמה יתרה צום אפעטיט. אכילה איז נישט די ריכטיגער ווארט, שטיקער מן אין פארעם פון ראפאגאש, סלייסד פיש, קאטשיניו, יועך (פאר די גאליציאנע), מיטן אויסנאם אז זיי ווערן אויס'געמייכנט לסוף. אונטערן שיין פונעם פול ביילאכטענעם שענדעליער און בליטשקעדיגע זילבער און גלאזווארג, נאך א ברייטן האכעריי א שלום עלכם און קידוש איבער א קדם פארוויקלט אין רעזשעוואולקע, גיט מען זיך א כאפ דאס גאלדן פריש הערצל איבער א ראפאגאש באטונקען מיט די מן'יגע פיש און דיפ'ס, אז נאר צדיקים אין גן עדן עם עטרותיהם בראשהם קענען אזא טעם שפירן. די פארפל מיט די אלע שמות הקדושים די ארבע צומות אונטערן וואקלדיגן מעלאדיע פון תנו שבח און ליבי איז שוין פארן נשמה יתרה'ס מאגן אליינס.
איין חילוקי דעות איז אבער דאכט זיך יא פארהאן, דאס איז איבער דעם סארט פיש, חד אמר אז סעלמאן, דאס איז דער פיש וואס מען האט אונז אנגעבאטן פון גן עדן, וחד אמר אז ניין, ווייט פיש דאס איז דער פיש בהא הידועה וואס קיין בעסערע שידוך מיט ראפאגאש איז נישט פארהאן.
וואס איז אייער מיינונג מיינע טייערע פריינד?
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 12:51 am
דורך שטילע אינגערמאן
/
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 1:13 am
דורך קורקלענד
זיי זאגן אז אונזערע סעלמאן איז פאלש סייווי. ס'נאר פינק פו קאַלערינג נישט פון שווימען קעגן די שטרום.
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 1:15 am
דורך moshav zekeinim
אה, דו הייבסט שוין רעדן פון שווימען קעגן דעם שטראם...
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 1:16 am
דורך [NAMELESS]
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:/
העלא [tag]שטילע אינגערמאן[/tag], זיי מיר נישט אזוי שטיל, וואסע נייעס? איך ווארט צו הערן פון דיר, כ׳האב געליינט מיט דורשט דיינע אלטע תגובות און אשכולות.
אוי כ׳האב שיעור נישט פארגעסן אז דער אשכול איז בנוגע פיש.... נו טאקע וועלכע פיש.... דער אמת איז הו קעירס....
אבער שטילע, ווען קומט די המשך פונעם אלטן פון גאליציע?
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 1:35 am
דורך קומזיץ
איך האב אנגעהויבן שפירן ממש ווי פרייטיג צו נאכט'ס אהיימקומענדיג פון שוהל באגלייט מיט די מלאכים ביז...די קדם וויין , איר קענט מיר זאגן ווער מאכט נאך קידוש היינט אויף קדם? זענט אויס איר זענט נאך פון די זקינים , און איך הייב שוין אן צו טראכטן אז טאקע די קדם וויין איז שולדיג איר האט פארלוירן אייער טעם און אידישקייט , איטס נעווער טא לעט מושב דעיע וואך האנדלט אייך אן א וויין א בן שבעים דולר ולמעלה נישט ווייניגער פון אייער יארגאנג און עס וועט מקוים ווערן וואס שטייט ומחה ה' דמעה מעל כל פנים .. משנכנס אדר מרבים בשמחה!
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 7:21 am
דורך אישתישבי
קדם וויין איז גראדע גאר גוט, דער וואס פארשטייט פארשטייט, די אלע אינגעלייטלעך וואס שאפען זיך טייערע וויינען פאר גארנישט, נאר עס זאל הייסען אז דער חכם פארשטייט צו וויין.
Re: וועלעכער פיש איז בעסער: סעלמאן אדער ווייט
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 7:39 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פתח בפיש וסיים בוויין.....
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 10:25 am
דורך שמעקעדיג
נישט שייך צו מאכן אן אנקעטע אויף א ענין וואס האט צו טון מיט טעיסט, כידוע על טעם וריח - אין להתווכח.
אבער די פיש געשעפטן פארקויפן היינטיגע טעג לכה"פ 90٪ סעלמאן.
Re: וועלעכער פיש איז בעסער: סעלמאן אדער ווייט
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 10:29 am
דורך גראף
אולי wild caught salmon איז בעסער פון ווייט פיש. אדערווייז בלייב איך מיט געפילטע פיש!
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 10:41 am
דורך כלבאשבוע
לאן הגענו
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 10:52 am
דורך קורקלענד
moshav zekeinim האט געשריבן:אה, דו הייבסט שוין רעדן פון שווימען קעגן דעם שטראם...
יא יא. די שטראם פארט יעצט אטד. אין די וועקער האט איינער עפעס געשריבן אן ארטיקל אז אפי' מיט יארן צוריק איז די שטראם געווען קיין השכלה.
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 11:19 am
דורך אישתישבי
כידוע פירען זיך חסידים צו עסען סעלמאן פיש, וואס ווערט דערמאנט אין ספה"ק מאור ושמש די גרויסע ענין פין עסען דוקא די סעלמאן פיש.
און אפילו עס איז היינט שוין נישט נאטורליך די וואס שווימען קעגען די שטראם, זענען זיי דאך אייניקלעך פין די פיש וואס פלעגען דאס טוהן, והמבין יבין.
Re: וועלעכער פיש איז בעסער: סעלמאן אדער ווייט
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 3:50 pm
דורך דורכגעטראכטער
קורקלענד האט געשריבן:זיי זאגן אז אונזערע סעלמאן איז פאלש סייווי. ס'נאר פינק פו קאַלערינג נישט פון שווימען קעגן די שטרום.
נישט נאר איז עס פרוכט קאלערינג נאר די פיש איז באמת נישט קיין פיש ס'איז באמת קישקע וואס זיי מאכט עס ספעציעל אז ס'זאל אויסזען ווי סעלמאן פיש.
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 7:03 pm
דורך אישתישבי
און די רבנים האבן א יד אחת מיט די קישקע מאכערס און זיי אסר'ן די ווילדע געכאפט סעלמאן.
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 9:12 pm
דורך moshav zekeinim
שמעקעדיג האט געשריבן:די פיש געשעפטן פארקויפן היינטיגע טעג לכה"פ 90٪ סעלמאן.
עד כדי כך?
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 9:20 pm
דורך moshav zekeinim
איך מיין אז מיט צוואנציג יאר צוריק איז ווייט געווען מער גאנגבאר אין ניו יארק ווי סעלמאן. אין אייראפא איז סעלמאן שוין פון א סך פריער געווען דער מעדן המדינה. אין ארץ ישראל ווייס איך נישט.
איך געדענט אלס קינד ווי איין ערב שבת אין מקווה האבן צוויי פיש סוחרים געמיטליך זיך גע'טענה'ט איבער די געשמאק פון סעלמאן און ווייט.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 6:31 am
דורך אישתישבי
אין ארץ ישראל איז כמעט נישטא קיין ווייט.
עס איז נאר דא סעלמאן וואס זיי מאכן אליין אין פארמס.
די געפילטע פיש אין ארץ־ישׂראל איז נישט גוט, ווייל געפילטע איז בעסער פון ווייט.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 8:01 am
דורך שמעקעדיג
אין ארץ ישראל עסט מען בעיקר קלענערע קארפ פישלעך, סעלמאן איז נישט אזוי מצוי און אויפגעכאפט ווי אין אמעריקע.
געפילטע פיש האב איך נאר ליב ווייט (ס'איז נישט באמת ווייט, על פי מיין פיש סוחר, נאר ווייט געמישט מיט "מאללעט" און צומאל מיט פייק), סעלמאן געפילטע גייט שוואך.
אז מען רעדט פון געפילטע פיש, ווי קען מען פארגעסן פון די בעסטע [tag]געפילטע פיש[/tag]... זכרנו ימים מקדם. מי יתן לנו תמורתו...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 9:31 am
דורך געפילטע פיש
העלאו שמעקעדיג, ס'מאכסטע?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 4:22 pm
דורך שבת אחים
געפילטע פיש האט געשריבן:העלאו שמעקעדיג, ס'מאכסטע?
דער פיש האט זיך פיינעלי גענומען רעדן, נוסח סקווירא...ווי וואנט מאאר!. אוי!, די גיטע טעם פון די אמאליגע [tag]געפילטע פיש[/tag] איז טיעף איינגעקריצט אין אונזער ביינער!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 4:51 pm
דורך געפילטע פיש
מאכסט מיר בלאשן, שבת. דער וועקער האט מיך אויפגעוועקט, איך בין woke.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 7:39 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:העלאו שמעקעדיג, ס'מאכסטע?
אה ב"ה, נישט געגלייבט אז דו וועסט זיך דא באווייזן...
אויס מיט די הילערי אוואטאר, וואטס נעקסט?
בלייב דא אביסל מיט אונז, אל נא תעזוב אותנו!