בלאט 1 פון 1

לאטערי געווינס

נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 2:05 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער פאוערבאלל לאטטערי שטייט יעצט העכער פיהר הונדרעט מיליאן דאללאר.

וואס וואלטסטו געטוהן מיט דער געלט? וויאזוי וואלט דיין לעבען געטוישט מיט אזא סומע געלט? ווי ווייט האלטסטו אין דער פאנטאזיא?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 3:06 pm
דורך איש את רעהו
איך ווער נעקסט פרעזידענט נאך טראמפ

נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 3:11 pm
דורך וואלווי
יעצט וועסטו האבן 6 דאלער פאר די וועקער

נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 3:16 pm
דורך ונבנתה העיר

נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 3:32 pm
דורך היסטאריקער
from yesterday' der yid email

ירושלימ'ער פארפאלק געווינט אסטראנאמישע לאטעריע

ירושלים – א חרדישע קינדער-געבענטשטע פאמיליע אין ירושלים האט געוואונען אן אסטראנאמישע לאטעריע פון 12.5 מיליאן ש"ח, וואס באטרעפט ארום 3.3 מיליאן אמעריקאנער דאלער. לויט ווי דער פאטער דערציילט, קויפט ער געווענליך נישט קיין לאטעריעס, נאר יעצט האט ער באשלאסן איינצוקויפן א לאטעריע נאכ'ן באקומען א טייערן עלעקטעריציטעט ביל, האפנדיג צו געווינען כאטש א פאר הונדערט דאלער עס צו קענען באצאלן. עס איז געווען בלויז דאס דריטע מאל אין זיין לעבן וואס דער יונגערמאן האט געקויפט א לאטעריע, און צו זיין גרויס שאק, האט ער געוואונען די אסטראנאמישע סומע פון 3.3 מיליאן דאלער! דער יונגערמאן זאגט אז זיין ערשטער פלאן איז אפצוצאלן אלע זיינע חובות און בילס, דערנאך וועט ער זיך ארויסלאזן אויף א רייזע צו קברי צדיקים איבער דער וועלט, און זיין ערשטע נסיעה וועט זיין קיין אומאן, אוקראינע, וואו עס ליגט דער צדיק הרה"ק רבי נחמן פון ברסלב זי"ע.

נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 4:51 pm
דורך איש את רעהו
וואלווי האט געשריבן:יעצט וועסטו האבן 6 דאלער פאר די וועקער

אלץ פרעזידענט האב איך נישט צייט צו ליינען מאמרים פון מענטשן וואס אילוזירען צו טוישען די וועלט
דעמאלטס דארף מען טון צום זאך, און לעבן אין ריאלעטי.

Re: לאטערי געווינס

נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 8:51 pm
דורך גר ותושב
איש את רעהו האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:יעצט וועסטו האבן 6 דאלער פאר די וועקער

אלץ פרעזידענט האב איך נישט צייט צו ליינען מאמרים פון מענטשן וואס אילוזירען צו טוישען די וועלט
דעמאלטס דארף מען טון צום זאך, און לעבן אין ריאלעטי.

הלוואי אויף טראמפ געזאגט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 1:06 am
דורך איסר האטלקי
היסטאריקער האט געשריבן:from yesterday' der yid email

ירושלימ'ער פארפאלק געווינט אסטראנאמישע לאטעריע
דער יונגערמאן זאגט אז זיין ערשטער פלאן איז אפצוצאלן אלע זיינע חובות און בילס,.

דערמאנט מיר די מעשה פון דער איזראעלי וואס האט דעם לאטערי פון א מיליאן טאלער געוואונען, א חבר זיינער רופט אים אן און פרעגט אים וואס ער פלאנט צו טון מיט דאס געלט, ער ענטפערט, וואס הייסט, קודם דארף איך באצאלן אלע מיינע חובות.
פרעגט אים דער חבר ווייטער: "און וואס וועסטו טון מיט די איבריגע?", ענטפערט ער מיט א פשטות: "די איבריגע וועלן מוזן ווארטן אויפן קומענדיגן לאטערי...".

Re: לאטערי געווינס

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 2:44 pm
דורך קלוגע יודל
מענין לענין, פארוואס קען מען נישט קויפן די לאטערי אנליין?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 3:31 pm
דורך איסר האטלקי
קלוגע יודל האט געשריבן:מענין לענין, פארוואס קען מען נישט קויפן די לאטערי אנליין?

נאך איין מזל, מיין באנק קאנטע וואלט שוין געווען מיט אפאר טויזנט דאלער הונטערשטעליג.....

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 5:17 pm
דורך היסטאריקער
קלוגע יודל האט געשריבן:מענין לענין, פארוואס קען מען נישט קויפן די לאטערי אנליין?


sure you can
http://nylottery.ny.gov/wps/portal/Home ... scriptions

Re: לאטערי געווינס

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 5:34 pm
דורך קלוגע יודל
היסטאריקער האט געשריבן:
קלוגע יודל האט געשריבן:מענין לענין, פארוואס קען מען נישט קויפן די לאטערי אנליין?


sure you can
http://nylottery.ny.gov/wps/portal/Home ... scriptions

דאס איז נאר פאר סאבסקריבשען, די קענסט אבער נישט קויפן איינצעלע

Re: לאטערי געווינס

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 6:19 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אויפגעוועקט לכבוד הענין

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:37 am
דורך [NAMELESS]
לאטערי מן התורה מנין