בלאט 1 פון 2

פינף יאר קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 2:31 pm
דורך מפוזרי
איך זע אז דער עולם האט זיך מעטשאורט, מ'מאכט שוין נישט קיין עסק פון בירטהדעיס.
פארצייטנס האט מען זיך שטארק געקאכט דערין.

עכ"פ, פאר ווער ס'איז נייגעריג, פינף יאר צוריק אויף פעברואר 23 2012 למספרם האט זיך די ערשטע ניק ה"ה @אדמיניסטראטאר שיחיה, איינגעשריבן בשעה טובה.
די איינציגסטע פון די סאמע ערשטע ניקס וואס איז נאך היינט אקטיוו, איז @טאמבל סאס שיחיה.

פארשטייט זיך אז דאס איז ווען מען רעכנט נישט די וואס האבן זיך געטוישט די ניקס.

מ'האלט שוין העכער פון אכצן הונדערט ניקס, מיין השערה איז אז דאס מיינט בערך פינף הונדערט מענטשן. אקטיוו זענען מסתמא נישט געווען מער ווי צוויי הונדערט.

פאר איינער וואס נישטערט ארום אין די קעלערן, וועט געוויס זיין אינטערעסאנט צו
באמערקן ווי דער שטיבל און די מענטשן וואס דרייען זיך דא, עוואלוון.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 2:50 pm
דורך [NAMELESS]
אפשר וועט מען מאכן א גרעסערע עסק פונעם יארטאג פונעם פאראיאריגן איבערקערעניש נישט מער געדאכט, השם ישמרנו.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 4:08 pm
דורך איש את רעהו
ריכטיג האט געשריבן:אפשר וועט מען מאכן א גרעסערע עסק פונעם יארטאג פונעם פאראיאריגן איבערקערעניש נישט מער געדאכט, השם ישמרנו.

האט באמת געדראעט א אפשפארונג פלאן?
אדער איז עס געווען צו אויפפרישען דעם עולם

האט דער ערשיינונג פינעם וועקער אויסגאבע א שייכות צום סטראשונקע פון פאריאר ?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 5:16 pm
דורך דולה ומשקה
אין ווייניגער ווי צוויי וואכען שפעטער פון יענעם פעברואר 23 האט זיך דולה ומשקה אריין געשריבען ומאז לא מש מתוך האוהל.

יאך געדענק ווען [tag]טאמבל סאס[/tag] איז אריין געקומען צוויי טאג שפעטער, ער האט ממש נישט געהאט אויף צו רעאגירען, וויפיל אשכולות זענען געוועהן די ערשטע שטיק צייט מ'קען ציילען אויף דער פינגער...

ווי שטארק מ'האט זיך געפרייט אויף יעדע ניי געבוירענע ניק, על אחת כמה וכמה ווען א ניק האט אונז צוליב געטוהן און געשריבען א ווארט... פשיהאאאא ווי זאכען האבן זיך גערוקט... ברוך השם.

איך קען א סאך פארציילען איבער יענער ערשטע חדשים [און יאר] האבן אויסגעזעהן...
ווען דער ערשטע ניק האט דערגרייכט דער אסטראנאמישע סומע פון 50 תגובות... וכו' וכו'

אבער איין זאך גיי איך יא זאגען אז א [tag]אבטולמוס[/tag] איז דאן נאך נישט געוועהן...

Re: פינף יאר קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 6:39 pm
דורך טאמבל סאס
איניש געפילטע פיש פריער?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

Re: פינף יאר קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 6:40 pm
דורך טאמבל סאס
נע אלע האבן געטוישט נעמען. איך האב שוין צוריקגענומען מיין ארגינעלע. אהיה אשר אהיה יהיה מה שיהיה.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

Re: פינף יאר קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 6:57 pm
דורך מפוזרי
איך בעט אייך איבער ר' דולה, כ'האב געזען אז איר זענט דא געווען בעפאר טאמבל סאס, אבער איך האב נישט גערעכנט אז איר האלט זיך אקטיוו.

נו, אפשר דערציילט איר טאקע זכרונות פון אמאל און אייער טעיק אויפ'ן שטיבלס עוואלוציע?

נאך איינער פון די סאמע ערשטע איז @געפילטע פיש, און ער איז גראדע פונקט היינט געווען דא, אבער פארט איז ער (ליידער) נישט מער אקטיוו.

נאך איינער איז @ידען, ער קריכט נאך אמאל אריין אין מאחורי, אבער כנראה האט ער זיך פארעלטערט, וכוחותיו אינם עומדים לו וישען על ביתו.

נאך איינער איז דער כעלעם'ער מגיד, ער האט זיך אפילו באוויזן אינעם לעצטן וועקער מיט א הערליך שטיקל, אבל גדר גדר בעדו נישט אריבערצוגיין דעם מספר אלף, ממילא איז ער סטאָק.

Re: פינף יאר קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 7:06 pm
דורך החוקר
מפוזרי האט געשריבן:מ'האלט שוין העכער פון אכצן הונדערט ניקס, מיין השערה איז אז דאס מיינט בערך פינף הונדערט מענטשן. אקטיוו זענען מסתמא נישט געווען מער ווי צוויי הונדערט.

וואס איז די סיבה איינער זאל האבן 3-4 ניק'ס?

Re: פינף יאר קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 7:57 pm
דורך מפוזרי
איינס איז דער הויפט ניק וואס אונטער דעם שטעלט מען זיך פאר אלס חכם ונבון וטוב מזג.

די צווייטע איז פאר ווען מ'וויל זיך לאזן הערן מיט א פארקערטע שטימע, נישט אין איינקלאנג מיטן הויפט זעלבסט אדאפטירטן ליניע.

די דריטע האלט מען פאר ספעציעלע מאמענטן.

די פערטע נוצט מען ווען מען וויל איינעם אראפרייסן אויף אן אופן וואס פאסט זיך נישט פאר'ן הויפט מכובד'יגן ניק.

די פינפטע איז פאר צימעס. מיט דעם שיצט מען אויף די חסידות און מ'איז מקפיד צו שרייבן גרייזיג כדי לערבב השטן.

די זעקסטע איז עקסלוסיוו פאר מאחורי הפרגוד. צום סוף קומט מען אבער ממילא אריין אנאנים..

ואחרי ככלות הכל, מאכט זיך אמאל א חשש גילוי, מאכט מען א נייער ניק צו ערזעצן דעם ערשטן.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 8:18 pm
דורך מיש-נייעס
מפוזרי האט געשריבן:
מ'האלט שוין העכער פון אכצן הונדערט ניקס, מיין השערה איז אז דאס מיינט בערך פינף הונדערט מענטשן. אקטיוו זענען מסתמא נישט געווען מער ווי צוויי הונדערט.

.


שוין לאנג נישט גיעזעהן אזא גוטע שאץ... איך האלט אז דו וואלסט פאראויסגעזעהן טראמפס געווינס... :lol:

Re: פינף יאר קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 8:24 pm
דורך מפוזרי
איך האב עס טאקע פאראויסגעזען.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 9:16 pm
דורך קורקלענד
מפוזרי האט געשריבן:ואחרי ככלות הכל, מאכט זיך אמאל א חשש גילוי, מאכט מען א נייער ניק צו ערזעצן דעם ערשטן.

וואס איז געווען @מפוזרי'ס ערשטע ניק פינף יאר צוריק?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 9:32 pm
דורך [NAMELESS]
דוכט זיך אז @יואליש איז אויך פון די עשרה ראשונים און איז גאנץ אקטיוו דא

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:07 pm
דורך החוקר
מפוזרי האט געשריבן:איינס איז דער הויפט ניק וואס אונטער דעם שטעלט מען זיך פאר אלס חכם ונבון וטוב מזג.
די צווייטע איז פאר ווען מ'וויל זיך לאזן הערן מיט א פארקערטע שטימע, נישט אין איינקלאנג מיטן הויפט זעלבסט אדאפטירטן ליניע.

אויב איז די ערשטע ניק אזא חכם ונבון ווי קומט צו אים פארקערטע מיינונגען, וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט חכמה.
מפוזרי האט געשריבן:די דריטע האלט מען פאר ספעציעלע מאמענטן.

ווי למשל??? א חתונה? ווען די ווייב איז אין "אנדערע אומשטענדן?"
מפוזרי האט געשריבן:די פערטע נוצט מען ווען מען וויל איינעם אראפרייסן אויף אן אופן וואס פאסט זיך נישט פאר'ן הויפט מכובד'יגן ניק.

ווי קומט טאקע פאר אזא הויך געשפיצטע שטאטסמאן און געלערנטער, ארויסצוגיין פון די גלייזן אומבאהערשט. עס קען דאך פשוט נישט זיין. דברי חכמים בנחת נשמעין
מפוזרי האט געשריבן:די פינפטע איז פאר צימעס. מיט דעם שיצט מען אויף די חסידות און מ'איז מקפיד צו שרייבן גרייזיג כדי לערבב השטן.

אויב די חסידות קען זיך נישט אליינס פארטיידיגן, זענען זיי דאך נישט פארטיידיגבאר.
מפוזרי האט געשריבן:די זעקסטע איז עקסלוסיוו פאר מאחורי הפרגוד. צום סוף קומט מען אבער ממילא אריין אנאנים..

הַדְרָא קוּשְׁיָא לְדּוּכְתָּא.
מפוזרי האט געשריבן:ואחרי ככלות הכל, מאכט זיך אמאל א חשש גילוי, מאכט מען א נייער ניק צו ערזעצן דעם ערשטן.
האלט מען דאך הערשט ביי צוויי.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:38 pm
דורך קורקלענד
החוקר האט געשריבן:הַדְרָא קוּשְׁיָא לְדּוּכְתָּא.

פארוואס האסטו געמיינט אז פונקט דא וועל איך דארפן צוקומען צו נקידות?

Re: פינף יאר קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:54 pm
דורך החוקר
קורקלענד האט געשריבן:
החוקר האט געשריבן:הַדְרָא קוּשְׁיָא לְדּוּכְתָּא.

פארוואס האסטו געמיינט אז פונקט דא וועל איך דארפן צוקומען צו נקידות?

אראמישע ווערטער קען זיין שווערער צו לעזן.

נשלח: פרייטאג פעברואר 24, 2017 1:01 am
דורך איש את רעהו
ווער זענען די הויפט נעדרים פון יענע תקופה?
איך געדענק
memberlist.php?mode=viewprofile&u=186
memberlist.php?mode=viewprofile&u=56
ביי אים שטייט יעצט:
זיך רעגיסטרירט:דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט באזוכט צום לעצט:דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 12:38 pm
memberlist.php?mode=viewprofile&u=63
memberlist.php?mode=viewprofile&u=66

Re: פינף יאר קאווע שטיבל

נשלח: פרייטאג פעברואר 24, 2017 1:31 am
דורך קל וחומר
איך קען מעיד זיין אויף מיין ניק שלא שינה את שמו ב"ה.
(אינגאנצן אמת איז עס נישט, ווייל פאר א תקופה פון ארום צוויי וואכן האב איך גענוצט א צווייטע ניק מטעם הכמוס, אבער נישט אויף דעות אדער אראפרייסן א צווייטן חלילה)

Re: פינף יאר קאווע שטיבל

נשלח: פרייטאג פעברואר 24, 2017 8:43 am
דורך נעגעל וואסער
אפשר איז צייט צו מאכן אן אפציעלע מפתח פון אלע אינטערעסאנטע אשכולות, לכבוד די יום הולדת. איך ווייס נישט ווי אזוי צו נישטערן אין די אלטע ארכיון.

Sent from my SM-G800F using Tapatalk

נשלח: פרייטאג פעברואר 24, 2017 3:19 pm
דורך קומזיץ
אז מ'זעט דעיע אשכול כאפט מען א צ'יפ , ומשתמע לכמה אופנים
ערשטע פשט איז אזוי ווי מנהג אבותינו בידינו א צ'יפ און בעקל , עפעס א קלייניקייט?! פינף יאר וואס עס גיסט זיך ידועות , חקירות, טאלאנט, הומאר ...און וואס נישט ממש כרכא דכלא ביה
צווייטע פשט איז אזוי ווי א חסידישע יוד ביי די שובבים
זכרנו ימים מקדם ווען פון איעדע תגובה האט מען געקענט מאכן א אשכול
ווען מ'האט געדארפט אנטהון א שמאטע אויפן קאפ מיטצוהאלטן די טיפע מאמרים און וויכוחים וואס איז דא פארגעקומען
ווען ליינענדיג פאעזיע האט מען זיך געשפירט ווי אויף הרי הכרמל בימי הנביאים
ווען אויספלאטצען אין א געלעכטער בקלא דלא פסיק נאך א גיט שטיקל דא איז געוועהן א מילתא דשכיחא
ווען ס'האט דא געהערשט א הארמאניא אזש מ'האט שוין געלייגט די גרונדינג פאר אונזער קאווע שטעטל

די דריטע פשט איז א צ'יפ וואס אונז האמיר באקומען פון די הערליכע פראפעסינאלע מאגאזין וואס רופט זיך די וועקער וואס וועקט דא אויף יונג און אלט פון די טיפן שלאף אונז וועט אונז באגלייטן ביז עס וועט מקוים ווערן ויקיצו כל שוכני עפר

Re: פינף יאר קאווע שטיבל

נשלח: מוצ"ש פעברואר 25, 2017 8:43 pm
דורך מפוזרי
עמעזאן האט געשריבן:דוכט זיך אז @יואליש איז אויך פון די עשרה ראשונים און איז גאנץ אקטיוו דא

טאקע גאנץ פרי אבער נישט פון די סאמע ערשטע.

Re: פינף יאר קאווע שטיבל

נשלח: מוצ"ש פעברואר 25, 2017 8:44 pm
דורך מפוזרי
קורקלענד האט געשריבן:
מפוזרי האט געשריבן:ואחרי ככלות הכל, מאכט זיך אמאל א חשש גילוי, מאכט מען א נייער ניק צו ערזעצן דעם ערשטן.

וואס איז געווען @מפוזרי'ס ערשטע ניק פינף יאר צוריק?

הנני להודיע בשער בת רבים, אז מפוזרי איז מיין איין און איינציגסטער ניק.

נשלח: זונטאג פעברואר 26, 2017 12:48 am
דורך berlbalaguleh
מפוזרי: ס'גנב'עט זיך מיר אריין אן אפיקורס'ישע מחשבה'לע אז דו ביסט אויכעט איינער פון די עשרה ראשונים דא אין קאווע שטיבל. נאר דו ביסט שוין אדורך עטליכע לענגערע און קורצערע גילגולים מיט שינויי שמות הקדושים...!